אסאך מאל מאכט זיך אז א מענטש טוט עפעס א זאך אדער זאגט עפעס, און נאכדעם האט ער ביטערליך חרטה. למשל איינער טוט עפעס בשעת כעסו און וויפיל ער זאל נאר וועלן איבעבעטן יענעם וועט עס נישט גיין ווייל סאיז געווען צו א שטארקע אקט אדער ווייטאגליכער פליק, אדער למשל איינער פייניגט אויס א געווענליכער גוטע קינד אדער תלמיד און ווערט שפעטער געוואר אז דאס קינד האט נעבעך הויעך פיבער אבער האט זיך געשעמט צו זאגן. נאכדעם איז דא די געווענליכע חרטה למשל, אז מען האט נישט גענוג גוט אויסגענוצט דאס לעבן . אדער מען איז נישט אריין אין עפעס א ליין וואס סהאט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'מאכט אסאך געלט. לאמיר הערן חרטה געשיכטעס.
איך האב יעצט שטארק חרטה.... אויף עפעס
פארשטייט זיך קיינער דערציילט נישט אזעלעכע זאכן מיט פרטים אבער מען רעדט בערך. די מעלה פון אויסשמועסן איז פילפאכיג. איינס. זיך אויסצורעדן. שנית אז יענער זאל עס נישט טאן. און דריטענס צו הערן א עצה טובה וויאזוי מתקן צו זיין וואס זאל מען יא זאגן און וואס נישט. צומאל דאס איבערבעטן אדער אראפגעקלאפטקייט קען נאך ערגער מאכן. ס'דא זאכן וואס עס העלפט חרטה און ס'דא זאכן וואס מען קען ניטאמאל חרטה האבן מען קען נישט תשובה טאן. און סטוט וויי





