דורכברוך בעולם הפרנסה, ק"ש גייט פאבליק!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

דורכברוך בעולם הפרנסה, ק"ש גייט פאבליק!

שליחה דורך אפטעמיסט »

ס'איז מיר איינגעפאלן א גלענציגן רעיון וויאזוי צו מאכן געלט. כ'ווייס נישט צו איך פרעזענליך וועל דאס טון אבער יכול להיות אז געוויסע ניקס וועלן זיך צוכאפן דערצו. אויב ארבעט דאס פלאן, וועט עס מאכן א רעוואלוציע אין קאווע שטיבל, און מאנכע ניקס קענען אפשר רייך ווערן בעזהשי"ת.

ס'איז קיין סוד נישט אז די מצב הפרנסה איז ביטער. אינגעלייט ארבעטן זעקס טאג א וואך, ביטער שווער, מן הבוקר עד הערב- אבער דעקן ליידער נישט דעם חודש. טייל זענען פארנומען טייטלן פינגערס און אנלייגן דאס שולד על דא ועל הא. אבער לאחר המעשה טוט דאס גארנישט אויף. געלט איז ווייטער נישט דא.

איז מיר איינגעפאלן א וואונדערליכע המצאה וואס קען לייזן דעם פרנסה קריזיס, און קיין סאך דארף מען נישט אינוועסטירן. איך וועל נישט מאכן קיין לאנגע הקדמות, נאר גלייך צוגיין צום פינטעל.

אט איז מיין פארשלאג:

מ'זעהט כסדר עדווערטייזד אז מ'זוכט צו קויפן אדער פארקויפן גוט גייענדע עמעזאן און איבעי אקאונטס. מענטשן וואס זענען פויל אדער אומגעלונגען, אדער סתם חברה וואס ווילן זיך שפארן צייט און כח, זענען גרייט צו צאלן געלט, און אמאל אסאך געלט, צו אפקויפן יענעמס אונליין אקאונט. ס'איז מעשים בעל יום.

קומט יעצט אפטעמיסט און פרעגט אזא קשיא. פארוואס קען מען נישט טון די זעלבע זאך מיט קאווע שטיבל קאנטעס? א ניק וואס האט א גוט גייענדע קאנטע דא אין שטיבל, זאל לייגן זיין קאנטע צום פארקויפן, און עמך אידן וואס קענען נישט שרייבן אדער ווילן נישט קריכן דעם לייטער פאמעליך, וועלן אפקויפן דעם אקאונט פאר גרינע סחורה, און... זה נהנה וזה נהנה! סארא פלאן!

דער ניק המוכר וועט דאן עפענען א נייע ניק, און ווייטער שרייבן כיד ה' הטובה עליו, און בבוא היום און דיזע קאנטע וועט אויך זיין עובר לסוחר, וועט ער עס ווידער פארקויפן און מאכן נאך אפאר טאלער. א שלעכטע פלאן?

פארשטייט זיך אז יעדע קאנטע וועט האבן איר פרייז געוואנדען אין די קוואליטעיט פון איר הודעות, ראנג, מאס לייקס, אוואטאר און חתימה.
טייל וועלן פארקויפט ווערן פאר אפאר צענט, טייל פאר הונדערטע דאלער, טייל פאר טויזענטערס, און טייל פאר שווערע מיליאנען.
ס'וועט אויך זיין בראקערס און זיי וועלן מאכן קאמישען.
רבותי, העפי דעיס אר קאמינג נאו!

איך וועל זיין דעם נחשון, און הגם ווי געשריבן פון אנהייב, בין איך כרגע נישט גרייט אויפצוגעבן מיין ניק, געב איך אן אפפער פאר דעם ברייט באקאנטען קאנטע, אונטערן פירערשאפט פון ידידינו החכם הכולל [tag]הוגה[/tag] דעם פאנטאסטישן סומע פון איין מיליאן אמעריקאנע דאללער.
העכסענס וועל איך עס פליפן פאר וואן פוינט פייף.

רבותי, לאמיר מאכן ביזנעס.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר