"מיין קאמף מיט די עמלקים" [סעזאן 1 עפיזאד 1]

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

"מיין קאמף מיט די עמלקים" [סעזאן 1 עפיזאד 1]

שליחה דורך חזקיהו המלך »

פארווארט:

ס'דא דריי מאכט צענטער'ן אויף די וועלט, רוסלאנד, כינע, און נאכדעם איז דא די מערב וועלט וואס די מערב וועלט ווערט אנגעפירט דורעך א באנדע עמלקים, וואס מאנכע ריפען אן די ניי וועלט ארדענונג באנדע, אדער אין קורצען: NWO

די ערגסטע פין די דריי זענען די מערב וועלט עמלקים וואס פלאנירען א טעכנאלאגישע טיראניע, זיי ווילען איבערנעמען די וועלט אין זיי ווילען "עלימינירען" א גרויס חלק פין די מענטשהייט מיט טעכנאלאגישע מיטלען ווי לאבאטאריע וויירוסעס אין אזוי ווייטער, זיי זענען רשעים ארורים וואס די וועלט האט נאך נישט געזעהן, זיי פלאנירען מערסטענס אונטער שלאס אין ריגעל אבער פין צייט צי צייט זאגען זיי אפען וואס זיי פלאנירען,

אזוי ווי כ'האב געזעהן וואס גייט פאר האב איך באשלאסען אז לא עת לחשות, מען מוז די חברה ציברעכען אויף שטיקער, מען מיז טוהן וואס מען קען צי צישטערען זייערע פלענער, אין אז מען טוט וואס מען קען וועט דער באשעפער העלפען,

האב איך באשלאסען אויף די אייגענע האנט צי אנהייבען א באהאלטענע קאמף קעגען די רשעים ארורים, וויזוי די קאמף האט זיך אויסגעשפילט אין וואס כ'האב באוויזען אויפציטוהן וויל איך באשרייבען אין די סעריע פין "מיין קאמף מיט די עמלקים", יעצט קענט איר ליינען די ערשטע עפיזאד פין מיין אנטשלאסענעם קאמף,

ליינט מיט שפאנונג !

----------------------------------------------------------------------------

ס'געווען מיטוואך אינדערפרי פ' יתרו ווען כ'האב באשלאסען אז אם אין אני לי מילי, מען קען שוין נישט ווארטען, מען מיז אנהייבען א אנטשלאסענעם קאמף אן קיינע פשרות,

די ערשטע זאך וואס כ'האב געוואלט וויסען איז געווען וואס זענען די פלענער פין די עמלקים, וואס איז זייער נעקסטע סטעפ אין זייער פלאן קעגען די מענטשהייט,

אזוי ווי כ'ארבעט כמעט אליינס, האב איך אליינס געדארפט אנהייבען צי שאפען שפיאנאזש אינפארמאציע, אזוי ווי זיי האבען אסאך פין זייער באנדע איינגעפלאנצט אין די "סי איי עי", האב איך באשלאסען אז כ'דארף זיך צים ערשט אריינבאקומען אין די "סי איי עי" און דארט אנהייבען זעהן ווי מען קען ארויס ווישען די וויכטיגע אינפארמאציע וואס איך דארף וויסען,

אזוי ווי כ'האב געוויסט אז כ'וועל דארפען זיין אסאך אויף די וועגען, האב איך זיך איינגעהאנדעלט א מאביל אין כ'האב עס אויסשטאפירט מיט אלעס וואס ס'קען מיר צינוץ קומען אין די מלחמה, אריינגערעכענט וואפען א אמוניציע,

כ'האב זיך געזעגענט פין מיינע נאנטע, אין כ'האב מיר ארויסגעלאזט אויף ווירזשיניע,

כ'האב א חבר א העקער אין א שריפטען פעלדשער וואס איז מיר געשטאנען צי הילף די גאנצע מייט, ער הייסט חנניה, ער האט מיר ציגעשטעל די נויטיגע פאפירען אז כ'בין א סי איי עי ארבעטער אין באוואפענט מיט א שיינעם סאוט אין א שניפסעל אין אין טאש א רעוואלווער פין סעציעלע פלאסטיג וואס ווערט נישט אויפגעחאפ פין די מעטאל דיטעקטער האב איך זיך ארויס געלאזט צי די סי איי עי הויפט קווארטיר, שעפשענדיג א שטילע תפילה אז דער באשעפער זאל מצליח זיין מיין וועג,

כ'קום אריין, כ'סווייפ מיין קארטעל, ס'ארבעט א מחיה (שכוח חנניה), כ'הייב אן צי שפאצירען אין די לאנגע קארידארען אהין אין אהער צי זעהן וואסערע אפטיילונגען ס'איז דא און ווי ס'איז די ריכטיגע פלאץ ווי מען דארף האלטען אן אויג,

פלוצלינג קום איך אקעגען א שילד ווי עס שטייט "ביאלאגישע וואפען אפטיילונג", דאס קוקט מיר אויס אינטערעסאנט, ס'איז געווען א היי סיקיורעטי אפטיילונג, אבער א סווייפ מיטען קארטעל האט מיר אריינגעלאזט אן קיינע פראבלעמען,

כ'שפאציר מיר אראפ דעם קארידאר, און ביים סוף פינעם קארידאר האט זיך געהערט ווי מענטשען רעדען, כ'קוק אריין דורעך דעם זייטיגען ווינדאו אין ס'זעהט אויס ווי א מיטינג פין הויעכראנקיגע באמטע, נו ברויך מען דאך צי הערען וואס גייט פאר, כ'עפען די טיר אין כ'געב א פרעג צי דזשעיסען סמיט איז דארט ווייל ס'דא א וויכטיגע מעסעדזש פאר אים, פארשטייט זיך אז ס'נישט געווען דארט קיין זשעיסאן סמיט, אבער בשעת כ'האב געפענט די טיר האב איך אריין געשטופט א פיצינקע אודיאו ריקארדער וואס חנניה האט מיר ציגעשטעלט,

איך גיי ארויס אין איך שטופ אריין אין מיין אויערען די פיצינקע ריסיווער, אין כ'לאז זיך אויפען וועג ארויס פינעם בנין,

דערווייל הייב איך אן צי הערען וואס מען רעדט דארט ביי די מיטינג,

קול א'] הער מיר צי, מיר האבען געטוהן וואס מיר קענען,מיר ניצען די לעצטע טעכנאלאגיע, נישט אלעס געלונגט אזוי ווי מען וויל,

קול ב'] ס'איז פיינע תירוצים אבער מען דארף זיך געבען א שאקעל ווייל דער המון עם הייבט אן צי חאפען וואס עס גייט פאר מען קען נישט צי לאנג שלעפען די זאך,

קול ג'] יא דאס איז טאקע א פראבלעם, אונז פרוביר מיר וואס אונז קען מיר, אז די אלע וואס הייבען אן צי חאפען וואס גייט פאר אז מען זאל זיי באטיטלען אלץ "קאנספיראציע ליבהאבער", אבער ס'איז נאר גוט ביז א געוויסע פונקט, מען קען נישט אלעמאל האבען די זעלבע סטראטעגיע, מען מיז אויפקומען מיט נייע וועגען,

קול ב'] יא, אבער אפילו די "קאנספיראציע" סטראטעגיע איז א פראבלעם, ווייל דאס קען מען ניצען אויך די מעין סטריעם מידיא וואס איז קאנטראלירט דורעך אונז, אבער ס'דא די טאלק רעדיאו שאו'ס ווי ס'דא א היבשע פאר טאלק שאו האוסט'ס וואס גלליבען נאך אין די אלט מאדישע "פרי ספיטש" אויסגעטראפען דורעך די נארישע קאנסטיטוציע, אין זיי זענען מוציא שם רע אויף אונז א גאנצע צייט אין מענטשען הייבען זיי אן צי גלייבען,

קול א'] וועגען "פרי ספיטש" האבען מיר שוין געוויסע פלענער וויזוי עס צי אונטער ברענגען, די אמעריקאנע שוויינע וועלען גלייבען אז פרי ספיטש העלפט פאר טעראריסטען ממילא דארף מען מוותר זיין דערויף, אין איינמאל זיי וועלען מוותר זיין אביסעל וועט שוין נישט זיין צי שווער צי דערשטיקען יעדע טאלק שאו האוסט וואס פארקויפט עפעס אנדרעש פין וואס אונז וויל מיר, אבער דערווייל האלט מען נאך נישט דארט, אבער איך האלט שוין לאנג אז טאמער איינער פארפירט צי פיהל זאל באקומען א עקסידענט אין פטור אן עסק,

קול ב'] ניין מען האט מיר שוין לאנג אנגעזאגט פין די הויכע פענסטע אז אטענטאנטען זאל מען נישט ניצען נאר ווען גאר גאר נויטיג, ס'קען ווערען זייער קאמפליצירט אין ווען דער המון וועט זעהן אז יעדען טאג שטארבט א צווייטער וואס רעדט קעגען די "סיסטעם" קען עס מער קליא מאכען ווי אויפטוהן,

קול ד'] פיין גענוג געפלאפעלט דא, וואס טוט זיך מיט די נייעס וויירוס ערצייגט אין די ראקעפעלער לארבאטארי ?

קול ה'] יא זיי האבען ערצייגט א נייע וויירוס ס'גייט יעצט דורעך פראבעס, נישט אזוי ווי די H1N1 וואס מיר האבען ערצייגט פאר א פאר יאר צירוק, ווילען מיר יעצט א גרעסערע צאל פאטעליטען, דאס וועט מער אנשרעקען דעם המון אין אזוי וועט דער המון זיך מער צישטעלען ווען מיר וועלען זיך ארויס שטעלען אלץ די רעטער אין זיי פארקויפען וואס זיי ברויכען צי טוהן,

קול ד'] יא מען מיז יעצט הארגענען פין זיי מער, ס'דא אסאך פין זיי וואס הייבען אן צי האבען ספיקות אין וואקסינס, מען דארף זי ווייזען אסאך בלוט אין נאכדעם באשולדיגען אז דאס אלעס קומט ווייל מען האט נישט גענומען גענוג וואקסינען, מען ברויך צי ברענגען די אויפברויז אין דעם המון קעגען די אנטי וואקסין קאמיונעטי אזוי שטארק אז מען וועט נאכדעם קענען מאכען געזאמען צי אוועקנעמען קינדער פין עלטערען וואס געבען נישט קיין וואקסינען, מען דארף עלימינירען אלע סארט עקזעמטשען פאר וואקסינען מיטען תירוץ אז די סעיפטי פין די קינדער קומט ערשט, די וואקסין פראגראם איז פין די געלונגעסטע מיינד קאנטראל פראגראמען וואס מר האבען מיר קענען זיך נישט ערלויבען עס צי פארלירען, זאל עס קאסטען א מיליאן טויטע, איי קאוד נאט קעיר לעס.... פארשטאנען ?

קול ה'] יא,

קול ד'] גוט, כ'וויל א באריכט נעקסטע וואך די זעלבע צייט דא אין דעם שטוב,

קול ה'] אקעי

--------------

מיט שרעק האב איך זיך ציגעהערט צי דעם שמועס ביי יענעם מיטינג, אין כ'האב באשלאסען אז מיטען באשעפער'ס הילף גיי איך צישטערען זייערע פלענער פין דעם נייעם וויירוס,

איבער וואס עס האט ווייטער פאסירט, אין צי ס'איז מיר געלונגען צי צישטערען זייערע פלענער, אי"ה אינעם נעקסטען עפיזאד,

ביי ביי
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר