קוקו מביא קוקו...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8163 מאל

קוקו מביא קוקו...

שליחה דורך ונבנתה העיר »

איך האב פיינט קאנפידענס, אוי האב איך איהר פיינט.

לאמיך אייך קודם זאגן פון וועלכע קאנפידענס איך רעד נישט, זי איז גאר א גוטע און וויכטיגע, זי איז א קאנפידענס פון שטאמט פון ביטול.

איהר זעהט, אויב איך דארף נישט זיין מער אדער ווייניגער ווי איך בין, אויב איך דארף נישט א מסקנא אויף שאלות – איך קען בלייבן ביים ספק, אויב איך קען צוריקציען היינט – מיט א גלאטן פנים – פון מיין נעכטיגע מסקנא ווייל דו האסט מיר געוויזן פארקערט, אויב עס דרוקט מיר נישט צו ווערן 'דו' ווייל דעמאלטס וועט נישט זיין א איך וואס איז געווארען דו, עס וועלן זיין צוויי דו'ס און זערא איך'ס, דאס איז א גוטע קאנפידענס – א ביטול'דיגע קאנפידענס וואס בויעט איהר בעל הבית און ברענגט אויף איהם שינויים לטובה ביזן קבר.

דערנאך, מיינע פריינט, איז אבער דא א פונקט פארקערטע קאנפידענס, די 'מסקנות קאנפידענס', זי געפינט זיך ביי די וואס ווייסן אלץ און אלעמען, דאס זענען די מענטשען וואס ווייסן נישט פון אן 'איך ווייס נישט', נישטא קיינע ספיקות אדער – גאט באהיט – חרטות, און איהר קענט זיי טרעפן איבעראל, פונעם דיין'ס שטוב ביז'ן ארבעט'ס פלאץ, זייער קאנפידענס נעמט זיך פונעם גאר פארקערטן עקסטרעם, זיי זענען שוין די מסקנא, זיי וועלן זיך משכנע זיין אז עס לוינט זיך נישט צו זיין עפעס אנדערש ווי זיי אליין.

זייער מיסיע אין לעבן איז צו קלויבן מסקנות – יעדע מסקנא איז א פרישע ציגל אין זייער טורעם פון קאנפידענס, פארדעם איז מען געבוירן און פארדעם לעבט מען – זיכער צו מאכן אז יענער און יענס נישט און איך יא, און עס איז א סעלף סאסטעיניג מעכאניזם, וואס מער געקליבענע מסקנות אלץ שנעלער און גרינגער וועט ער האבן נאך איינס.

פון דארט און ווייטער גייט עס נאר בארג אראפ, די מאס חכמה\טפשות וואס זיי האבן זיך איינגעהאנדלט האט שוין נישט קיין שאנס צו וואקסן, מהיום והלאה האט איהר איין ברירה, אויסהערן זיינע קלארע מסקנות אויף יעדע זאך, פון פארוואס דער אייבערשטער דארף מיליאנען גאלאקסיעס ביז וועלכע דייעט איז די איין און איינציגסטע אמת, ואיידי דטריד למיפלט לא בלע.

ומה שידוע ליודעים אז וואס גרעסער די טפשות אלץ מער קאנפידענס, איז לויט דעם – אין א געוויסע בחינה - די מעשה פארקערט, עס הייבט זיך אהן ביים קאנפידענס וואס שלעפט די טפשות אין איהרע פיסטריט.

כ'האב שוין לאנג, זייער לאנג, געוואלט שרייבן הגהות אויף א קונטרס פון א איד בלאך ממאנסי וואו ער איז 'מוכיח' ווי אפגעפרעגט קופערניקעס איז אז די ערד דרייעט זיך ארום די זוהן, אבל מה אעשה, ווען איך קוק דארטן אריין קומט מיר דאס בלוט ארויף אין קאפ, ווען ער קומט ווען מיט א ביטול און פראבירט קוועטשן אהער און אהין, נו, פארוואס נישט, קומען קומט ער אבער מיט'ן גאנצען קאנפידענס, מאכט זיכער צו שרייבן יעדע פיפטע ווארט מיט ענגלישע אותיות, דער און דער סייענטיסט האט איהם כלומר'שט מודה געווען כך וכך וכו', גיסט עמערס ביטול וקללות ולא נחה דעתו ביז ער בא'טיטול'ט קופערניקעס מיט א 'ימ"ש'...

מיינט איהר דאך אודאי אז ער זאגט גוט? עה[!], קודם קאכט מען זיך אין אפאר אלטמאדישע פילאזאפיע'ס - ווער ס'איז דער צענטער ער איז די תכלית וכו' וכו' [איי מכל מקום זעמיר נישט קיין צענטער, נישט פונעם גאלאקסי און אודאי נישט פון די יונעווערס?], זיינע הוכחות מה"ת זענען בערך ווייל ס'שטייט אין פסוק דור הולך ודור בא והארץ לעולם עומדת [במח"כ די וואס האבן דאס גענוצט לראי' פארשטיי איך נישט וואס זיי ווילן], און אויף די הוכחה הידועה אז אויב די זוהן דרייעט זיך וועט אויסקומען אז געוויסע שטערן פארן שנעלער ווי די ספיד אף לייט איז זיין תירוץ אז עס איז א נס...

איך זאג נישט, דו מעגסט זאגן נס, אבער זיי עס כאטש מבליע אין א הוס...

עכ"פ, וואו קום איך דא אהער? איך האב היינט באמערקט אז דאס איז שוין א פראבלעם מימות עולם, קוקענדיג היינט אין ספר הברית (מאמר כ' פכ"ה) וואו ער איז מאריך קעגן לערנען פילאזאפיע, זעה איך ווי ער פרייעט זיך גאר שטארק מיט קאנט'ס נייע ספר וואו ער האט איינמאל פאר אלעמאל אפגעפרעגט די גאנצע מושג פון פילאזאפיע [עוד נגע אחד אביא על הפילוסופיאה ... כי בפעם הזאת אני שולח את כל מגפותי אל לבם ... וכל חכמתם תתבלע].

אביסל ווייטער רירט ער אהן די נקודה, בלשונו הנפלא גיסט ער דארט זהב רותח אויף לייבניץ, דערנאך שרייבט ער:
וכאשר תאמר אלי כבר החזיקו בדעותיו והלכו בדרכיו איזה חכמים מפורסמים, אף אני אשיבך מי לנו גדול בחכמה מן הרמב"ם ז"ל אשר החזיק בדעות אריסטו וסמך עליו כעל עמוד ברזל, ולא הוא בלבד אלא אף גם חכמים רבים מחכמי האומות אשר קמו אחריו דור אחר דור כולם האמינו בכל דבריו וקבלו כל דעותיו והלכו בדרכיו זמן רב, עד שכל מי שהי' מסרב בדבריו וממאן בהנחותיו הי' לחרפה למשל ולשנינה בעיניהם כמכחיש במה שנתאמת החוש מן החושים, ובכל זאת קמו החכמים האחרונים מחכמי הגויים וסתרו הנחותיו ובטלו דעותיו, כי שמו דבריו והנחותיו בכור המחקר ולא עמדו בנסיון, ומראיהן רע ככסף סיגים מחופה על חרס, ונמנו ורבו ובטלו דבריו.

און איך טראכט צו מיר וואט עי וואנדערפאל ווארלד, דא האלט איך א ספר וואס בימיו זענען זיינע אינפארמאציע טאקע געווען די לעיטעסט ענד גרעיטעסט, אבער כהיום ווייסן מיר אז עס איז 4\4 שטותים, אלעס אפגעשריבן מיט הוכחות וביאורים, און דא איז ער מיר מסביר אז גארנישט איז פארזיכערט, היינט טאנצט יעדער – ובתוכם הרמב"ם – קדוש, און מארגן לאכט יעדע קינד דערפון.

דור הולך ודור בא והארץ לעולם עומדת, יעדע תקופה חזר'ט זיך איבער די זעלבע שפיל, מ'לאכט פון די אלטע און אין די זעלבע צייט גלייבט מען באמונה שלימה אין די נייע, לו חכמו ישכילו זאת – נעמט'ס עס אין קאפ אריין, עס איז נישט דא קיין 'זיכער', וויפיהל דו זאלסט נישט וויסן ווייסטו גארנישט לגבי וויפיהל עס איז דא צו וויסן, אז נישט זעהט מען אויס ווי איין משוגע'נער אין משוגעים הויז וואס לאכט פונעם צווייטן ווייל יענער איז משוגע.

ווי ר' הלל פאריטש'ער האט געזאגט, די חילוק פון מיר ביז'ן רבי'ן [דער צמח צדק] איז ווי מיר מיט א קאץ, און נישט אז די מרחק צווישן מיר מיט א קאץ דאס איז דער מרחק פון מיר מיט'ן רבי'ן, נאר אז לגבי דעם רבי'ן בין איך מיט'ן קאץ גלייך.

אלזא, טייערע ברידער, דאס איז מיין צואה צו אייך, ווערט נישט פארכאפט אין דעם סייקל און מאכט אייך נישט צונאר, קיין זיכער איז גאר נישט פאראן, וואו איהר הערט עפעס א נייע זאך זייט איהם מקבל מיט א געפיהל פון הכרת הטוב, רודפ'ט דעם קאנפידענס עד חרמה, כי כה אמר ה': קאנפידענס ברענגט אראגענס און אראגענס ברענגט איגנארענס, און דאן איז קיין האפענונג פארהאן.

טוהט אייך אהן מיט ביטול וועט אייך גוט זיין.

אל תהי בז לכל אדם ואל תהי מפליג לכל דבר, שאין לך אדם שאין לו שעה ואין לך דבר שאין לו מקום.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר