גענעטיש מאדיפיצירטע געוויקסען (GMO)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

גענעטיש מאדיפיצירטע געוויקסען (GMO)

שליחה דורך חזקיהו המלך »

וואס GMO איז א א סוגיא פאר זיך, ס'איז א טעמע פין קאנטערווערסיע אין די לעצטערע יארען,

ארענטליכע שטודיעס אויף מייז האבען געוויזען דורעך די יארען אז די גענעטישע מאדיפיצירטע געוויקסען (למשל נעמען אביסעל DNA פין א שרץ אין עס אריינלייגען אין SOYBEANS, יא ס'קוקו איך ווייס), ברענגט צי שרעקליכע יענע מעשה געוויקסען און אז ס'הארגעט אפ די ריפראדאקטיוו ארגאנען, די דריטער דור פין מייז וואס האבען עס געגעסען האבען שוין נישט געקענט האבען קיין קינדער,

אבער לעצטענס האט זיף געטוהן א גרויסע סומאטוכע טישען אויף בענק, אז מען זאל חאטשיג דארפען שרייבען אויפען לעבל פין א פרודוקט וואס אנהאלט GMO אינרידיענטס, אז די דאזיגע פרודוקט פארמאגט GMO, און אין אייראפע איז עס טאקע אזוי ,

ס'האט געטוהן וועגען דעם אין אסאך סטעיט'ס, אין קאלירפאניע האט זיך געטוהן וועגען די אזוי געריפענע "פראפאזישען 37" וואס וויילער האבען געדארפט וועלען צי זיי ווילען אז מען זאל דארפען לעבלען GMO,

אבער דאן האבען די גרויסע קארפארעישענס גענומען גיסען מיליאנען און אנגעהויבען מיט א מעכטיגע מיסאינפארמאציע קאמפיין צי טוישען דעם דעת הקהל אין קאליפארניא, זיי האבען ארויס געלייגט אינפארמאציע אז דאס וועט קלאמפיש הייבען די פרייזען פין עסען, אויך האבען זיי ארום געשיקט פאלטשע אפיציעלע צעטליך פין די FDA אז GMO איז בכלל נישט קיין פראבלעם.....

צי די אנטוישונג פין די פרייע וועלט איז דער "פראפאזישען 37" ליידער דארעכגעפאלען,

אבער אין דיצעמבער האט דער קאנעטיקוט גאווערנער דעננעל מעלאוי געסיינט די ערשטע GMO לעבלינג ביל אין די יונייטעד סטעיטס, אבער אינעם ביל שטייט אז עס גייט אריין אין עפעקט נאר טאמער נאך 4 ארומיגע סטעיט שרייבען אויך אונטער ענדליכע ביל'ס......,

אבער וואס האט מיר געברענגט צי שרייבען יעצט דעם ארטיקעל, איז ווייל ס'איז אריין געקומען די מאסיווע נייעס אז רוסלאנד גרייט זיך פולקאם צי אסערען GMO, אין גאנץ רוסלאנד, נישט אז מען זאל דארפען שרייבען אויעפען לעבל, נאר ס'וועט זיין אסור עס צי פלאנצען אין גאנץ רוסלאנד,

[נאכדעם וואס רוסלאנד האט אויך לעצטענס געלייגט א איסור אויף משכב זכר פראפעגאנדע אין איז פאר דעם קריטיקירט געווארען דורעך די זינדיגע מערב וועלט, אין יעצט לייגען זיי א איסור אויף GMO, אפשער איז צייט צי מופען אויף רוסלאנד......]

עכ"פ צירוק צי GMO, פאר ווער ס'וויל וויסען: ס'איז היינט דא בעיקר א פאר GMO פלאנצונגען אבער ס'איז זייער פארשפרייט אין אינגרידיענטס וואס מאכט עס שווער זיך צי אפהיטען דערפין,

די ערשטע איז "קארען", 98% קארען אין אמעריקא איז GMO, אין דאס מיינט אלע אינגרידיענטס וואס איז געמאכט פין קארען וואס דאס ווערט געניצט אין אומצאליגע גראסערי אייטעמס, טיפ: היי פראקטעס קארען סיראפ, קארען סיראפ, אין נאך אסאך אינגרידיענטס וואס האט נישט די ווארט קארען אין איר,

2)רעיפ סיד, וואס דאס איז קענאולע, וואס דערפין מאכט מען די קענאולע אויל, וואס דאס ניצט רוב עולם און אזוי אויך קעטערינגס און רעסטאראנטס, ווייל ס'איז די ביליגסטע,

3( soy, אויך איבער 90% GMO וואס דאס ווערט אויך געניצט אין אסאך אינגרידיענטס, למשל לעסיטין וואס מען לייגט אין טשאקאלעד קומט נארמאל פין SOY, אין אזוי אויך SOY אויל וואס ווערט אסאך באניצט דורעך קאמפאניס וואס מאכען די גראסערי אייטעמס,

א גוטע וואך, פאר אלע אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר