אן אפענער בריוו צו דער וועלט - פון הרב מאיר כהנא

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 1006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

אן אפענער בריוו צו דער וועלט - פון הרב מאיר כהנא

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

געערטע וועלט,


ווי עס שיינט, ביזטו צע'ברוגז'ט אויף אונז, דא אין ארץ ישראל. און נישט סתם אזוי ברוגז, נאר ממש ווילד-כעס'יג. עס קומט עפעס פאר, אז יעדע עטליכע יאר צעבייזערסטו זיך פריש אויף אונז. יעצט איז עס צוליב לבנון; נעכטן איז די רוגזה געקומען אדאנק דער "ברוטאלער אונטערדריקונג" פון די פאלעסטינער; פריער איז עס געקומען צוליב'ן באמבארדירן דעם נוקלעארן רעאקטאר אין איראק; נאך פריער איז עס געווען די יום-כיפור מלחמה און די מיליטערישע אקציע אין סיני. עס זעט זיך אויס, אז צום מערסטנס נעמט דיר פון די כלים ארויס זיגרייכע אידן, וואס באווייזן איבערצוקומען און איבערצולעבן.

אבער, טייערע וועלט, דו פלעגסט זיך אויף אונז בייזערן נאך לאנג פאר דער עקזיסטענץ פון מדינת ישראל. מיר האבן באוויזן צו באאומרואיגן די דייטשע באפעלקערונג, וועלכע האט אויסגעוועלט היטלער'ן אלס איר פירער. מיר האבן אויך אויפגערעגט די עסטרייכישע באפעלקערונג, וואס האט מקבל-פנים געווען היטלער'ן מיט טענץ און געזאנג. מיר האבן אויך אונטערגערייצט א כאפטע מיט סלאווישע לענדער -- פאליאקן, סלאוואקן, ליטן, אוקראינער, רוסן, אונגארן, און רומענער.

די היסטאריע פון אידישער רייץ קעגן דער וועלט גייט צוריק א לאנגע צייט. מיר האבן אויפגערייצט כאמילנעצקי מיט זיינע קאזאקן, וועלכע האבן אין 17טן יארהונדערט אויסגעהרגעט צענדליגער טויזנטער פון אונז. מיר האבן אויך אויפגערעגט די קרייצצוגלער, וועלכע האבן אויף זייער וועג צו באפרייען דאס הייליג לאנד אויסגעמארדעט אומצאליגע אידישע נפשות. מיר האבן אויך אויפגערעגט די קאטוילישע קירכע, וועמענס שייכות מיט אונז איז במשך הונדערטער יארן דעפינירט געווארן דורך אינקוויזיציע און פארפאלגונגען. מיר האבן אויך אויפגערעגט דער קירכע'ס ארכי-שונא, מארטין לוטער, וועלכער האט דורך זיינע רופן צו פארברענען די שולן מיט די אידן אינעווייניג דעמאנסטרירט די אויטענטישע נשמה פון קריסטנטום.

מיר זענען מיט דער צייט געווארן אזוי דערנערווירט פון אייך אזויפיל דערנערווירן, אז מיר האבן באשלאסן אייך אינגאנצן איבערצולאזן, און עטאבלירן אנשטאט א אידיש לאנד. די לאגיק שבו איז געווען, אז היות דורכ'ן אזוי לאנג וואוינען צווישן אייך ווי פרעמדע האבן מיר אייך אויפגערעגט און דערנערווירט, וועלן מיר זיך פון אייך אפטיילן און וואוינען באזונדער, און אזוי ארום אייך ליב האבן און באקומען פון אייך ליבשאפט אויף צוריק. אזוי ארום האבן מיר זיך אומגעקערט אהיים, צו אונזער לאנד, פון וועלכן מיר זענען פארטריבן געווארן מיט ניינצן-הונדערט יאר פריער דורך א רוימישער מאכט, וועמען מיר האבן הפנים אויך אויפגערעגט.

ווי עס שיינט אבער, טייערע וועלט, איז כמעט אוממעגליך דיר צופרידנצושטעלן. נאכ'ן איבערלאזן דיר און דיינע פאגראמען, אינקוויזיציעס, קרייצצוגלער, און האלאקאוסט, זיך אפשיידנדיג פון דיר און אנהייבן א לעבן פאר זיך אין אונזער אייגן לאנד, ווערסטו ווייטער דערנערווירט פון אונז. דו ביזט ברוגז דערויף וואס מיר "אונטערדריקן די ארעמע פאלעסטינער"; דו ביזט אומצופרידן דערמיט וואס מיר אנטזאגן זיך פון אויפגעבן די שטחים וואס מיר האבן באפרייט אין 1967 -- וואס איז דאך "קלאר" די "גרעסטע שטער" צום שלום אינעם ראיאן. מאסקווע איז ברוגז, וואשינגטאן איז ברוגז, ראדיקאלע מוסולמענער זענען ברוגז; אפילו "מעסיגע עגיפטער" זענען ברוגז.

איז, ליבע וועלט, נאדיר עטליכע שייכות'דיגע מחשבות פון א נארמאלן איד אין ארץ ישראל. אין די צוואנציגער יארן איז נאכנישט געווען קיין 1967-שטחים אישו, וואס זאל אנשטרענגען די באציאונגען צווישן אידן אראבער. אין די צוואנציגער יארן איז נאך קיין אידיש לאנד בכלל נישט געווען. ובכל זאת, האבן די "ארעמע און אונטערדריקטע" פאלעסטינער דערמארדעט צענדליגער אידן אין ירושלים, חברון, צפת, און יפו. אין חברון אליין זענען אין 1929 67 אידן דערמארדעט געווארן אין איין טאג.

זאג מיר, טייערע וועלט: פארוואזשע טאקע האבן די אראבער דעמאלט אומגעברענגט יענע 67 אידן? האט עס נישט צופעליג עפעס א שייכות מיט דער ישראל-אגרעסיע קעגן זיי פון יאר 1967? און פארוואס זענען 510 אידן דערמארדעט געווארן אין אראבישע ראיאטן אין די יארן פון 1937 און 1939: איז עס אויך געקומען צוליב דער אראבישער אויפרעגונג פון 1967? און ווען די יו-ען האט אין 1948 צעטיילט דעם ראיאן מיט א ריזיגן שטח פאר א פאלעסטינער מדינה נעבן א פיצל אידיש לאנד, אן אנבאט וועלכן די אראבער האבן אפגעווארפן און אנשטאט דערקלערט קריג קעגן דעם אידיש לאנד און אומגעברענגט 6,000 אידן, איז יענע אראבישע רוגזה אויך געקומען צוליב דער אגרעסיע פון 1967?

און אגב, טייערע וועלט, וואו זענען געווען דיינע געשרייען דעמאלט, ווען די זעלבע פאלעסטינער, וואס הרג'ענען אידן דורך אויפרייסן, באמבעס און שטיינער האבן געהאט אלעס וואס זיי פארלאנגען יעצט אבער האבן פארט באפאלן די אידן אין א פרואוו אונז אלע אריינצושטופן אין ים? די זעלבע פנימ'ער פארקרימט פון שנאה, די זעלבע לאזונגען פון "איטבאך אל-יאהוד" -- מארדעווע דעם איד -- וואס מיר זעען און הערן היינט האבן מיר געזען און געהערט דעמאלט. ס'איז די זעלבע מענטשן, מיט'ן זעלבן חלום פון חרוב מאכן ארץ ישראל. דאס וואס איז זיי נעכטן נישט געלונגען דורכצופירן, פרובירן זיי אויספירן היינט. מיר, זאגסטו, זאלן זיי אבער נישט "אונטערדריקן".

טייערע וועלט: דורכאויס דעם האלאקאוסט ביזטו געזעצן שטיל. דו ביזט אויך געזעצן שטיל אין 1948, ווען זיבן אראבישע לענדער האבן אנגעהויבן א קריג, וואס די אראבישע ליגע האט מיט שטאלץ פארגליכן צו די מאנגאלישע שחיטות. ביזט, ליבע וועלט, אויך שטיל געווען ווען נאסער איז אין 1967 יובילירט געווארן דורך שווערע מאסן אין יעדער אראבישער הויפטשטאט פאר זיין דערקלאראציע אריינצופירן די אידן אין ים. און ס'איז קלאר אז דו וועסט מארגן אויך בלייבן זיצן שטיל אין פאל מדינת ישראל וועט אויסגעשטעלט ווערן צו א סכנה פון אונטערגאנג. היות מיר ווייסן דאך, אז די אראבער חלומ'ען דערוועגן יעדן טאג, וועלן מיר טאן אלעס אין אונזערע מעגליכקייטן דאס איבערצוקומען און פארזעצן צו בלייבן לעבן אין אונזער אייגן לאנד. און אויב, ליבע וועלט, דאס שטערט דיר, כאפ נאר א בליק אויף צוריק וויפיל מאל אין דער פארגאנגענהייט דו האסט אונז געשטערט.

בכל אופן, טייערע וועלט, אויב דו ווערסט באמת געשטערט פון אונז וויל דיר מודיע זיין אז מיך, א איד דא אין ארץ ישראל, אינטערעסירן דיינע רוגזה'ס ווי דער פאראיעריגער שניי.


(פרייע איבערזעצונג פון דעם בייגעלייגטן קליפ.)
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UY3QpWvYzLw[/youtube]
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר