קורצע איבערזיכט איבער די העלבראנץ כת, העלפט ארויס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1137 מאל

קורצע איבערזיכט איבער די העלבראנץ כת, העלפט ארויס

שליחה דורך טיטאניק »

מורי ורבותי,
שוין וואכען לאנג ווערט דא איבערגעקייעט און איבערגעשמועסט אלע אפדעיטס ארום די כת פון דער העלבראנץ,
די ויכוחים מיט דעם "בעל הקרניים" איז זייער אינטערסאנט ווען עס איז א געשמאק צי זען אז נאך יעדע טענה'ריי בלייבט ער מיטען צינג אינדרויסן ווי א כלב שוטה וועלכער דרייט זיך אין די גאסן און זוכט קאמפאני,

די אלע ניקס וואס געבען דעם בעל הקרניים אין קאפ אריין טיען זייער א גיטע ארבעט, אבער משום מה פיל איך אז העיקר חסר מן הספר, ווייל בשעת די ויכוחים ווערט דא דערמאנט פארשידענע גאר דראמאטישע און אינטערסאנטע פאקטען אנדעם וואס די פאקטען ווערן קלאר דערציילט, די ניקס וואס רעדן דערפון דערציילן עס ווי כאילו יעדער דא איז באקאנט מיט די מעשיות און געשעהנישען און "שוין" לויפט מען אריין אין א ויכוח מיט דעם בעל הקרניים אדער מיט מנשה'לע צו עס איז יא געווען "אזוי" צי "נישט אזוי", אין די צייט וואס א גרויס חלק ליינער הייבן נישט אן צי כאפן במה דברים אמורים, פון וואס רעדען ענק דארט,

איך פארשטיי אז דער בעל הקרניים וועט וועלען באשמירען די אשכול מיט זיינע פיקרלערייען, און טרייען ווידער נעמען דעם אשכול אלץ א שופר צי מתרץ זיין אלע זיינע משוגענע דרכים, אבער איך בין מקדים אלץ תנאי קודם לפתיחת האשכול אז דאס געהענגעל איז נאר די פלאץ פון די ניקס וואס רעדען לאו דוקא לטובת דעם ראש הכת, ווייל איך זע אז עס איז שוין דא א אשכול וואס איז געבויט כולו זיך אנצונעמען אויף דעם כת viewtopic.php?f=3&t=4941 און אויב דער בעל הקרניים וויל עפעס ענפערען זאל ער עס שרייבען דארט ביטע, און נישט דא
יישר כח

מיינע פראגעס זענען כדלהלן,

א. ווען האט זיך דאס משוגעת פון די כת אנגעהויבען?
ב. וואס האט ער געטון אין מאנסי, געהערט האלבע ווערטער, אבער נישט קלאר,
ג. וואס איז געווען די מעשה מיט ר' אליעזר חיים בלום?
ד. ווען און פארוואס האט ער זיך אריבערגעצויגען קיין קאנאדע?
ה. וואס איז די מעשה מיט זיין ווייב? טאקע אפגעלאזט? ווי דרייט זי זיך היינט?
ו. וואס איז די מעשה מיט זיין זון? טאקע אפגעלאזט? ווי דרייט ער זיך היינט?
ז. ווי וואוינט ער יעצט? און וואס האט ער למעשה פארדינט פון מופען אהין?

מיר בעטן ביטע שרייבט קלארע פאקטען, און באשמירט נישט די אשכול אז עס זאל זיין א פרישע פלאץ פון פראפעגאנדע פאר דער כת, פארקערט נישט קיין חסרון אז מען שרייבט אביסעל נעגעטיוו אויף אזא נעגעטיווע כת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טיטאניק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 175 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר