וועקט אייך אויף! קאווע שטיבל צייכענט אפ?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2727 מאל

וועקט אייך אויף! קאווע שטיבל צייכענט אפ?

שליחה דורך משה געציל »

אוי אוי אוי אוי אוי....
אריינגעקומען בין איך יעצט אין שטיבל נאך א טאג ארבעט, גערעכענט האב איך צו טרעפן א דאזן נייע אשכולים איבערן גרויסן טאג. אבער.... שא שטיל... קיין פיפס נישט... ניטאמאל קיין איין איינציג געהענגיל וואס זאל אפילו ברמיזא דערמאנען א ווארט פונעם גרויסן אפצייכענונג.

איך שפיר מיך ווי דער אורח ביים קבלת פנים אן קיין מחותנים, ווי דער גאסט רעדנער ביים מעמד אינעם גיגאנטישן זאל אן קיין מנין.... איך זעה זיך שפאצירן אין קראון הייטס אן קיין יחי המלך פענדלעך, אדער אין ווילאמסבורג אן קיין פאשקעווילן...

נא, כאפסט נאך אלטס נישט? אקעי, נאך איין רמז... ניטאמאל האבן די צוויי קאווע טרינקערס אויפן זייטלס פראפייל (טרינקערס? זויפערס! זיי הערן נישט אויף אפילו בטעות) גענומען די מיה זיך אנצוטאן דעם היטל זייערס לרגל די פייערונג!
הזאת השטיבל? חברה וועקט אייך אויף! צוויי יאר! יאפס! עס הערט זיך אזוי קראצעדיג אבער צוויי יאר איז שוין פארלאפען זינט אונזער אדמינאסטרעיטאר האט געשניטן דעם בענדל ואין פוצץ פה ומצפצף!

צוויי יאר? עס לאזט זיך קוים גלייבן!
איי... ווען מען קען ווען צוריק אביסל אריינפארן אינעם עבר... בעליוו איט אר נאט, אונזער חכם יידל האט אמאל אינדזשויד נארישע שמייכעלדיגע בילדער... אמאל האט אים גאר אנגעכאפט א פינעף ווערטערגידע געשפרעכעריי גוסטע...
יאנקל מיט די ערענסטן געזיכט האט נאך געקענט אריינווארפן א ווערטל דא דארט... איי איי איי.... איך האב נאך געהאט דאגות פון אפאר בעקעלעך.... שמואל הלוי דערמאנט דעם עולם צו ציילן ספירה מיט א גראם אינדערזייט... הרב_שלום טרעפט בילדער לכבוד פורים... קול גדול הערט נישט אויף שרייען.... און בין העמודים ווערט נולד א קופערניקוס.... איי איי איי... פון פשוטע ביטול ברוב שאלות ביז קאמפלעצירטע 'חסידים זענען מקפיד צו דאווענען פאר'ן סוף זמן תפילה' נושאים...

אינדערמיט פון די כינוס כלל ישראל טענה'ריי ברענגט אונזער וואן ענד אלני געפילטע א בפירושע שפת אמת וואס רעדט ממש לענינינו... שרגא פון זיין זייט בלייבט נישט שולדיג... צונעמט די נושא מיט א קלארקייט... חיים נחום איז אויך פרא דעם כינוס געשטימט, הגם דער אופן וויאזוי עס ווערט געפירט שמעקט אים נישט צו שטארק... אך שמח גאראנטירט לעבעדיגע בילדער פונעם אווענט... אזוי אינעם ברען פונעם דעבאטע וויל אונזער 'איך אויך' נאר וויסן צו די סאטמערא האבן א יד דערין, אויב יא גייט עס זיין א דורכפאל... יואליש ווארפט אריין א שורה און דער עולם לאכט פאר די נעקסטע פאר טאג... אונזער ראשעקאל זז"ג פיטערט אונז מיט לייוו לינקס און וויכטיגע אפדעיטעס... בשעת ווען דבילה טובל'ט זיך אריין מיט זיין וויכטיגן אנאליז און ואיננו... ביז א האלבע יאר זיכטס מיר ניטאמאל...

"כינוס ארויף כינוס אראפ" שרייט אונזער פראפעסאר שפירא! אלעס איז בלויז קאנספיראציעס! עס איז קלאר ווי דער טאג אז די גרויסמאכטן ווילן אונז אלע פאר'סמ'ן... ווידער קאווע טרינקער מיט זיין שפוציגן שטריימל ברימט זיך אונטער זיין באליבטן 'טונקעלען מארגן' ליד מיט א געשמאקן קול מבשר שיעור אינדערזייט, און פייפט אויפ'ן וועלט...

די לופט ווערט שוין רוהיגער מען קען שוין צוריק אויפלעבן אונזער צוויי ווערטער געהענגעל... פשוט קאמפלעצירט האט זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה צו מסביר'ן פאר אונז פשוטע קלעצער איינשטיינס רעוועלאציע מיט א זעלטענעם בהירות... קול דודי איז למעשה נישט מסכים... איך קלאץ פארשטיי נישט קיין ווארט ווען אינדערמיט ריקט זיך אונזער ונבנתה העיר זאל זיין געזונט אן און איז בונה וסותר העיר על תילה...

א פריש כוכב בנימין פרנקל ריקט זיך אריין ווי א גרינער וואס פארשטייט נישט קיין מילה אידיש, און ווארפט צוזאם פלאות'דיגע ארטיקלך בלשון המדרש... למעשה האט זיך עס אזוי עוואלירט און פון בנימין פרנקל דובר לשה"ק בהברת ספרדית, איז נולד געווארן א בענדזשימאן פרענקל וואס פארשטייט גוט צום אונגארישן ראפעגאש און פוילישן יאפטשיק... אבי מען זאגט אז מען זעט נישט קיין אפענע זאכן בימינו אלה...
א רייע חכמים האבן זיך אזוי אריינגעריקט אונטערן ארבעל, אזא לעיקוואד און יאיר... דאס ציוועלעזירטע המון עם פריווט אפילו נישט אריינצורעדן אין זייער היציגע דעבאטעס אויסזארג מען זאל נישט פארציקט ווערן פון די פייער חכמה צונגען וואס שפריצן אן א אויפהער...

ביקש לישב בשלוה, און וועבערמאנ'ס סעמעטוכא דרייט ווייטער אן א מצב... אונזער אב הידענים מיט'ן געמאכטן תמימות ה"ה ידידינו הר"ר ידען עפענט אויף אזא אומשולדיג אויסזענדען אשכול מיט א צוויי דריי שאלות, און יאווא! דער זאך פארט אויף הייווען! נישט מיר נישט דיר דערזעט מען זיך מיט א חשבון הנפש פון קופערניקוס צום הונדרעטסטן בלאט! און אונזער אלעמען באליבטן לעמאן דזשוס ז"ל ווארפט צוריק מיט קלארע בהירות... הגם דער צוגאנג וואס די רבנים האבן גענומען איז אים נישט אזוי צום הארץ... בן תמליון האט שוין ריטוויטעט ארן יאנעבע'ן צום פוציגסטן מאל אינעם לעצטן שעה...

און... ליידער האט די ביטערע סומאטאכע געקאסט א קרבן פון אונזער שטיבל ווען אונזער באליבטער גאלדענער קרוין האט זיך אפגעזאגט פון כאצמאטירדתנ'ס קאטשעניא, און איינגענומען א שטילשווייגעניש. אנפאנג האט נאך אויסגעקוקט ווי ער לאזט זיך איבערבעטן, למעשה האט ער איינגענומען שטילשוויגעניש, פינטל. ווער עס ווייסט עפעס מער אינפארמאציע ווערט געבעטן זאפארט זיך צו מעלדן צום איד'ס אפיס.

א נחמה פורטה נאך אונזער באליבטן לעמאן דזשוס; מיר האבן לכה"פ אריינבקומען א צווייטן געשמאקען געטראנק, א געטראנק וואס שפירט זיך אין אלע ביינער! א גלעזעל מאראנצןזאפט (איך פראביר נאך אלטס געוואויר צו ווערן, וואס די גהינם האט אים געשטערט א קלאפ צו טאן אויפ'ן ספעיס באר צווישן מאראנצן און זאפט, ומצוה ליישב) וואס צוגייט אין אלע גלידער כמים קרים על נפש עייפה! א מין געמויזאכטס וואס קען צוזאמישן פון אייזענבאך ביז הרב ווייס מיט אפאר יושע גליק'ס אינדערמיט אין עס זאל האבן טעם גן עדן!

א גרינעם מיטוואך קומט איינער קלאפן אויפ'ן טיר, האו איז דעיר? אה, איך גיי נאך געלט... נא, נאט אייך א טאללער... איך ווארף אים צו דעם טאללער און ער פאנגט אן פארציילן מעשיות ווי פון שיק'ס קונטריסים ארויס. געוואלט האב איך א קלאפ טאן דעם טיר און אים מכבד זיין מיט נשיקת מזוזה. למעשה האט ער זיך ארויסגעשטעלט אלטס איינער וואס איז אנגעפיקעוויט מיט ישרות און א קלארן פארשטאנד אין יעדער נושא! א ברסלבר להלכה!

און לאמיר נישט פארגעסן פון אונזער באליבטן, איידעלן, געשמאקן, הומאריסטישן, איך דארף נאך זאגן א נאמען? איך מיין אז נישט, אבער להוציא מלבן... יא יא, איך רעד טאקע פון דיר שמעקעדיג... מיום הוסדה של קאווע שטיבל שטייט ער דא מיט אזא איבערגעגבנקייט לעמוד ולשרת, צו גאט אין צו לייט!

עס ווירבעלט זיך, ניקים פארפירן נושאים אין תהום פון פארטיי אריין אלעס פארשטייט זיך מיט'ן בלויזן ציל לרומם ולפאר... מען דעבאטירט און מען שטימט ביז די געטרייע הנהלה האט באשלאסן צו ווידמן א ספיציעלן פארום וואס זאל באדינען די האקעלע יסודות הדת נושאים. איך לשעצמי האט גאנץ ווייניג געשמעקט דעם ברוינעם מאכל, למעשה חזרני בה. שטעלט אייך פאר מיר האבן נישט דעם שיפס קאפיטאן דא פאר א האלבע-דריי פערטל יאר! די לייצעס האט ער טאקע גענומען אין צימעס אבער גאנץ שנעל האט ער אנגעפאנגען משפיע זיין מטוב אוצרותיו בכל קצוי השטיבל.
ווידער אזא שעפטל, ווער נישט אויב צימעס וואלט אימפאטירט אהער אזא זאפטיגן שרייבער און אנאלאזירער אין געשמאקע נושאים ווייט ארויס פונעם צימעס וועלט!

אויף אפריל דעם פערטן האט זר ז"ל אנגעדרייט א געזונט שטיקל מיט יידל לרפו"ש, ווען לעמיל האט אהער דערליווערט א קנאק פון אן ארטיקל! זר, אמת דארט אין עולם האמת לאכט מען אויך פון דעם? עס איז געווען א גוטס... פארפאלן...

די נייעסטע באניצער איז... Motty107... וואס די העק! שוין ווייטער האט זיך אנגעריקט עפעס א צימעס ניק! וואס, ווער, ווען, וואו, ויקרא שמו בישראל מאטי (ששש... אגלה לכם סוד גדול...לבית זינבערגן, ביטע נישט פארשפרייטן) האקט שטיקער! ווארפט צוזאם גאונות'ן אונטערן נאז. ער מיט נולד מאוחר האבן פראבירט איינצורעדן דעם עולם אז זיי קענען נאר ציילן ביז צען... העי, ענקער וויץ איז נישט געלונגען, היבש ווינקעלדיג געווען.
הוגה שרייבט ארטיקלך ווי איך שליקץ! און נישט סתם ארטיקלך נאר ארטיקלך וואס דער נאמען זיינער איז צוגעפאסט ממש ווי פון סיני! (העי! האלט דיך איין! איך ווייס וואס עס ליגט דיר יעצט אויפ'ן צינג... קראכן זאלסטו...)

יואב! פון רעסייקעלטע פאפירן ביז מומע יענטלן, אלעס איז א וויץ! דאס לעבן גייט אים גיט מיינט ער אז ער קען שטיין אין די זייט אין חוזק מאכן פון אלע ארומיגע כחומר ביד היוצר... הער נאר יואב'ל זיסער, איך מיין בלויז דיין טובה... דער רבי פלעגט שטענדיג מעורר זיין אז עס איז דא א מושג פון פעי בעק טיים... אז נישט היינט איז עס מארגן... שוין, כ'האב גארנישט געזאגט.

און סאשי... אוי, דיינע בילדער בארוהיגן אסאך מאל אנגעצויגענעג געמיטער, איך האב עס געהערט פון עטליכע שלום בית עקספערטן. ניינציג פראצענט פון 'נישט גיטין' זענען צו פארדאנקען סאשיס בילדער וואס לאזן אויף די אנגעצויגענע מאנגלען...

עניוועיס עס איז שוין דער דריי און צוואנציגסטער דמוקפין... לאמיר שנעל שלחנ'ן אולי ירחם.

לאמיר נאר אויספירן מיט א תפילה צו די אלע געשטארבענע, פארשלאפענע, פארוואונדעטע, פארביילטע, פוילע, אומטיגע, וכו' וכו'; עורי ישנים משנתכם! הערטס אויף מיט די אלע תרוצים! שיבערווישערס זאלן זיך אהער כאפן ווי נאר זיי ענדיגן ווישן, דער פרענקל זאל אזוי גוט זיין און סערווירן אביסל הייסע חמין. און צו דיר פרישער וועל איך פריבן ריידן פרידיזש, אין עולם הביעה זעט מען דיר אויך נישט... איך האף (וויאזוי זאגט מען עס נאר אויף פרידיש? וואטעווער) אז מעדארף נישט מבתל זיין בתילות טובות. ונזכה לבלא בלא תיכף ומיד ממש.

#אוןדערקליינערבלעטעלעאיז... איינגעשלאפן זיס...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 50 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר