איך האב געהויבען מיינע אויגען אין גאס צי זען "הכצעקתה"???

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1138 מאל

איך האב געהויבען מיינע אויגען אין גאס צי זען "הכצעקתה"???

שליחה דורך טיטאניק »

ברוכים הנמצאים
אזוי ווי עס קאכט זיך יעצט איבער די נערישע כינוס עצרת "צניעות" ווען די אייגען געקרוינטע רבנים און טאטעס פון שטאט וואס שרייען אז די מצב אין צניעות איז ממש שרעקליך און בארא פארק איז נעבעך געווארען א פלאץ ווי א חסידישע יונגערמאן קען נישט ארויס גיין,
דערפאר האב איך באשלאסען אז איך גיי גיין אין די גאסען פון בארא פארק לשם שמים ממש, גיין קיקען צי בארא פארק איז טאקע אזוי משוקע אין תאוות היצר, און צי די פרויען דא גייען אנגעטין ווי פרוצות,
בדרך כלל גיי איך מיט די אויגן אראפ, נישט ווייל איך שפיל הייליג, נאר פשוט אלץ נימוס (מענערס) נישט קיקען יענעם אין פנים ווי דער האן אין בני אדם
אבער היינט האב איך געהויבען מיינע אויגען און ריכטיג באטראכט יעדע פרוי וואס איז דארעך מיינע ד אמות, און אפילו פרויען וואס האבען שפאצירט עקראסט די סטריט
ווי זינגט מיכאל: קיק און קיק און פארשטיי נישט, די אויגן פון זיי אראפ גייט נישט....
איך זאג נישט קיין גוזמאות, איך האב שפאצירט בערך א שעה, די צייט וואס די גאסען זענען פיל מיט פרויען וואס לויפען צי די ארבעט, מיידלעך אין סקול, און מאמעס ווארטען פאר די באסעס, עס זענען דארעך געפארען מיינע אויגען גאר אסאך פרויען פון אלע מינים, אלע קרייזען
און איך בין געקימען צי די מסקנה
אז מן הסתם רעדען די עסקנים פון א אנדערע בארא פארק, ווייל אין בארא פארק וואס איך קען האב איך נישט געזען קיין איין איינציגע פרוצה, אלע גייען גאר שטארק צניעותדיג אנגעטין, בשיא הצניעות וואס קען זיין, זיי ציען נישט קיין אויגען בכלל, איך קען זאגען אז איך בין אהיים אן קיין איין הירהור, נישט ווייל איך בין א אלטע איד, איך בין יונג מיט פרישע הייסע בליט אבער משום מה בין איך נישט געווארען איבערגענימען פון קיין איין פרוי, ווייל די נשים צדקניות וצנועות פון בארא פארק זענען מקדש שם שמים מיט זייער צניעותדיגע מלבוש און גאר איידעלע התנהגות, אשרי העם שככה לו, וואויל איז מיין חלק אז איך וואוין אין אזא ערליכע שטאט
איין זאך וואס איך האב יא געמערקט, אז יונגעלייט, איך רעד פון פרימע חברה, מיט גראטלעך גייען מיט אויפגעריסענע אויגען אויף יעדע נקיבה אפילו ווען דאס זאל זיין א נקיבה פון א טויבעלע (די עופות וואס פליען ארים איבעראל בעיקר אין די 13'טע גאס)
די חברה דרייען זיך ווי משוגעים מטורפים, דאס האב איך שוין בעצם לאנג באמערקט, ווען איך גיי מיט מיין ווייב אויפען גאס (מיין ווייב איז זייער א איידעלע פרוי וואס ציט בכלל נישט קיין אויגן) קען אדרעך גיין פרימע חסידים, מיט די גאנצע טראגע, און זיי קלאצען ווי קעלבלעך ווי קיען נאך ווערען אויסגעהינגערט פאר 7 וואכען,
מיסטער הלבערשטאם און מיסטער האראוויץ אוודאי האבען ענק הירהורים, נישט ווייל בארא פארקע פרויען זענען פרוצות, חס ושלום זיי זענען ערליך, נאר הדבר תלוי בכם, ענק זענען חולה ****, יעדע נקיבה וואס ענק זעען, זעען ענק דערין איין ווארט "****" נישט מער, ענקער קאפ אין משוקע אין די זנות ווי א חולה נפש, זייט מוחל אין גייט צים דאקטער נעמט מעדעצין פאר די מחלה, ווייל איר זענט ביטער קראנק, חולה

בכלל אז איר רעדט שוין יא, לאז אפ די פרויען, רעד צי די מענער פון די בחורים ביז די אלטע זיידעס מיט די גרויסע אויגען, היט אייערע אויגען, ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם, האלט אייערע אויגען אראפ, קיק נישט אזוי פיל, טראכט נישט אזויפיל זנות, די אלע זאכען זענען שולט אויף דער וואס איז פנוי מן החכמה, זעצט אייך לערנען אין באזיכט דעם דאקטער 1 מאל א וואך!

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר