להצדיק את הצדיק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

להצדיק את הצדיק

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]שלום עליכם טייערע חברים, שוין לאנג נישט געהאלטן דעם פעדער און האנט בעסער געזאגט שוין לאנג נישט געדריקט די קנעפלעך אויפן שליסל-ברעט. דאס קאמפויטער מיינער ליגט פאר יותמ'ט און שאפע און דער פלאך פונעם קי-בארד זאמעלט שטויב פון ליגן אומבארירט אזוי לאנג. אבער ווי זאגט קהלת: לכל זמן ועת לכל חפץ און אין לשון המדרש אפילו קיבארד שבארון תלוי במזל.

היינט ג' אדר איז ארויס אן הכרזה למעלה אז בנימין פרענקלין יר"ה זאל נוקף זיין זיין אצבעו למטה אינעם שליסעל ברעט און אפשרייבן אן הודעה. און ווי נאר דער הכרזה איז ארויס איז אויפן ארט מיר באפאלען אן אבסעסיע און א קאמפלעקס האט באנומען מיין גאנצע וועזן אז איך מוז זאפארט זיך לאזן הערן אינעם שטיבל, אז נישט וועט מען חלילה זאגן אז הקדיח בנימין תבשילו ברבים ווי כאילו איך בין חלילה נחמץ געווארן און זיך אריבער געצויגן צו אונזער ברידער אין אייוועלט אדער אנדערע געמיינע פלעצער ווי אנדערע באנדיטן האבן שוין ליידער געטוען. האב איך זיך אנגעשטרענגט און אראפגעשלעפט דעם כלי פונעם אויבערשטן פאליצע אראפ געשארט א טפח דיק שטויב און זיך גענומען שרייבן והנני פלעגט מיין רבי טייטשן און דא בין איך.


דער אמת איז אז די סבה פארוואס איך שרייב ווייניג לעצטענס איז וויבאלד מיין ביז איצטיגער ביזנעסס ווי איך פלעג ארבעט פון ניין ביז פינעף איז געגאנגען באנקראט. און דער מסבב כל הסבות האט מיר אזוי אריינגעשיינט א מחשבה אין קאפ אז דאס מאל זאל איך פרובירן גיין אליינס, "גענוג געווען מיט די עבד לעבדים קללה" האט א בת קול אריינגעשריגן און מיין אויער אזש עס האט מיר שיעור טויב געמאכט. נו, אז א בת קול שרייעט, אפילו עס קומט נישט דירעקט פון חורב, פאלגט מען. בין איך אריינגעשפרינגן ווי נחשון בן עמינדב און ים הגדול נאר דאס מאל אנשטאט דער אייבישטער זאל זאגן פאר משה הרם את מטך און שפאלט דעם ים האט ער מיר א צו געטוען ביים אויער און אריינגעמורמעלט: בנימין טייערע, כאפ א שווים! און א שווים האב איך געכאפט. ב"ה ברוב רחמין וחסדיו עד הנה האב איך זיך דערווייל נישט דערטראנקען און מיר בעטן דעם באשעפער בכל לשון של בקשה ואל תטשנו לנצח.

קיצור הדברים אז מען ארבעט פאר זיך אליינס ווייסט מען נישט ווען צו מאכן א סטאפ! אוןממילא איז נישטא קיין צייט פאר ווייב, קינדער, און פאר חברים און פארשטייט זיך אויך נישט פאר קאווע שטיבל. אבער דא און דארט בין עדר לעדר ליין איך און איך כאפ אריין אפאר זאפטיגע אשכולות און סשרייעט זיך ארויס א שבח והודאה פארן הייליגען באשעפער ב"ה עדיין יש תקוה.

דער אמת איז איך האב געוואלט שרייבן וועגן א געוויסע נושא להצדיק את הצדיק (רמז: הרב יונתן ריעטטי מיט זיינע לעצטיגע שיעורים) נאר מיינע פינגערס טוען מיר שוין וויי וועלן מיר דאס איבערלאזן פאר קומענדיגע וואך. סטעי טאנד.[/justify]
חמין במוצאי שבת מלוגמא

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר