פורים איז שוין דא

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

פורים איז שוין דא

שליחה דורך פליקער »

פורים איז שוין דא

די פורים קימט צי גיין מיט א ווילדן גאלאפ, אלעס ווערט פורים'דיג, ווי מען דרייט זיך ווערט אלעס פארטוישט פאר פורים, גייט מען און שיל, אלע סיינס הייבן זיך אן צי פאר פורים'ען, און גראסערי איז שוין נישט דא וואס און מאל צי נעמען, איך גיי און גראסערי איך פרעיג ווי איז דא א בעיגל, מען קיקט מיך ווי איך פארלאנג חמץ אין פסח, ווי דער יון אין פראג, און דער גולם אין די סוכה, עטליכע פאר אויגן באקיקן מיך ווי איך וואלט געוועין א עליאן, וואס וויל ער וועים זיכט ער, ווייסט ער נישט אז עס קומט פורים אויף די וועלט, אלעס וואס מען קויפט היינט איז נאר לכבוד פורים, שאקאלאדען מיט רעפינג פאפיר, איבערגעצויגענע ניסלעך, מיט ליקער פּילקעס, אלע ערליי געפילטע המן טאשן, מיין גראסערי האט אויך א אויסלאגע פון פורים נעיזער מיט בערד.

אינגע ווייבלעך דרייען זיך דארט ארים, אלעס שטיפט זיך דארט יעדער שפעקעלירט א חידוש פאר שלח מנה, מען לויפט אהין און ציריק, געקנייטשטע שטערן, ווי א שווערע תוספות, וואס פאר א טיעם צי זיין, מער שאקאלאדע אדער וועשטעבל סאלאט, אדער דיפס מיט קליינע מזונות ראלס, איך זעי איינעם בייגען דעים קאפ מיטן האלבן גוף אויף לינקס, ווייל זי גייט מאכן אז די שאקאלאדעס זאל זיך אראפ גיסן פון אזא שיפע כלי, על כן ברויך מען זיך פארשטעלן כאילו זי אליין גליטשט זיך אראפ אזא קליינע עזאזלע, שפירן ווי אזוי עס וואלט זיך געשפירט אלס א שאקאלאד.

איך זעי ווי די אלע ארעמעלייט נעבעך קענען קיין ווארט נישט מרמז זיין פארן אשת חיל וואס פראבירט אזוי שטארק אפצישפארן פאר איר חשיבע אינגערמאן, וואס זיצט און לערענט נאך, קוים ער פארדינט אויף לחם צר, מען בעיט ביי יעדען איינעם זיך משתתף זיין ארויס צי העלפן דעים טייערן אינגערמאן, אבער זי דרייט זיך ארים ווי א קינד ביי א באווארפן, אדער ווי א טאטע ביי א קידוש, מען פילט אן וואגן נאך וואגן מען זאל קענען מקיים זיין דעים מצוה פון משלוח מנות איש לריעהו, בשעת ער ברעכט קאפ פון ווי ער קען לייען אפאר טאלער, איז ער מקיים ושואלה איש מאת ריעהו כלי כסף וכלי זהב, ושמלות פאר פארשעלאכץ, ער רייבט זיין פיי סמך קארטל צעין מאל, אפשר וועט עס זיך דערבארעמען און אויסקוועטשן נאך אפאר קאפיקעס, אבער עס שרייט סארי טריי עגען ענאדער דעי.

וואס איז פשט אז מען ברויך ארויס פלאנצען די פאר טאלער אויף אזעלכע נערישקייטן, דעיס איז א רעלעטיוו נייע משוגעת פון די אינגע פלאנצערקעס, איך געדעינק ווען איך בין געוועין א קינד, פלעיג מיין מאמע, דייקי א בעל בתישע, באקען א קעיק, איין הילן א סלייס אין סערען רעפ, איין באטעלע גרעיפ דזשאס, אויב מעיגלעך אריינגעלייגט נאך עפעס א מינדערוויכטיגע קלייניקייט, אלעס אריין געדריקט אין אזא געילע באקס וואס פארמאגט אזא קליין פענסטערל, מען האט ארויפ גלייגט א סטיקער, שמחת פורים פון משפחת פליקעריש, און געפארטיגט, היינט קען מען קוים און צרות פויעלן אז מען זאל שיקן פאר צוויי שכנים די זעלבע סארט שלח מנות, ווייל עס וועט זיין יאנטשי, איינעם מיז מען שיקן כמו פירעמיד, און פארן צווייטען כמו אייער באקס, אנגעפילט מיט אלע נייסטע נאשערייען, פארן שוויגער א סעלמאן פיש וואס איז גרויס ווי א ניי געבוירענע לוויתן, און א חלה ווי דער איי פינעם בר יכנה, פארן טאטען ברויך מען שיקן א גאנצן דיכט פינעם שור הבר, צישניטן אויף קליינע רעיפטלעך, און יעדע פינף סלייסעס איינגעהילט צווישען מיני ראלס, ציזאמען האלטן מיט ציין שטעכער'ס, עס איז אויסגעקימען אזוי גרויס אז מען האט דאס געמיזט ארויף ליפערן מיט א קרעין דורכן פענסטער, ווייל די שטיגן זענען צי קליין.

עס וואונדערט מיר אויף די הייליגע ארגענעזאציא נר מצוה האט גארנישט וואס צי פארקויפן פורים, זיי האבן פארשפילט אזא שיינע שאנץ צי מאכן פון פורים א ערענסטע מוציא, העטן זיי וועין נישט געקענט פארקויפן אלע ערליי גראגערלעך, פון פימפסן האלץ, אויך נייע ערפינדינגען ווי אזוי אויסצימעקן דעים המן'ען, אלע ערליי פישקעס, גרויסע און קליינע, פראטענטען פאר משלוח מנות, זיי וואלטן וועין זיכער געמאכט יעדע שמש זאל אין שיל פארקויפן אלע ערליי מאסקעס, שמירעכץ פאר די וואס ווילן גיין ווילד אויסזעיענד, אפשר אויך א מאסק פון פרעזידענט אבאמא, די גאנצע עד דלא ידע וואלטן זיי געברויכט נעמען ציי נייע שטאפלען, אפילו שלאף פילן יוצא צי זיין א געוויסע שיטה, סנעפס מיט שטינק באמבעס אבער גארנישט האבן זיי נישט געטיען און אזא ערענסטע סיזאן, פורים זענען גארנישט מער וויכטיגער ווי אויבערלענדערס לעידי פינגערס, ווי קען אזא זאך זיין.

איצט די צייט שפיר איך ווי אינטער מיין ריקן וועיבט זיך פלעינער, איך האלט און איין שליקעצן, יעדע בחור טייטלט אויף מיין נאמען אינעם אנשי שלומינו ליסטע צי איך ברויך זיין אויף א נדיב לב ליסטע, צי מיין נאמען איז געניג ווערט אז א מאביל זאל אפשטאטען א באזיך, יעדע בר חד יונה האט אויף מיר א מיינינג צי איך בין רייך צי נישט, מען פרעיגט זיך ביי שכנים צי איך גלייך כבוד, צי מען וועט קענען ביי מיין הויז מאכן א פענגווין טאנץ, אדער איך גיי זיך בייזערן אדער אפשר זיי אראפ קאפענען א שטיג.

אין וויליאמסבורג האט שוין געלאנדעט די עראפלאן מיט צוועקן, אלע אלמנות מיט יתומים, ארגענעזאציעס וואס שטייצעך נעמען נישט קיין געלט פון קיין מדינה שינדען די רויע פלייש, זאפן בליט ווי ליטשעס און אנדערע וועמפייערס, יעדע מוסד זאגט צי א גורל אויף א פארקער פען אויב ברעינגט מען אריין מער ווי הינדערט דולר פאר קרן מרבה חכמה וואס איז קיינמאל קיין צוועק נישט געוועין נאר א מעטאד דער מנהל זאל אויך באקריגען מעות פורים, נישט נאר דער מלמד.

היינט פרייטאג האט זיך עס אנגעהויבן, די קליינע ישיבות האבן ארויסגעלאזט די בחורים'לעך, זיי זאלן גיין נאך געלט, נישט אזוי ווייט ווייל די ישיבה ברויך געלט, ווייל ווי מיר ווייסן דאך אז תלמיד תורה כנגד כינים, נאר די בחורים מיזן גיין און רבין'ס דרך, ווי דער רבי האט כמה פעמים געוויינט אז ר' בעריש בערגער זאל גיין נאך געלט, נישט געיבן זיין אייגענע, די בחורי חמד מיזן ווערן איינגעווארצעלט אז זיי ברויכן גיין זאמעלען פאר אנדערע צוועקן, על כן האבן מיר היינט נישט געקענט קימען צים ווארט, אפילו די תפילה קצרה נישט אויסגעפיעט, נאך איין מזל איך בין נישט אזוי שטארק מקפיד צי זאגן יעדעס ווארט, ווייל וואלט איך מקפיד געוועין וואלט עס מיך זייער געשטערט, אזוי ווי איך האב נאר אנגעגרייט א פעקל קוואדערס מיט דיימס בין איך געוועין גרייט, זיך שיין מסדר געוועין ביי מיין פלאץ, און געטיילט די קוואדערס מיט דיימס פון מודה אני ביז דער בעל תפילה האט געזאגט אחד, און איך האב נישט געזאגט קיין איין ווארט, ווייל ווי מיר ווייסן דאך די הלכה מפורשת אז עוסק במצוה פטור פון אלעם, און גריידע ביי די מצוה איז יעדער ציפרידן, קיינעם שטערט נישט אז איך דאווען נישט, דער עיקר איז אז די בחורים זאלן זיך אויסלערנען גיין נאך געלט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פליקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר