די נייע טעג/חסד לאברהם אפיס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

די נייע טעג/חסד לאברהם אפיס

שליחה דורך סאו וואט »

ס'איז מיר העכסט אונטרעסאנט אז מ'האט נאכנישט דא ארום גערעד און באהאנדל דו נייע גאר וויכטיגע טעג אפיס, וואס ממש ראטעוועט נשמות יעדען טאג.
אלזא וועלן מיר געבן א שטיקעל אפדעיט דערפון.
דו טעג אפיס וואס ווערט אנגעפירט בראשות ובנשיאות כ"ק אדמו"ר מטעג שליט"א [ר' שמואל מרדכי פארטיגאל] איז קודם געוועהן אויף סטאנצירט אויף דרייצען און צוויי און פערציגסטער גאס און בארא פארק. דער קאמפיוטער פון דער שרייבער פון דו דאזיגע שורות אליין, איז געפילטערט דורך טעג, ווען אימער כ'בין דארט געוועהן, האט מען קיין נברא נישט געזעהן דארט,
נישט אריין, און נישט ארויס, הגם ס'איז געוועהן דארט פיר צימערן, און איין קאנפרענס צימער, חוץ איין יונגערמאן א טעקנישען וואס האט זיך דארט געפונען, געטרינקען קאפי, און געוועהן אויפ'ן וועב., חוץ מזה גארנישט, כלום, איי פארוואס דארף מען אזא גרויסע אפיס, מי יעמוד בסוד קדושים פון כ"ק האדמו"ר מטעג שליט"א. אפשר כדי ס'זאל גענוג מזוזות פאר אלע רבנים צו קלאפען... חוץ מהאי טעמא קען איך נישט טרעפן אן אנדערע ביאור אויף דעים.

אבער יעצט לעצטענס האט מען אנאנסירט איבעראל און דו צייטונג און אויף דו מידיע ובראשם אויף קול מבשר, אז לתועלת דער גרויסע ציבור, גייט מען מופען צו א גרעסערע לאקאל, כדי אויף צו נעמען שענער און באקוועמער דער פילע מאסן מענטשען וואס קומען פילטערן זייערע קאמפיוטער'ס. אבער פארוואס זענען אזוי גוט הארציג? פשוט, דער גרויסע בנין פון מוסדות חסד לאברהם וואס איז געוועהן אויף 53 צווישען דרייצען און פערצן אפאר הייזער אראפגעקורט פון סאטמאר ביהמ"ד, האט מען צו ווארפן, כ'ווייס נישט פארוואס, [אגב, מ'האט קיינמאל קיינמאל געפיצט דער שניי דארט, ווי גרויס דער שניי זאל נאר נישט זיין, במו עיני ראיתי ונוכחתי ווי מענער און פרויען גליטשען זיך, אבער קיינער האט זיך קיינמאל צו טוען געמאכט פון דעים, ווייל וועים גייסטו דאך גייען סוען?]. עכ"פ האט דער סקולענער סטעף זיך געזעהן אן אן אפיס, האט מען געטראכט צו מופען זייער חסד לאברהם אפיס און דער טעג אפיס, און נאנט צו געברענגט דער טעג אפיס זאל זיין סמוך ונראה צום סקולענער הויף. פארוואס זאל מען גיין שנארען אויף דער אויסגעוועפטע חסד לאברהם נאמען, מ'האט שוין א בעסערע נייע פירמע נאמען צו שנארען אויף, און אזוי האט מען טאקע געטוען, מ'האט געקויפט א נייע חסד לאברהם אפיס, און מ'האט עס קובע שם געוועהן טעג אפיס, אזוי האט מען געשאסען צוויי פייגלעך מיט איין שאס,

יעצט זייענדיג מער און צענטער, קעו מען זעהן דער אפיס פון דער נאנט, און אז מ'קוקט אריין זעהט מען אז מ'דארף קלאפען נאר צוויי מזוזות, ווייל ס'איז איין גרויסע שטוב, און מער אריין נאך איין קליינע צימער, חוץ אפאר קלאזיטס מיט א ביהכ"ס וואס דארף נישט קיין מזוזה, אבער זיי האבען געטראפען צען אדמורי"ם פאר צוויי מזוזות, העכסט אונטרעסאנט, און ווער ס'וואקט דארט אמאל אדורך זעהט נישט קיין נברא דארט, חוץ פון דו צוויי חסד לאברהם פאנדרעיזערס, ה"ה העסקן לוי יצחק זילבער, און שרגא פריעדמאן,

ווען דער מונקאטשער רבי איז געקומען קלאפען א מזוזה, קוקט אויס ס'איז געוועהן פאר נאכטס, איז לוי יצחק זילבער געגאנגען צו א געשעפט דערנעבן בעטן א פלעשלייט, אז דו בילדער זאל בעסער אויסקומען, און כ"ק אדמו"ר מטעג שליט"א האט זיך אפגעשמועסט מיט שרגא פריעדמאון און לוי יצחק זילבער אויף וועלעכע זייט מ'זאל שטיין, דער פיקטשער זאל האבען א סוקסעס.

און אזוי שנארעט מען פון מענטשען געלט, מ'רעד זיי אן ס'גייט פאר טעג, [וואס חוץ אדוועטייזמענט'ס און אלע צייטונגען ווען קלמן הלברשטאם מאכט א ברית, ווייסט קיינער צו וואס זיי דארפן געלט..] און דער געלט גייט אריין און דו חסד לאברהם פאנדס. א הימל שרייענדיגע עוולה, ואין פוצה פה ומצפצף. ווי לאנג נאך וועלן מענטשען זיין בלינד נישט איינצוזעהן דער פראד מיט דו אזוי באמאכטע עשקנים?
I AM SICK AND TIRED ALREADY

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר