סיינט די פעטיציע: מיר דארפן א פרייליכן פורים!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3590 מאל

סיינט די פעטיציע: מיר דארפן א פרייליכן פורים!

שליחה דורך ברסלבער »

[justify]דער יום טוב פורים דערנענטערט זיך שוין. אידן האבן שוין אנגעהויבן זיין פרייליך פון ר"ח אדר, ווי די גמרא זאגט משנכנס אדר מרבין בשמחה, די מער פרומערע האבן שוין אנגעהויבן פון ר"ח אדר א', יעצט ווען מען האלט שוין ממש אייניגע טעג פאר פורים, ערוועקן זיך שוין אפילו די שוואכערע און הייבן שוין אן צו זיין פרייליך.

עס איז באקאנט די קשיא פארוואס ביי "משנכנס אב" איז דא פונקליכע הלכות וואס און ווען מען טאר נישט טוהן חודש אב אז עס זאל נישט ברענגן צופיל שמחה, ווידער ביי "משנכנס אדר" שטייט נישט קיין הלכות מיט וואס מען דארף פארמערן שמחה?

זאגן די פריערדיגע אז ביי חודש אב האט מען מורא געהאט אז דער עולם וועט ווערן אנגעזעצט איבער די מאס, האט מען אוועק געשטעלט גבולים וואס מען דארף טוהן, וזהו - דאס איז עס, מער פון דעם דארף מען נישט טרויערן. אבער ביי חודש אדר ווען מען דארף זיין פרייליך, מאכט מען נישט קיין גבולים, יעדער דארף זעהן צו זיין פרייליך וויפיל ער קען, און יעדער ווייסט ביי זיך וואסערע זאכן עס מאכן אים פרייליך און אין דעם דארף ער מרבה זיין אין חודש אדר.

איינער ווערט פרייליך פון מוזיק, זאל ער הערן מוזיק. א צווייטער ווערט פרייליך פון עסן גוטע זאכן, זאל ער דאס טוהן. און אזוי ווייטער יעדער ווערט פרייליך פון עפעס אנדערש. איך כשלעצמי, פרוביר צו טוהן די זאכן וואס מאכן מיר פרייליך, און מיטן באשעפער'ס הילף ארבעט זיך עס אויס גאנץ פיין. איין זאך האב איך אבער וואס פלעגט מיר מאכן זייער פרייליך, און איך וואלט זייער געקענט באשטיין עס ווייטער צו האבן, אבער צו דעם דארף איך האבן די הילף פון די חברי השטיבל, צו סיינען דעם פעטיציע.

דער ענין איז איבער [tag]קופערניקוס[/tag]. פאר דער עלטערער דור דאהי, איז דער נאמען אליין גענוג ארויפצוברענגן א שמייכל אויפן פנים. און דער אינגערער דור אשר לא ידע את יוסף, איז כדאי צו כאפן א בליק אויף זיינע תגובות, איינס בעסער פונעם צווייטן. עס ליגט מיר נאך אין די ביינער ווען ער האט איינמאל תשובה געטוהן, ווי עס האט זיך דאן געגאסן שמאלץ. דאס איז נאר איין ביישפיל פון זיינע נאנט צו 1500 תגובות, כולם שוין לטובה. און איך גלייב אז אין די אזוי אויסגעווארטעטע "קאווע געלעכטער" וועט זיכער זיין אסאך סחורה פון אים.

למעשה איז ער לעצטנס פארשוואונדען געווארן פון האריזאנט, מען זעהט נישט און מען הערט נישט פון אים. זיין לעצטע תגובה איז געווען מיט אנדערטהאלבן חודש צוריק. און די לעצטע אשכול וואס ער האט געעפנט איז געווען - איר וועט נישט גלייבן - מיט גאנצע זיבן חדשים צוריק.

יעצט ווען מען האלט בעפאר פורים, בענקט זיך מיר צו הערן עפעס א גריס פון אים. ווי באקאנט טוען צדיקים שטענדיג תשובה על תשובה, ווייל אפשר איז די פריערידיגע תשובה נישט געווען בשלימות. דא זעהט מען עס ממש בחוש, וויפיל דער קופערניקוס טוט תשובה איין מאל און נאכאמאל, דארף ער אלץ פון פריש תשובה טוהן, און הלואי זאל עס שוין זיין דאס לעצטע מאל וואס מען דארף זיך בעטן אזוי ביי אים אז ער זאל צוריק קומען.

און מיט דעם גיי איך ארויס מיט א פעטיציע קאמפיין, ווער עס האט סיי וועלכע השפעה אויף דעם קופערניקוס אז ער זאל תשובה טוהן און זיך צוריק קערן צו אונז, ווערט געבעטן צו טוהן כל מה שביכולתו אים אהער צו שלעפן ביים אויער. ולמצוה גדולה יחשב.

און אין דעם זכות וועלן מיר אלע האבן א פרייליכן פורים און א לוסטיגן תמיד.[/justify]
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר