דער אחריות פון א היטש-געבער פאר זיינע פאסאזשירן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך חיים נחום הלוי פריעד » פרייטאג יוני 27, 2014 12:22 pm

זייער ריכטיג געזאגט. נאר עס האט נישט צוטאן דווקא מיט א סמארטפאן, נאר מיט יעדער זאך מיט וואס דער דרייווער לייגט זיינע פאסאזשירן אין א סכנה.
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20140627_121723.jpg
IMG_20140627_121723.jpg (55.51 KiB) געזען געווארן 1055 מאל
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

הודעהדורך נעמ-טא-דאם » מוצ"ש יוני 28, 2014 11:53 pm

דווקא א סמארטפאון? טעקסטן פון אן אבאמא פאון איז יא מותר?
מיין קרו״ם של מ״ח זאגט אז דער בריוו שרייבער פון דעם בריוו אין דער בלאט איז סתם א מאנסיער קליינקעפיגע ארוני וואס האט געטראפן נאך א פלאטפארמע ווי אויסצוגעבן זיין בלוט דרוק אויף סמארטפאון׳ס. און דעריבר אין למידין הימנו ולא כלום.
ווי האט נאר דער געביפטע עם הארץ געשריבן צו זיין פריינט ״אתה מעכיל, ושמך מעכיל, וכל אשר לך מעכיל״
נעמ-טא-דאם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 18, 2014 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

הודעהדורך diff » זונטאג יוני 29, 2014 12:13 am

Please use public transportation and leave everybody alone
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל

הודעהדורך ציבעלע-קיגל » מאנטאג יוני 30, 2014 11:38 am

diff האט געשריבן:I usually pray that whoever doesn’t stop for me should be stopped by police or other car problem. U dont deserve the luxury of a car if you dont share


דיף... איך מיין אז איך האב דיר אמאהל געגעבען א היטש אין טאקע וועגען דעם געב איך מער נישט קיין היטשעס. פאר אפאר יאהר צוריק ביי מיין זיידעס ע"ה לוי' האב איך מיט מיין ברודער ארויסגעדרייווט די אבלים צום בית החיים. אונז זענען געשטאנען לעבען די הייוועי און געווארט ביז מיין טאטעס אלע ברידער קומען אז מען זאל גיין צוזאמען. קומט אן א "איד" און פרעגט איך מעג אפשר מיט פארן אויף מאנסי? זאג איך איהם אונז פארן קיין ניו ג'ורסי בית החיים דאס איז א לוי'.
שרייט ער... רשעים וואס ענק זענען! אידן מוזן געבן היטשעס! און ער גיבט זיך אזעצאריין אין קאר. און בשום אופן וויל ער נישט ארויסגיין... עס האט גערנישט געהאלפען ער האט געהאלטען אין איין שרייען אז ער ווייסט זיכער אז אונז פארן אויף מאנסי. זאגט מיר מיין טאטע דער אבל אז ער וויל נישט ארויס גיין איז זיין פראבלעם.

אין מיטען וועג באמערקט דער "איד" אז מען פארט טאקע נישט אויף מאנסי רופט ער זיך אן העי! ווי פארסטי דא? די מוזט מיך נעמען אויף מאנסי! זאג איך איהם... אי האב דיר געזאגט איך נעם אבילים צו א לוי'... שרייט ער ניין ניין! אויב דו נעמסט מיך נישט שוין ריף איך די פאליס.

איך האב אבער נאך נישט געקענט אונזערע פיינע "אידען".

דער חי' בדמות איש נעמט ארויס א סעלפאון און דייעלט 911 און זאגט אז מען האט איהם געקידנעפט און ער איז יעצט אין א קאר אין ער גיבט זיי איבער ווי אונז פארן. אין בערך 10 מינוט קומען צו פליען 5 פאליס קארס מען שטעלט אונז אפ. מען האט ארעסטירט מיך מיט מיין טאטע און א פעטער.

מיין טאטע און פעטער זענען "נישט" געווען ביי זייער טאטעס קבורה. און מיין טאטע איז ספעציעל געקומען צו די לוי' פון ארץ ישראל.

פרעג איך... זאל איך נאך געבן היטשעס? ניין ר' דיף דו קענסט דאווענען פון היינט ביז ווען דו ווילסט אז מען זאל מיר אפשטעלען אדער עפעס אנדערש זאל געשעהן אבער דער באשעפער הערט נישט צו צו אזעלעכע תפילות.

דאס איז נאר איין מעשה... און איך געב טאקע קיינמאהל מער נישט קיין היטשעס.
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 794 מאל

הודעהדורך כוכב » מאנטאג יוני 30, 2014 11:49 am

איך האף די מעשה איז געבאקן, א יא?
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2446
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5023 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 30, 2014 12:44 pm

כוכב האט געשריבן:איך האף די מעשה איז געבאקן, א יא?

דו האסט א הוה אמינא אז נישט? נאר ס'קומט איהם (ציבעלע קוגל) קרעדיט פאר אויספאנטאזירן אזא שיינע מעשה. די מעשה וואלט זיך געפאסט פאר דעם שרייבער/שרייבערין א. מ. אמיץ פון "משפחה"... :? 8-) :lol: ;) :roll: :P :oops: :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13213
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8420 מאל

הודעהדורך diff » מאנטאג יוני 30, 2014 2:29 pm

מן הזהירות - שלא תרבה להיזהר" ~ חובות הלבבות
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל

הודעהדורך ציבעלע-קיגל » מאנטאג יוני 30, 2014 2:44 pm

כוכב האט געשריבן:איך האף די מעשה איז געבאקן, א יא?


ניין ניין... עס איז ליידער זייער אמת
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 794 מאל

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג יוני 30, 2014 3:34 pm

איך גלייב נישט די מעשה אפילו איין פראצענט אויך נישט, אבער אפילו לו יצוייר אז אזא מעשה האט זיך אפגעשפילט איז דאך יענער א חסר דעה פון ערשטן קלאס, אזא איינער וואס באלאנגט נישט צווישן מענטשן נאר אין א משוגעים הויז, נו וועגן איין צודרייטן משוגענעם זאלסטו יעצט נישט געבן קיין היטשעס פאר נארמאלע מענטשן?
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

הודעהדורך petergrifin » מאנטאג יוני 30, 2014 8:14 pm

ציבעלע-קיגל האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:איך האף די מעשה איז געבאקן, א יא?


ניין ניין... עס איז ליידער זייער אמת


אויב איז די מעשה אמת קענסטו אפשר דערצײלן װאס איז געשען נאכדעם? מען האט ענק ארויס געלאזט?
געגאנגען צו קארט?
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

הודעהדורך ציבעלע-קיגל » מאנטאג יוני 30, 2014 9:16 pm

מיין טאטע האט מען צוריק געשיקט אויף ארץ ישראל און ער טאר נישט אריין קומען אין אמעריקע פאר 10 יאהר.

איך אלץ דרייווער בין געזיצען 2 יאהר און אויך באקומען 10 יאהר פראבעישאן. דער שופט האט געזאגט אז צו שטרענג איז ער נישט ווייל למעשה איז ער אריין אין קאר און מען האט איהם נישט אריין געצווינגען
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 794 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג יוני 30, 2014 9:17 pm

געזעצן ווי?
זאג ביסט א קאזין פון חעזקי?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2555 מאל

הודעהדורך קליגער אינגערמאן » מאנטאג יוני 30, 2014 10:08 pm

כהאב מורא אז נחום ר******** האט געקריגען א ניק דא...
קליגער אינגערמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 11:30 pm
געפינט זיך: דערינען
האט שוין געלייקט: 322 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יולי 01, 2014 2:24 am

ציבעלע-קיגל האט געשריבן:מיין טאטע האט מען צוריק געשיקט אויף ארץ ישראל און ער טאר נישט אריין קומען אין אמעריקע פאר 10 יאהר.

איך אלץ דרייווער בין געזיצען 2 יאהר און אויך באקומען 10 יאהר פראבעישאן. דער שופט האט געזאגט אז צו שטרענג איז ער נישט ווייל למעשה איז ער אריין אין קאר און מען האט איהם נישט אריין געצווינגען

ציבעלע קיגל: איך וויל ארויסגעיבן א בוך מיט שיינע סיפורי מעשיות, וואס זאל צו ציען יונג און אלט. און ס'זאל זיין על טהרת הקודש. מ'זאל עס קענען ליינען אין די לאנגע שבת נאכמיטאג'ס אין זימער, ווען מ'שטייט אויף פונ'ם שינה בשבת תענוג. און ס'זאל נישט אנטהאלטן קיין ציונות. אדער א שבח פאר ציונות. אבער איך קען נישט געניג גוט אויספאנטאזירן מעשיות. ע"כ זיך איך א שרייבער וועלכער זאל מיר אהערשטעלן די סחורה. גוט באצאלט. ביטע רוף מייין פרייוועט נומבער.--- --- ---- אדער קאנטאקט מיין וועבסייט..: ייש"כ... :? 8-) :lol: :roll: ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13213
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8420 מאל

הודעהדורך גנדי » מיטוואך יולי 02, 2014 2:06 pm

הערט א מעשה.

א משפחה מיינער האט מיר געבעטען אויב איך קען טוהן א טובה און מיטנעמען צו א שמחה.

איך גיי אפנעמען דעם פאסאזשיר. בשעת דער פאסאזשיר לאזט מיר ווארטן האט מיר געכאפט אן התעווררות און איך האב צוגעהערט צו ראדיא הידברות. דרשות און ניגונים.

פאסאזשיר קומט אריין.

פונקט האט אנגעהויבען שפילען דער ניגון "CRY NO MORE" פון שוועקי.

"דו הערטסט צו ענגלישע ראדיא?" - פרעג מיר די פאסאזשיר.

"פארוואס נישט?" - פרעג איך צוריק.

"דו הערסט צו גויאישע ניגונים?" - מאכט דו פאסאזשיר אזא ביטול מיט די פנים

"דאס איז א אידישע ניגון" - פרוביר איך צו ענטפערן

פאסאזשיר: "יא... דאס איז א אידישע ניגון? דאס איז א פרוי וואס זינגט!"

איך: "דאס איז שוועקי וואס זינגט!"

פאסאזשיר: "יא... כאילו..."

פון דא און ווייטער זענען מיר געפארן שטילערהייט צו די שמחה... און צוריק...
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 am
האט שוין געלייקט: 2587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1443 מאל

הודעהדורך קינד_אן_קייט » מיטוואך יולי 02, 2014 2:12 pm

גנדי האט געשריבן:פאסאזשיר: "יא... דאס איז א אידישע ניגון? דאס איז א פרוי וואס זינגט!"

איך: "דאס איז שוועקי וואס זינגט!"


דערמאנסט מיר פון יענעם יונגערמאן וואס פלעגט אויסהערן סילין דיאן און די ווייב האט געמיינט ס׳איז שלמה כהן :roll:

מעשה שהיה.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 494
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 871 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1078 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » מיטוואך יולי 02, 2014 3:06 pm

@גנדי גאנץ ענדליך צו מיין מעשה
viewtopic.php?p=191399#p191399
נ.ב. כ'ווער צודרייט פאר שוועקי'ס ניגון cry no more
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2137 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יולי 02, 2014 3:29 pm

גנדי: ביי מיר וואלט זיך עס נישט געענדיגט שטילערהייט. איך וואלט יענעם געזאגט, יא. איך הער גוי'אישע ראדיא. און איך הער אויך צו פרויען וואס זינגען. יעצט גיי זיך דיר אן אנדער'ן רייד. אדער נעם א קאר סערוויס... :? 8-) :lol: :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13213
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8420 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 6 געסט