לעיקוואד האט געשריבן:איך קען א געוויסער חסידישער/ סאטמערערער רב וואס חול המועד גייט ער נישט קיין ווייסע זאקן, איז יש לך על מי לסמוך..
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:אדרבה טוה עס אויס אפי' אסאך בהמות וועלן זאגן אז דו ביזט א שיגץ אבער עס מוז נישט זיין.
איך קען גראדע אפאר אינגעלייט וואס האבן עס אויסגעטוהן אבער בעיקר איינער וואס איך קען שוין 30 יאר בערך. און ער פלעגט אלעמאל זיין א פרייליכע א שטיקל לץ אבער זייט זיין חתונה איז ער געווארן זייער א דיפרעסטע מרא-שחורה דיגע מענטש. ער האט מער קיינמאהל נישט אפי' געשמייכעלט.
אבער בערך 6 יאהר נאך זיין חתונה האט ער אויסגעטוהן די ווייסע זאקען און עס איז געווען ווי א נס... ער איז צוריק געווארען די זעלבע אלטער לץ א לעבעדיגער א פרייליכער.
איך וואלט אייך געראטען דאס אויסצוטוהן וואס פריער וואס שנעלער.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot], עמקות המחשבה און 6 געסט