מה נשתנה - לב טהור

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
בעל בעמיו
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

מה נשתנה - לב טהור

שליחה דורך בעל בעמיו »

טייערע חברים,

איך וויל דא שרייבן איבער א נושא וואס איז קאנטראוועסיעל, וואס קען אפשר אויפברענגען דעם צארן פון חשובע פון אונזער חבריא, אבער ההכרח לא יגונה. איך האלט אז א געפערליכער אומרעכט ווערט באגאנגען און ס'פארלאנגט זיך אן אפענער שמועס דערוועגן.

קודם איבער מיר: איך בין אן אלט געזעסענער מיטגליד פון קאווע שטיבל אונטער אן אנדערען ניק, כ'האב מיך אנגעזאמעלט א שיינעם צאל לייקס במשך מיינע קאווע שטיבל טעג. אבער צוליעב סיבות מסיבות שונות, שרייב איך דעם ארטיקל אונטער א נייעם ניק. ביטע עס נישט האלטן אנטקעגען מיר...

איך בין א פשוטער עמך איד וואס פראבירט צו טון דאס בעסטע לויט מיינע יכולות. אבער אונגאנצען נישט קיין פארפרומטער, ווי מ'רופט דאס. אזוי אז מ'קען מיר נישט באשולדיגען מיט זיין א לב טהור מיטגליד אדער סימפאטיקער.

כ'זאג נישט קבלו דעתי, איך בעט נאר איר זאלט מיר אויסהערן מיט אן אפענם קאפ. און אדרבה, אויב איך גרייז, ביטע ווייזט מיר אן ווי איך בין גרייזיג.

אייער אלט/נייער פריינט,
בעל בעמיו



וזה החלי בעזר צורי וקוני:

במשך די ימי החג העבר עלינו לטובה האב איך געהאט אביסל איבערוג צייט, האב איך אביסל געטון אינעם נושא פון לב טהור.

איך האב אדוירך געליינט דעם ארטיקל אינעם משפחה מאגעזין און אין דעם עמי מאגעזין, געליינט אנדערע ארטיקלן געשריבן אין די פרייע און אלגעמיינע פרעסע, און געקוקט די באריכטען. איך בין נישט געווארן קיין עקספערט, אבער כ'מיין אז כ'האב גענוג געליינט און געזעהן אז כ'מעג שוין האבן קשיות.

איך שטיי און איך שטוין. מ'האט אפגע'חתמ'ט אן עדה אידן, יראים ושלמים, שומרי תורה ומצוות, אלס מענטשן וואס מען מוז רודפן, פון וועמען מ'מוז די קינדער אוועקנעמען.

איך וויל פארשטיין, ווען אלעס וואס מ'האט געשריבן אויף זיי איז אמת, איז דינם אז מען דארף אוועקנעמען זייערע קינדער?

לאמיר אדוירך גיין די טענות וואס מען הערט אויף לב טהור.



נאך צוויי יאר זיכען האט די גאווערמענט געפונען עטליכע מיברויכען, קינדער מיט פאנגעס און ווי ס'רעגענט אריין אין א הויז.

ווען די איסטנצען זאלן ווען חלילה אריינקריכען אין אונזערע קישקעס, וועלן מיר דען יא ארויס גיין זכאי? וויפעל טשיילד אביוז מיסברויכן קענען זיי געפונען? דא וועלן זיי טרעפן קינדער זיצן אין דעם געיט פונעם פענסטער אויפן זעקסטען שטאק, דארט וועט מען טרעפן א סמאוק דיטעקטער וואס ארבעט נישט, א קינד וואס איז נישט אריינגעבונדען אינעם קאר סיט, קינדער אויף בייקס אן קיין העלמעטס, מאמעס וואס לאזן איבער די קינדער אינעם קערידזש אויפן גאס בשעת זיי גייען אריין אין א געשעפט, עלטערן וואס וואקסעניראן נישט די קינדער, אד"ג. און לאמיר שוין נישט רעדן פון אונזערע קאנטרי בונגעלאוס. יעדע טאטע און מאמע איז עובר אויף ווייאלעישאנס. איך בארעכטוג דאס נישט, מ'דארף מיר טאקע מער אכט געבן, אבער א מענטש איז נאר א מענטש און זאכן געשהן. מ'דארף אפשר מער מעורר זיין דערוועגן, אבער פון מיסברויכען ביז טשיילד אביוז איז פאלג מיר א גאנג.

מ'מאכט א גאנץ בראטעל פון זייערע אידישע מנהגים, זייער דאווענען, לערנען, וכדומה. מיט וויפעל זענען מיר דען אנדערש? ווען די גאווערמענט זאל זיך אויף אונז פארלייגען, וואס וועלן זיי טרעפן? דרייצען-יעריגע קינדער וואס זענען אין ישיבה פערצען שעה א טאג, פון זעקסע אידערפרי ביז אכטע אויף דערנאכט, עוסק בתורה ותפילה מיט עטליכע הפסקות, אן קיין ספארטס, אן קיין שפילן באל. קינדער וואס האבן נישט קיין צוטריט צום אינטענעט און ווידיאו געימס. קינדער וואס האבן נישט קיין פעיסבוק אקאונט. קיין טעלאווישן. קינדער וואס קענען נישט דעם טיימס טעיבאל. מלמדים מיט שטעקענעס. אמאל אמאל א מצב פון מאלעסטעישאן. קינדער געבענטשטע משפחות ווי אינגע קינדער דארפן נעמען א גרויס חלק אין די שטוב ווערטשאפט. אינגע בחור'לעך אנגעטרונקען ווי לוט אים פורים. צוועלעף-יעריגע מיידלעך -ווי דאקטער פרישמאן ווייזט אן- וואס פאסטן תעניתים. מציצה בפה. קליינע קינדער אין שמיציגע מקוואות ווי זיי ווייקן זיך מיט אלטע חזירים. קינדער וואס טארן נישט עסן קיין טרויבען צוליעב תולעים. זאכן וואס זענען העכסט נערמאל ביי אונז, אבער פארן גוי קוקט עס אויס מאדנע. זענען מיר אלע טשיילד אביוזערס חלילה?

פליצלונג זענען מיר מקבל כל דבר היוצא פונעם סאשעל ווארקער? וויפעל צרות יגון ואנחה ליידען זיך מענשטן אן פון סאשעל ווארקערס? ווען מען גייט אין שפיטאל און זיי באמערקאן א צייכן פון א קלאפ אויף א קינד זאל דער באשעפער אפהוטן וואס די עלטערן גייען אריבער, ס'העלפט נישט קייו פודינו ומצילינו, זיי וועלן ארויס נעמען דעם מארך פון די עלטערן. פארוואס וועלן מיר דאן פארשטיין אז עלטערן זענען נישט קיין מלאכים אבער פון לב טהור עלטערן פארלאנגען מיר שלימות בתכלית השלימות?



קולט. לב טהור איז א קולט. מיט וואס איז לב טהור מער קולט ווי אנדערע חסידישע אדער ליטווישע קהילות? נאר דער לב טהור רבי רעדט דען צו מלאכים? פארוואס איז מהרמ"מ מ'וויזניץ שליט"א א לעגעטימער רבי און האדמו"ר מלב טהור שליט"א א קולט פירער? איז דער סקווערער רבי שליט"א צו דער גערער רבי שליט"א צו מרן הגריא"ל שטיינמאן שליט"א ווייניגער אין הימל? וועלעכער חסיד האלט נישט אז זיין רבי באווייזט אותות ומופתים? וועלעכער תלמיד האלט נישט אז כל הגה היוצא מפי מרן איז פון מתיבתא דרקיע? יעדער רבי און ראש ישיבה ליינט קוויטלעך, אפילו אחרי מות קדושים לייגט מען קוויטלעך אויף זייערע קברים. מ'לייגט שוין אפילו קוויטלעך אויף די קברים פון רעביצען'ס. איז דער לב טהור רבי ווייניגער בארעכטוגט צו פראווענען הימילישע זאכן ווי די בעלעזער רעביצען תליט"א?



דער לב טהור רבי רבי האט פול קאנטראל אויף זייער לעבן.

Duh!

מיר לעבן אלע א תורה'דיג לעבן ווי אונזערע מנהיגים קאנטרעליראן אונזער לעבן, דא מער און דארט ווייניגער. אונזערע מנהיגים זאגן אונז ווי אזוי זיך צו פירען, ווי אזוי מ'זאל מיר זיך קליידען, וואס מיר זאלן יא און נישט עסן. מענטשן רירן זיך נישט אנעם רבי'ן אדער ראש ישיבה. דער רבי און ראש ישיבה באשלוסען מיט וועם זיך משדך צו זיין, ווען צו טוהן דעם שידוך, ווען זיך צו גט'ן, און אלע אנדערע באשלוסען. מענטשן וועמען דער דאקטער הייסט אדוירך גיין אן אפעראציע וועלן נישט פאלגן דעם דאקטער אויב דער רבי זאגט ניין.

מענטשן וואס לעבן אינטערן שאטן פון א ועד הצניעות, וואס דארפן אינטערשרייבן צעטליך איבער איטנערנעט באנוץ ווייל אויב נישט איז אחת דתו/ה, וואס קענען נישט קויפן קיין צוויי-רעדלדיגער בייק פאר די קינדער, וואס ציטערן זיך צו שמירען דעם פנים, האלטן אז לב טהור איז א קולט ווייל "זיי" ווערן קאנטרעלירט. ווען דער נאר זאל נישט זיין מיינער וואלט איך אויך געלאכט.



ברעינוואשינג. תבן אתה מכניס לעפריים? מ'איז אונז מסביר אז "דארט" ברעינוואשט מען. און ביי אונז?! ביי "אונז" איז מען נישט מסביר אז נאר "אונזער" דרך און שיטה איז ריכטיג, אז "אונזער" רבי איז דער צדיק וקדוש הדור, אז מ'דארף זיך אונטערווארפן דעם נפש רוח ונשמה פאר "אונזער" רבין, אז דעם רבי'ןס ברודער איז א שגץ, אז מאכן נאך א מנין איז יהרוג ואל יעבור, אז יענעמס פלייש און מצות איז נבילה און חמץ. דיו אילו ימי וואלט מען נישט געקענט באשרייבן אלע תורת לאקשאן וואס מ'פארקויפט ביי "אונז". ביי "אונז" פארשטיין נישט די בחורים'לעך זיך אנצונעמען פארן רבי'ןס כבוד, צו טיילן קלעפ, צו מאכן פייערס, צו שרייען פוי, צו ווארפן פאשקעווילן.

וויפעל דערציילונגען פון צדיקים פארקויפט מען ביי אונז? זאכן וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן? מען דערציילט סיפורים מסיפורים שונים ומשונים על החיים ועל המתים, "וואונדערליכע" פאסורונגען. דער האט געהאט אן הקפדה און יענער איז געשטארבן/קראנק געווארן/פארלוירן די פרנסה/פארלוירן א קינד וכדומה? ווער ס'האט איז אמאל פארטשעפעט מיטן רבי'ן האט שלעכט אפגעשנוטן. איז דאס אנדערש פון וואס לב טהור פארקויפט? מה חזית ד'ברעינוואשינג דידן סמיק טפי מ'בעינוואשונג ד'לב טהור?



איינע פון די "באווייזען" אז לב טהור איז א קולט איז אז מען קען נישט אוועקגיין. לאמיר פארשטיין וואס דאס מיינט. זענען די לב טהור חסידים געבינדען מיט קייטן און ס'פארלאנגט זיך אז א שליסעל זיי צובאפרייען? ניין. וואדען? אויב איינער באשלוסט אז ער וויל זיך פאקן פעק, וועט ער אדוירך גיין צרות יגון ואנחה, לב טהור וועט אנווענדען אלע מיטלען דאס אפצוהאלטן, דער שלום בית וועט ווערן פארשטערט און די קינדער וועלן גענוצט ווערן אלס א שטעקן.

שוידערליך. אבער מה נשתנה קהילת לב טהור מכל קהילות קדושות בישראל? וואס וועט זיין דער רעאקציע אין אנדערע קהילות? איך רעד שוין נישט ווען איינער זאל באשלוסען איבער צולאזן אידישקייט ל"ע, אדער אפילו נאר ווערן מאדערען ארטאדאקס, איך רעד ווען א סאטמערער אדער אן הרב שך'ניק זאל באשלוסען צו ווערן א חבד'סניק, ווען א באבובער זאל זיך אנשלוסען אינעם "אנדערען" באבוב, ווען א בעלזער זאל ווערן א מאכניווקער, ווען א שטיינמאן'ניק זאל ווערן אן אוירבאך'ניק, ווען א נטורי קרתא'ניק זאל ווערן אן אהרוני, ווען אן אנטי-עירוב'ניק זאל ווערן א פרא-עירוב'ניק, בעיסאקלי ווען איינער זאל זיך וועלן אנשליסען אין א געמיינדע וואס איז נישט צום הארצן פון די עלטערן/ווייב/מאן, מיר ווייסען אלע וואספארא מיטלן ס'וועלן אונטערגענומען ווערן–גערעכט צו אומגערעכט, דאס איז דער מציאות.

און אפילו ווען איינער זאל נאר משנה זיין א זוז כל שהוא, ווען א סקווערער זאל זיך אויסטון די שטיוועל, א באבובער די ווייסע זאקען, א גערער זאל ארויסנעמען די הויזן פון די זאקען, א וויזניצער זאל זיך ארומדרייען דעם הוט, א סאטמערער זאל זיך אנטון א געבויגען היטל, א חסידישער איד זאל זיך אויסטון דעם שטריימאל, א ביבער הוט איד זאל זיך אנטון א שטאפענעם הוט, איינער זאל זיך פארקערצערן דעם רעקל, זיך שטיצען דעם בארד, א שפיטצעל פרוי זאל זיך אנטון א שייטעל, א פרוי וואס גייט מיט א געדעקט שייטעל זאל זיך אויפדעקען אדער אפילו נאר אראפ נעמען אפאר אינטשעס פונעם צודעק, א פרוי וואס גייט מיט אן אפען שייטעל זאל אנטון א לענגער שייטעל, א פרוי זאל זיך טוישן די זאקען, וואס פארא רעאקציע וועט דאס ארויסרופען? אסאך עלטערן וועלן אפהאקן מיט די קינדער צוליעב דעם. הייסט דאס אז מיר לעבן אין א קולט?

מ'גדענק מיר ווען ס'איז פארגעקומען די מחלוקה אין תולדות אהרן, ס'איז ווייטאגלעך צו רעדן דערוועגן, אבער אויך דארטן זענען פארגעקומען גיטין, אויך דארטן האט מען גענוצט די קינדער אלס וואפן. האט איינער געהאלטן דעמאלטס אז תולדות אהרן און תולדות אברהם יצחק זענען א קולט? אז מ'דארף אוועק נעמען זייערע קינדער?



מ'צוברעכט משפחות. עלטערן ווילן נישט אז זייער קינדער זאלען ווערן לב טהור מיטגלידער אבער לב טהור מאכט זיך נישט וואוסענדיג, זיי זענען יעדעם מקבל, זיי ארבעטן אפילו אריין צו נארן פרישע קרבנות. די טענה גייט מיר אונגאנצען נישט אריין אין קאפ. עדאלטס העכער די אכצען ווערן משוכנע צו ווערן לב טהור מיטגעלידער. איז וואס?! האט נישט איעדער מענטש א בחירה ווי ער אדער זי וויל באלאנגען? די עלטערן שמעקט עס נישט, איך גיי נישט דא אריין אין הלכות כיבוד אב ואם, כ'בין נישט קיין דיין, אבער פראקטיש גערעדט, פארוואס מעג יעדער אנדערער מענטש באשלוסן ווי צו באלאנגען, פון וועמען צו ווערן נשפע, אבער א לב טהור מיטגליד טאר נישט?

ס'גשעהט אסאך אז קינדער באשלוסען צו באלאנגען אין אנעדרע קהילות פון זייערע עלטערן און אסאך מאל ווערט א מחלוקה צווישען די עלטערן און די קידער. מיינט דאס אז די אלע קהילות זענען קולטן? אז מ'דארף אוועקנעמען זייערע קינדער? האלט איינער אז א מ'דארף אוועקנעמען די קינדער פון רבי מענדעל וועכטער און זיינע חסידים? פון די "מכעליסטן"? פון רבי יואל ראטה'ס חסידים? פון איינעם וואס שליסט זיך אן אין די קהילה פון דעם ברודער פון דעם רבי'ן פון זיינע עלטערן?

פארוואס איז דאס א טענה אנטקעגן לב טהור אבער קירוב ארגענעזאציעס דארפן זיך נישט רעכענען דערמיט? כ'פארשטיי, קירוב ראטעוועט אידן פון שאול תחתית און ברענגט זיי אריין תחת כנפי השכינה, אבער אויב איז זיך נישט רעכענען מיט די עלטערן א קולטיש געפיראכטס, אפשר זענען מיר אלע מ'כלומר אין א קולט?

איך, פונקט ווי די, וויל אויך נישט אז מיינע קינדער זאלן ווערן לב טהור מיטגעלידער, ווי אויך וויל איך נישט זיי זאלן ווערן ליטוויש, חב"ד, וויזניץ, מאדעראן ארטאדאקס, און די ליסטע פון מיין נישט-צום-הארצען געמיינדעס איז לאנג ווי דער גלות. און אודאי און אודאי וויל איך נישט אז מיינע קינדער זאלען חלילה ווערן חסידים פון מיין רבי'ןס קרוב. ס'וועט מיר וויי טהון אויב מיינע קינדער גייען אוועק פון מיין קהילה אבער אלע קהילות וועלן זיי מקבל זיין בסבר פנים יפות. צו מיינט דאס אז זיי זענען א קולט?



בורקעס. ס'איז שמים וארץ מיט בורקעס. מ'לייגט א בילד פון פרויען אין בורקעס, און יעדער פארשטייט שוין אליין אז מ'איז מחיוב אוועקצונעמען זייערע קינדער. מיר קוקען אבער דען צופיל בעסער? איז א שפיטצעל אזויפיל "נערמאלער" פון א בורקע? דיקע שטרימפ אין א הייסען וועטער? לאנגע קליידער ווען מ'ווערט צושמאלצען פאר היץ? שווים קליידער?

לאמיר אבער זאגען אז ס'איז נישט אמת. אונזערע צניעות גדרים איז מער "נערמאל" פון בורקעס, און לב טהור זענען מוסלעמענער. אבער קומט זיך זיי דער שטארף פון זיין קינדערלאז? האלט איינער אז א מוסלעמענער וואס גייט אין א בורקע טאר נישט האבן קיין קינדער?! פארוואס איז לב טהור ווייניגער בארעכטוגט פון אן אראבער פון סאדיע אראביע? איז נישט דיו לבא מן הדין להיות כנדון?



דער שטעקסטער טענה, לכאורה, איז אז מען מאכט חתונה די קינדער אינגערהייט. אבער איז דאס אבער נגד התורה? ווי אלט איז רבקה אמנו געווען ווען זי האט חתונה געהאט? ס'איז דא גאנצעטע הלכות פון קידושי קטן. וויפעל מעשות פון גדולי ישראל ווייסען מיר וואס האבן חתונה געהאט אינגערהייט? על פי תורה איז עס הונדערט פארצענט אויסגעהאלטן.

און על פי דרך העולם? קען זיין אז אין קיובעק איז עס נישט אויסגעהאלטן, אבער צו ווייסט איר אז אין אסאך אמעריקנער שטעט קען מען לעגאל חתונה האבן אינגער פון 18 יאר אלט? אין עטליכע שטעט אזוי אינג ווי 14 יאר אלט, אדער גאר 12? איך טוה דאס נישט בארעכטוגען, אבער פארוואס איז עס טשיילד אביוז אין לב טהור ווען דאס איז געזעצליך אויף אסאך פלעצער? פארוואס מעג א מיידל אין קענזאס חתונה האבן ביי די צוועלעף און ביי לב טהור דארף מען אוועקנעמען די קינדער? זיי זענען אפשר עובר אויף דיני דמלכות קיובעק, אבער דאס בארעכטונגט נישט פארכאפן זייערע קינדער.

און א צוואנציג יעריגע פרוי מיט צוויי און א האלב קינדער איז עפעס יא "נערמאל"?



מען הונגערט אויס די קינדער. לב טהור האט גדרים וסייגים אין כשרות, נישט אלס מעג מען עסן, "דאס" נוצט מען פאר א טענה? מילא אז דער גוי קוקט עס אזוי אן, נו, וואס פארשטייט ער צו כשרות, אבער אונז? אידן וואס פראבירן מוסף צו זיין חומרות על גבי חומרות נישט אריינצונעמען אין מויל עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן פארשטייען נישט ווען מען עסט נישט קיין רייז צוליעב חשש תולעים? ווען מען עסט נאר האום מעיד עסן צוגעגרייט על פי הוראות וחומרות פון זייער רבי'ן? אמת, נישט יעדער קען זיך פירן מיט אזויפיל חומרות, אבער וויפל צווישען אונז נעמען נישט אריין אין שטוב רוב פראדאקטען וואס מ'קען קויפן אין גראסערי? פארוואס טאר לב טהור נישט מוסף זיין חומרות על גבי חומרות?

לב טהור האט אן אייגענע שחיטה מיט אירע חומרות און עסן נישט קיין אנדערע פלייש אפילו ווען ס'איז געשחטן געווארן אדוירך אנדערע ערליכע אידן. איז דאס א קולטישער געפיראכטס? ווען א קלויזענבורגער איד וועט נאר עסן פון דעם קלויזענבורגער שחיטה וואס האט אין זיך די חומרות פונעם קלויזענבורגער רבי זצ"ל איז ער א מחמיר אבער א לב טהור איד איז א קולט מיטגליד. א בעלזער איד האט רעכט צו עסן נאר פונעם בעלזער שחיטה אבער א לב טהור איד האט נישט דעם רעכט. וויפעל סאטמערער אידן וועלן נישט עסן אפילו פון א סאטמערע שחיטה אויב ס'איז פון די "אנדערע" סאטמער? וויפעל סאטמערע אידן וועלן נישט עסן פון ביידע סאטמערע שחיטות נאר פון קאהן'ס בוטשער? וויפעל אידן וועלן נישט עסן קיין בהמה פלייש נישט קיין חילוק וועלעכער צדיק ס'האט עס גע'שחט'ן? פארוואס מעג א יעדע אנדערע קהילה האבן זייער אייגענעם סטאנדערט אין כשרות אבער לב טהור טאר נישט?

אינעם משפחה מאגעזין שרייבט איינער א בריוו איבערן "הונגער סטרייק" פון די לב טהור קינדער. הלמאי, זיי ווילן נישט עסן ביי אנדערע אידן אינדערהיים. אבער רבותי, וויפל פון אונז לערן מיר די קינדער נישט צו עסן ביי "קיינעם" וואס מען קען נישט? פארוואס האט נישט לב טהור די זעלבע רעכטען וואס אונז האמיר? פארוואס ווען מיר טוהן דאס קוקט מען עס ארויף און ביי זיי איז עס אויסהונגערען די קינדער?

און אויב שוין יא אוועקנעמען קינדער צוליעב הונגער, פארוואס די קינדער פונעם "אם המרעיבה" האמיר יא געלאזט הונגערן? פארוואס האמיר דעמאלטס נישט געגלייבט די איסנאנצען? פארוואס האמיר דעמאלטס אוועקגעמאכט אלע "באווייזען"? פארוואס איז דעמאלטס א ווידיאו נישט גענוג געווען אונז צו באיינפולסן? פארוואס האמיר דעמאלטס איבערגעדרייט א וועלט, געשריגן, פראטאסטירט, געטון אלס אויף דער וועלט צוריקצוברענגען די קינדער און יעצט איז שלום עלי נפשי? מיט וויפעל איז א תולדות אהרן מאמע אנדערש פון א לב טהור מאמע? פארוואס מעג א פרוי וואס גייט אראפגעבונדען אויסהונגערן אירע קינדער און א פרוי וואס גייט מיט א בורקע טאר נישט?



מסורה. לב טהור האט נישט קיין מסורה. ס'הייסט אזוי, זיי פירען זיך על פי תורה, זענען מקיים אלע מצוות ווי איך און די, האלטן שבת, לייגן תפילין, עסן נאר כשר, א.א.וו. אבער זיי האבן אויך מנהגים וואס מ'האמיר קיינמאל נישט געהערט. פיין. און צוליעב דעם איז וואס? צוליעב דעם דארף מען "ראטעווען" זייערע קינדער? זיי האבן נישט קיין רעכט צו וועלן אז זייערע קינדער זאלן זיך פירן ווי אזוי זיי ווילן? האט דער לב טהור רבי נישט קיין רעכט איינצופירען נייע מנהגים וואס זענען נישט קעגען דעם שולחן ערוך?

און אויב שוין יא מסורה, האבן די משיח'יסטן א מסורה? די נ-נח'ניקס? די אנדערע ברעסלאווע געמיינדעס? הרב בידערמאן'ס טאנצען אויפן טיש האט א מסורה? דעם אמשינאווער רבי'ןס זמנים האט א מסורה? און די שווארצע זאקן פון באבוב 48 האט יא א מסורה? די סקווערע שטיוועל? רעשוואלקעס? ר"ת געטשעס? די היטלען וואס די פרויען טראגן איבער די שייטלעך האט דען יא א מסורה? צו האלט איינער אז מ'דארף זייערע קינדער אויך צונעמען?

אברהם אבינו איז דען געגאנגן אנגעטאן ווי רבי מעכעלי נתני'? משה רבינו ווי רבי חיים קניעווסקי? שמואל הנביא ווי רבי יעקב מאיר שעכטער? די מאמע רחל איז געגאנגן מיט סיעמס? אביי ורבא מיט א קולפיק? דער ריטב"א מיט א טיש בעקיטשע?



זינט ווען זענען מיר אזוי אלערדזשיקט צו עוולות? זינט ווען נעמען מיר אן איעדען באשולדיגונג וואס דער רעגירונג באשולדיגט? וויפל מאל האט זיך גאנץ כלל ישראל צוזאמענגענומען צו העלפן אידן וואס זענען באשולדיגט געווארן מיט חטאים עוונות ופשעים? מ'קען אנפולען בלעטער מיט משלים ווי מ'האמיר זיך צוגעשטאפט דעם נאז און געהאלפן אונזערע ברידער בעת צר. מ'האמיר נישט געקוקט אויף גארנישט ווען ס'איז געקומען צו העלפן רובאשקין וואס איז באשולדיגט געווארן אויף שווינדלען מיליאנען דאלארען, צו העלפן די בחורים וואס האבן געשמוגלעט דראגס קיין יאפאן, צו העלפן מארטין גראסמאן וואס האט עובר געווען אויפן לא תרצח. מ'האמיר נישט געמאכט קיין חשבונות, מ'האמיר נישט געקוקט אויף די עוולות, מ'האמיר געטון וואס מיר קענען צו העלפן אידן בעת צרה. די ריכטערן וואס האט פאר'משפט רובאשקין איז געווארן אן אנטיסעמיטקע, יאפאן איז געווארן א משוגען לאנד וואס באגייט זיך מיט דראגס עבירות בכל חומר הדין וואס איז נאכנישט געהערט געווארן זינט בריאת העולם, דער גאנצער אמעריקאנער געריכט סיסטעם האט זיך פשוט צוזאמגענומען צו הארגענען מארטין גראסמאן אומגרעכטערהייט.

לאמיר נעמען מארטין גראסמאן פאר א דוגמא. א פרייער איד וואס האט נישט געהאלטן גארנישט. ער האט געפייניגט אין געהארגעט אן אומשילדיג פרוי. עובר געווען אויף איינע פון די שלש עבירות. אבער מ'האמיר נישט געקוקט דערויף. פינפציג טויזענט אידן האבן גע'חתמ'ט א פאטישן, געמאכט פאון קאלס, געשיקט אימעילס, איבער געדרייט א וועלט. אלע אידישע ארגענעזאציעס און אנשי שם, פון אגודת ישראל און די או. יא. ביז דער איזירעילי טשיף ראביי יונה מעצגער און עלאן דערשאוויץ, האבן פארלאנגט רחמנות אויף אים. יעדער האט געזוכט א לימוד זכות. מ'זעמיר געווען זיכער אז אן אומרעכט ווערט געטון. ס'האט נישט געהאלפן אז ער איז געפונען געווארן שולדיג דורך א געריכט און עס איז באשטעטיגט געווארן דורך'ן יו. עס. סופרים קארט. מיר האבן אלע פארשטאנען וואס די גוים מיט די תם קעפ האבן נישט פארשטאנען. מ'האט ארומגעשיקט א בילד ווי א חבד שליח טוט איינמאל אן דעם מערדער תפילין, און דאס איז גענוג געווען אויפצווועקן כלל ישארל'ס רחמנות.

פארוואס קומט זיך נישט פאר לב טהור על כל פנים דאס וואס קומט זיך פאר א מערדער? פאר א פרייען איד? ווי איז דער "אחדות" פון כלל ישראל וואס איז מקרב ביאת המשיח ווען ס'קומט צו לב טהור?

איז גניבה, דראגס, און מארד בעסער ווי בורקעס? נאר דאן זענען מיר זיך מאחד?



שטעלט זיך די קשיא, פארוואס טאקע? פארוואס פארשטייט יעדער אז מ'מוז רודפ'ן לב טהור בשעת מ'וועל מיר העלפן יעדען אנדערען איד? לויט ווי איך פארשטיי זענען דא צוויי סיבות וואס האט צוגעברענגט דעם.



דאס ערשטע איז די פראפעגענדע פון משפחות וואס זייערע נאנטע האבן זיך אנגעשלאסן אין לב טהור על אפם וחמתם פון די עלטערן/געשוויסטער, פרייע ווי פרומע. וחזקה על לשינא בישא ופראפעגאנדע שתתקבל.

אין כל חדש תחת השמש, היסטאריע חזר'ט זיך איבער. לב טהור איז נישט די ערשטע קהילה וואס מ'האט אפגע'פסק'נט דינם לרדיפה. אין דער נישט ווייטער פארגאנגענהייט האט אן אנדערע געמיינדע פון שומרי תורה ומצוות מיטגעמאכט אן ענדליכען איבערגאנג.

אויך דער ניקולשבורגער קהילה איז אפגעסטעפאלט געווארן אלס א באנדע "מטורפים". אויך דער ניקולשבורגער רבי שליט"א איז געווארן א קולט פירער. אויך דארטן האט מען דערציילט איבער שוידערליכע פיינונגען וואס די געמיינדע גייט אריבער אונטערן האנט פונעם רבי'ן. אויך דארט האט מען מכלומעריש געטיילט מלקות. אויך דארטן האט דער רבי גערעדט צו מלאכים. אויך דארטן האט מען "געכאפט" מענטשן. אויך דארטן האט מען געברעינוואשט. אויך דארטן זענען פארעפעטליך געווארן "באווייזען" גאנצעטע ביכער זענען געשריבן געווארן דערוועגען, גביות עדות, טעיפס, וכולי וכולי.

און אויך דארט איז געווארן א מצוה זיי צו פייניגען. אויך דארט זענען אלע פסלנות'ער געווארן מותר. אויך דארט איז געווארן א דאורייתא צו פייניגען דעם רבי'ן. אויך דארט האט מען מתיר געווען דמו ודם ילדיו.

דער ניקולשבורגער רבי שליט"א איז א בא'חנ'טער ווארימער חסידישער איד, א תלמיד חכם, וואס האט דער זעלבער רעכט צו גיין מיט א קאלערדיגע בעקיטשע ווי אנדערע רביס. ער האט אבער געהאט איין חטא: ער האט געהאט א חסיד פון א משפחה וואס האט דאס נישט אויסגעהאלטן. והדברים ידועים. איך וויל נישט דא אריינגיין אין יענעם פרשה ווייל ס'וועט אוועקפירען דעם נושא פון לב טהור (אפשר זאל איינער עפענען אן אנדער אשכול דערוועגן), איך ניץ דאס נאר פאר א משל וואס איז דומה לנמשל.

נבלה נעשתה בישראל. וויפעל מענטשן האלטן נאך היינט אז ווי אזוי מ'האט געהאנדעלט מיט'ן ניקולשבורגער קהילה איז געווען אויסגעהאלטן? איז געווען תורה'דיג? איז געווען מענטשליך? ס'איז די זשא ווא אלל אווער אגעין.



די צווייטע סיבה איז ווייל מיר שעמען זיך.

ס'איז היינט אן אפענער וועלט. דער גוי זעהט אלס. און מיר שעמען זיך מיט אונזער אידישקייט און מנהגים. מיר זענען אנקאפערטאבאל מיטן ואבדיל אתכם מכל העמים. מיר ווילן ווייזען פארן גוי אז אונז זעמיר אנדערש, אז אונז זעמיר ציווילעזירט, "זיי" זענען פאני, אבער אונז זעמיר קאפעציטעיטאן. מיר ווילען אז לב טהור זאל זיין "משוגע" כדי אונז זאל מיר אויסזעהן "נערמאל". מ'האמיר פארלוירען דעם ויגבה לבו בדרכי השם. מ'וויל מיר געפעלן פארן גוי, מ'וויל מיר נישט אז דער גוי זאל אונז אנקוקען "אינטערסאנט". מ'נוץ מיר לב טהור אלס א מיטל. מ'פיר מיר זיך אויף ווי דער פינף-יעריג איגעל וואס איז מסביר פאר זיין פיר-יעריג שוועסטער אז ער איז גרויס און זי איז קליין.

רבותי, מיר זענען אלע לב טהור! מיר זענען אלע "מאדנע", מיר האבן אלע "אינטרעסאנטע" געפיראכטסער, מיר גיין אלע אנגעטון "משונה'דיג". דער גוי קוקט אונז נישט אן בעסער פון לב טהור. ביום גוי איז כפרות שלאגן, פרויען וואס שערן זיך די האר און טארן נישט דרייווען, בארד און פיאות, און אנדערע אידישע מנהגים פונקט אזוי עקסטרעים ווי לב טהור מנהגים. דער גוי קוקט אן א איד וואס טוט אן טלית ותפילין אויפן פליגער פונקט אזוי "אינטרעסאנט" ווי א לב טהור בורקע. דער חילוק פון אונז און לב טהור איז אסאך א קלענערער ווי דער חילוק פונעם איד און דעם גוי אדער דעם מאדערנעם איד. אסאך, אסאך קלענער.

ס'איז צייט ארויסצוווייזען דעם אידישען שטאלץ מיט אונזער תורה ומסורה, מיט אונזער שם לשון ומלבוש.



אבל אשמים אנחנו על אחינו אשר ראינו צרת נפשו בהתחננו אלינו ולא שמענו! מיר האבן א חלק אין די רדיפות וואס די אידן גיין אריבער. מיר זענען צום בעסטען שטיל געשוויגן און געקוקט די אנדערע זייט די לעצטע שטיק צייט ווען די רעגירונג האט זיך אראפגעלאזט אויף לב טהור. אנדערע האבן גאר מיטגעהאלפן מיט די רדיפות. מ'קען מיר נישט זאגען אז ידינו לא שפכו את הדם הזה.

זיי זענען אחינו בשרינו, מיר מוזן זיי העלפן. מ'דארף מיר אויפהייבען א וויי געשריי איבער די רדיפות וואס לב טהור גייט פאריבער. מ'דארף מיר איינשפאנען אלע מיטלען וואס מ'נוץ מיר ווען אנדערע אידן זענען בעת צרה. מ'דארף ניצן דעם איינפלוס וואס אונז האמיר צו העלפן צוריקברענגען די קינדער צו זייערע עלטערן.

אוי והשיב, און נאכאמאל והשיב, לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם.



והוקע אותם נגד השמש. משפחה מאגעזין דארף ווערן געשטעלט אויפן שאנדע סלויף פארן ארטיקל וואס זיי האבן געשריבן. דער זעלבער מאגעזין וואס באשרייבט מיט די שענסטע פארבען יעדען עובר עבירה קען נישט טרעפן קיין גוט ווארט אויף א קהילה פון יראים ושלמים. דער מאגעזין אין ווי יעדער אוכל חזיר ביום הכיפורים וואס פיקטשערט זיך אפ לעבן א באקס מצות אדער מיט ד' מינים אין דער האנט טרעפט זיך דאס פלאץ, ווי יעדער פרייער איד אדער אידענע ווערט באטיטלט מיט א ז"ל נאכן שטארבן, האלט אז דער לב טהור רבי איז א פאלנע פארברעכער.

דער זעלבער משפחה מאגעזין וואס קען ממש נישט געפונען קיין רוה איבער די לב טהור קינדער איז גאנץ רואיג ווען קינדער ווערן געהארגעט. זיי זענען די פאן טרעגער פון די מתנחלים וואס וואוינען בגוב האריות, צווישען פאלאסטינער מערדער. צענדליגער, אויב נישט הונדערטער מתנחלים, עלטערע ווי קינדער, זענען שוין איבער די יארן ליידער אויסגעשחטן געווארן על מזבח התנחלות, דאס באדערט גאנץ ווייניג פארן משפחה מאגעזין. פארקערט, וואך איין וואך אויס וויינען זיי איבער'ן "גזירת קוש קטיף". יעדער מתנחל איז א העלד, א מכבי. יעדער ראביי וואס שטיצט די מתנחלים איז א צדיק הדורות.

מרא דאברהם, פארוואס איז וואוינען צווישען מערדער ווייניגער טשיילד אביוז ווי וואוינען צווישען אידן וואס פירן אביסעל אנדערש פון מיר און דיר?

היפאקריטיע אויפן העכסטען פארנעם!



כן נראה לפי מיין ארימען דעת. איך וואלט זייער געוואלט הערן דעם צווייטען זייט פון דער מטבע. אבער ביטע זיך האלטן צום טאפיק: פארוואס לב טהור מיטגעלידער דארפן זיין קינדערלאז; נישט צו לב טהור איז גערעכט מיט זייער געפיראכטס.

דער אשכול פארמאגט 76 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר