איז דאנעלד סטערלינג א ראסיסט?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קלוג און יונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

איז דאנעלד סטערלינג א ראסיסט?

שליחה דורך קלוג און יונג »

אמעריקאנער זענען אויפגעטרייסלט געווארען פון דעם שמועס צווישען די ביליאנער בעה''ב פון די LA Clippers Basketball team און א פריינדינע. אין די קליפ טענה'ט ער מיט איר אז זי זאל נישט טריאומפירען ברבים מיט אירע שווארצע פריינד, ווי למשל לייגען בילדער פון זיך מיט זיי אויף instagram א picture sharing website, אדער זיי ברענגן צו זיין טיעמ'ס געימס.

יעדער וואס האט א פעדער אדער מייקראפאן שוימט און שעלט! דער עולם איז ווילד. אפילו פרעזידענט אבאמא האט שוין אראפגעריסן סטערלינג אלץ איגנארענט און אז זיינע ווערטער זענען ”incredibly offensive racist statements"

אבער, נאכען אויסהערן דעם קליפ אבדזשעקטיוולי האב איך געפילט זייער אנדערש ווי דער המון עם. איך הער אינעם קליפ נישט מער ווי א אנגעזענע רייכע מענטש וואס האט פשוט peer pressure, און זאגט איר אז ער האט קיין שום פראבלעם מיט זיי, זי קען זיין מיט זיי אגאנצען טאג, אבער פארוואס מיז זי עס ”broadcast'ן" ברבים, און מענטשן רופן אים דערוועגן. אוודאי וואלט שענער געווען ווען ער זאגט איר, איך פייפ מיך אריין אין יעדעם און די טו וואס די ווילסט, אבער ס'איז נאך א מהלך פון דאס ביז א ראסיסט. ס'איז אפשר מער א חסרון אין געטריישאפט אז ס'באדערט איהם מער וואס זיינע peers זאגן ווי וואס איז איר באגער.

ס'קען זיין אז איך בין אויך א ראסיסט, אדער קען זיין אז דער עולם גולם איז איבער'ן קאפ מיט גילט פאר די שווארצע, און יעדע ספק ספיקא פון א שמץ כל שהוא פון ראסיזם, און די גאנצע לאנד פארט אויף רעדער!

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר