אנטי סעמיטיזם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

אנטי סעמיטיזם

שליחה דורך פליקער »

אנטי סעמיטיזם

און ליכט פון די לעצטע אויפשטייג פון שנאת ישראל, וואס מיר זעיען לעצטענס געריכטעט צי אינזער ריכטינג, מיזן מיר כאפן א שטיקל טיפערע בליק וואס דאס איז אנטי סעמיטיזם, וואס איז דער גורם, אביסל היסטאריע, ווען איז עס הויך אויפן וואגשאל, ווען איז עס נידעריג, קענען מיר עפעס טיען דערצי, זענען מיר די גורם דערפאר, קענען מיר פארמינערן די שנאה מיט מעשים, ווער רייצט אויפ דעים אנטיסעמיט, איז טאקע יעדע פערזאן אויפן כדיר אן אנטי סעמיט, האט מיך יעדער פיינט.

אויב איז עס אינזער מלביש, דאן פארוואס האט מען נישט פיינט קיין גלחים אדער היפסטערס, עמיש לייט, אויב איז עס ווייל מיר זענען א עליטע פאלק, מיר זענען מרום מעם, דאן פארוואס האבן מיר נישט פיינט דעים פרעזידענט, ביל געיץ מיט די רייכע אדעל לייט מיט די זעלבע שנאה.

אויב איז די שנאה ווייל מיר האלטן זיך ווי דער עם הנבחר בשבילי נברא העולם, דאן איז נישט צי פארשטיין פאר וואס ווערן נישט די מיסלאמעינער מער פארפיינטעט ווי אידן, זיי האלטן דאך אז נאר זיי האבן די רעכט צי לעיבן חוץ זיי מיז יעדער פארלאזן די וועלט, יעדער איינער איז א אינפעדעל, נאר אימעצער וואס גלייבט און זייער נביא, אבער מיר זעיען נישט די זעלבע שנאה וואס איז געווידמעט קעיגן אינז זאל זיין קעיגן זיי.

פארוואס ווען א איד טיט א עבירה וועט מען נישט זאגן אז למשל ראוובן פון וויליאמסבורג האט מען ארעסטירט, נאר מען וועט זאגן ראוובן א חסידישער אינגערמאן פון וויליאמסבורג האט מען ארעסטירט, ווי קימט אריין זיין רעליגיע צי די עובדה, האט איר שוין אמאל געהערט אז מען האט ארעסטירט מחמד אבו דזיבאל דער אראבער פאר מארד קלאגעס, אפילו די בארימטע פעלער, א שטייגער ווי אסאמא בין לאדין האט מען נישט געהערט, דער מוזלעם בין לאדן איז טויט מען וועט נאר אפשר הערן דער מייסטער טעראריסט פון סעפטעמבער עלעווען, קיין מאל זיין רעליגיע.

פאר וואס ווען א איד מאכט א עקסידענט מיט א גוי, אפילו ווען דער גוי האט קיין מאל פאר די עקסעדענט נישט געטשעפעט קיין איד, דאך וועט זיין ערשטע פליטת פה זיין די פאר שאלטענע איד אדער עינדלעך, ווען דעיס פאסירט מיט א גוי פון סיי וועלכע רעליגיע, פאלט אים נישט איין צי זיך דאן אויסצידריקן די פארשטינקענע קריסט אדער מארמאן.

פארוואס האט א גוי פיינט א איד?.

מיר ווייסן די הלכה בידועה שעשיו שונא ליעקב, א גוי האט פיינט א איד פונקט, עס מיז זיין א סיבה וואס דעי איד'ס אייגענשאפטן, זיינע נאטירן רעיגן אויפ דעים גוי, עפעס א געוויסע די ענד עי וואס א איד האט וואס דעיס נעמען ארויס גויים פון די כלים.

אלזא ווען מיר קיקן ציריק און היסטאריע זעיען מיר עטליכע באשילדינגען וואס גויים פלעיגן באשילדיגן אידן, מיר זעיען דעיס און אלע קאמעדי שויס ווען אימער איינער וויל חוזק מאכן פון א איד, מאכט ער נאך א זכר איד ווי א אויפגערעיגטע בייזער מאן, אלעס מיז גיין זיין וועיג, אלע מאל פעילט אים עפעס, קומט פון דאקטאר און גייט צים דאקטאר, אויפ יעדען האט ער טענות, און די נקבה ברויך אלע מאל אלעס, אויך אימציפרידענע וואס שנאבעלט זיך כסדר אפ, אזוי ווי א יענטע, אויך זענען דא אזעלכע וואס האלטן אז אידן האבן פארשידענע עינליכקייטן וואס אגב איז שווער צי זאגן צי עס איז אמת, למשל די לעיגענדע אז אידן האבן אזא ביין וואס מאכט דעים נאז האבן א הויקער, אדער אביסל לעינגער פראפארצינעל צים געזיכט, קען מען דען זאגן אז דאס קימט ווייל מיר זענען מזרע ישראל, לכאורה נישט, ווייל איך קען אן א שיעור אידן וואס האבן פיצעלע נעיזער, אדער גויים מיט שרעקליכע נעיזער.

אזוי צי אזוי איז דורך פארשידענע ציפאלן אז אידן זענען די וואס קאנטראלירן אלעס דינג, די לעיגענדע האט זיך מן הסתם גענימען ווייל אידן זענען לכאורה גענעטיש קליגער ווי אנדערע פעלקער, דעי חלק הערט מען נישט פון גויים כמעט, אבער איך בין זיך מודה דערין, מיר זענען יא עטוואס ניכשל און זיין עם קשה עורף, מיר זענען געוועין רייכער ווי די ארימיגע פעלקער, ווי מען זאגט אז א איד געט זיך א נייצע ווען דער גוי ברעכט זיך די פלייצע, מיר געבען זיך טאקע די עצה, אבער למעשה האט דאס א פרייז וואס מיר באצאלן, מיר זענען אלע מאל די וואס בארגען געלט פאר די ארימע גויים.

ווען מיר הייבן זיך אן איינרעדן אז מיר האבן רעכטן מיר זענען בארעכטיגטע בירגער דאן געוועינטלעך קימט די שנאה ארויף אויפן אויבער פלאך, ווייל קליג זענען מיר דאך, מיר קוועטשן פאר אינזערע רעכטן, מיר ווערן פאליטיקאנטן, מיר מערן זיך דאך פראצענטאל מער ווי אנדערע פעלקער, האבן מיר דאך בלאק וואטס, מיר זעיען זיך אריין און הויעכע פאזיציעס, די סך הכל איז אז די קליגערע עלעמענט צווישן די פעלקער, ווערן אנגעזאפט פון שנאה, עס וועלט קיל די באשמיצן אידן, ציביסלעך רייבט זיך אריין די ווערעמל אין די חריין,

לאמיר אנהויבן ביי מצרים, פרעה דער ערשטער באוויסטער אנטיסעמיט, יעקב אבינו איז אראפ געקימען מיט זיבעציג זעילן קיין מצרים, ער האט געמיזט אפציען קיין פון כנען וועיגן די הינגער, דאן און גושן האבן זיי גענימען זיך מערן, און די סוב טאטאל איז געוועין ויקצו מפני בני ישראל, מען האט געמיזט מאכן די באוויסטע מיטינג צווישן פרעה, יתרו, איוב, בלעם, הבה נתחכמה לו, ווי אזוי קען מען לעיזן דעים אידן פראגע, דעי פראבלעים האלט זיך און איין איבערחזרן משך די דורות ליידער, ביז משיח'ת טאג בקרוב

מיר זענען אהער געקימען קיין וויליאמסבורג, אפגעשליסן קוים מיט הויזן, נאך א ביטערע מלחמה, מיר האבן זיך גענימען ווידמען, שישים בדורה אחת, שטארק קאנצעטרירט, אבער מיר זענען געווארן מציונים שם, מיר טיילן איין וועלכע פאליטישן זאל געווינען, מיר פארפירן קעיגן יעדען וואס שטייט אינז און וועיג, ווי און ארץ ישרל בזמן שיד ישראל על העליונה, מיר געניסן פון שפע, אבער זייט וויסן, אז טאקע מיר געווינען, אלע פאליטיקאנטען קימען זיך קניען פאר אינז, מיר האבן אלע בילדינגס און באשוויק און אינדע נארטס, מיר פארמאגן אפענע קלאמקע'ס ביי אלע הויכע פענסטער, יעדער שמייכעלט צי דיר, מיר זענען טייט מיט יעדע אפיציר נישט קיין חילוק וועלכע אפטיילינג אינעם דאט גאוו ער איז, אבער ווער עס איז נישט פארקילט און פארמאגט א ניכטערע נאז, דער שמעקט אז עס איז שוין גארנישט אזוי פויגעלדיג דא, מען האט אינז ביטער פיינט, יעדער באזינדער מיט א סיבה אדער אן א סיבה, וועט ער אלס געפינען א סיבה פיינט צי האבן ליידער.

טאמער מיינט איר אז איך מיין דווקא חסידים און וויליאמסבורג, אבער דער מאדערענער איד האט נישט דעים פראבלעים, ער איז אלס יושר, ער האט דאך נישט קיין פיי סמך, ער האט דאך א שניפציל, ער לייגט ניטאמאל תפילין, ער היט דאך נישט שבת, ער האט דאך קוים א קאפל, אבער וויסן זיין, אז מיין לעצטע פערעגרעף וועיגן וויליאמסבורג איז נאר כצל עובר קעיגן די גרויסע חורבן וואס דייקי דער גויאישער איד מאכט אן, ליידער האבן זיי יא גרויס געלט, זיי זענען זייער מאכטפול, די גרעסטע לאביאיסט גרופע וואס אלע פרעזידענטען קנעכן איז די אידישע עיפעק לאביאיסט, קיין שום פרעזידענט קען נישט ווערן פרעזידענט נאר אויב ער קימט זיך ציילעמען ביי די הויפט קוואטירן פון עיפעק, זיי לאזן זיך קאסטן מיליאנען, דער פרעזידענט, סענעטאר, אדער קאנגעס מאן וואנעבי, מיז ציזאגן פאזיציעס פאר זייערע סטיל אידען, אבער די לאנגע נעיזער שטארט ארויס אז ער איז א איד, דאס ברעינגט נאר נאך שנאה, אפילו ביי דער פרעזידענט וואס שמייכעלט אזוי שיין, און צינדעט די מנורה מיט א יארמילקע.

פארשטייט זיך דער פאקט אז אלע די אידישע ערוויילטע הייסן אזעלכע היימישע נעמען ווי גאלדסטין, וואלפאוויטש, אפילו לעפקאוויטש, ליווי, פליישער, ועוד העלפט נישט צי אז דער חשד אז אידען באקימען מער פראצענטאל העכערע פאזיציעס ווי אנדערע פעלקער, אידן. אבן ליעזאן'ס ביים פרעזידענט, בשעת קיין שום אדעדרע רעליגיע. אט נישט קיין ליעיזאן'ס.

דער פאקט אז אלע פאליטישן'ס בדרך כלל ציטערען פון די מידיע, יעדער ציטערט פון זיי ווי פינעם טייוול, זיי זענען דאך שונאים פון יעדע זאך מענטשהייט, יעדער וויל זיך ארויס זעין פון די נעיגל פון די מידיע פיסקעס, ני וויפיל שנאה קען עס מוסף זיין ווי אויל צים פייער ווען איינער פארטשעפעט זיך מיט זיי, וואס וועט אבער זיין ווען אלע בלי יוצא מן הכלל זענען די אייגינטים פון אידן, וואס זענען נישט מוחל ווען איינער דבר'ט קעיגן זייערע פאראייניגטע אינטערעסן, ווי איזריעל, איז דאך ביטער, ווייל פון איין זייט וויל מען האבן א מיינינג איבער די נושא, אבער פון די אנדערע זייט מיז די מיינינג קודם אויסגעשמיעסט מיט די פאראייניגטע גרופעס, דאס איז א גורם צי אינטערנאצינאלע שנאת ישראל.

עס הייבט זיך אן א קייט וואס עס איז שווער צו ברעכן, ווען די אראבער וואס האבן איין אגענדע צו פארשמיצן אידן און די אויגן פון די וועלט, וואס טיט מען, מען הייבט אן ווייטער מאכן קארטאנען ווי לאנגע נעיזער אויף שלעינג בליט זויגערס, און אויף אנדערע חיות טרף, מען מאכט חוזק פון די צווייטע וועלט מלחמה, אלעס זענען גזמאות, עס וועקט אויף שנאה ליידער וואס טיט מען אויף ציריק, מען פארשעימט די אראבער, גורם נאך שנאה, מען נעמט וויינען פאר די וועלט אז מיר זענען ג'רודף'ט פאלק, אה איר זענט טאקע קוועטשעס סך הכל נאך ויקצו מפני בנ"י, בערך אוי לי אהער אדער אהין.

אם השם לא ישמור עיר, שוא שקד שומר, ווער רעדט נאך אז עס איז בכלל נישט דא קיין שומר, אינזער בליט איז דאך הפקר ליידער, קיק ווי יעדער שמויגר ריכטער געט פאר יעדע קליינע עבירה וואס א איד טיט שרעקליכע טערמינען מיט די אפענע שנעת ישראל לאזינג צי שיקן א מעסעדש פאר די קאמיוניטי, אדער ווי יעדער פארסמאקעט זיך ווען א איד איז און א צרה, עס איז ממש א מצב פון ואתא שינרא, וכלבא, וחיטרא, ונירא, ותורא, ומיא, ושוחט ומלאך המות אלע צינעזאם זענען מקיים ואכלא לגדיא דזבין אבא, מיר וועלן אבער בלייבן האפן אויף ואתא הקדוש ברוך הוא און וועט אינז אויסלייזן ווי שנעלער איידער עס פלאצט אויס נאך א אינטעפאדא פון שנאת ישראל.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר