ענדליך! אסיפת רבנים ור"י פאר די עכטע פראבלעמען פונם דור

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1137 מאל

ענדליך! אסיפת רבנים ור"י פאר די עכטע פראבלעמען פונם דור

שליחה דורך טיטאניק »

די מצב ביי כלל ישראל איז ביטער שווער, פילע פראבלעמען קליינע און גרויסע ליגען אויפען טיש כאבן שאין להם הופכין, כלל ישראל לויפט ארים פארדאגהט מיט צרות כצאן בלא רועה, די ווינטען בלאזען און קיינער כאפט נישט קאנטראל אויף די שיף וועלכע וואקעלט זיך כספינה שאבדה קברניטה
הונדערטע בחורים האבען נישט קיין ישיבות ווייל מען נעמט נאר אריין מצוינים אדער גבירישע קינדער, אָן א שיעור אלטע מיידלעך און בחורים זיכען שידוכים און קיינעם גייט עס נישט אָן, א שרעקליכער מאנגעל אין דירות אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק בשעת ווען אין בארא פארק זענען דא פילע ליידיגע גרויסע לאטס וואס רביס האלטען ליידיג שוין לאנגע יארען ווי למשל די ליידיגע געביידע פון מונקאטשער סקול וואס שטייט ביי 41 און 15 אין די צייט וואס מען קען ארויף ציען דארט א גיטע 30 דירות און אזוי ווייטער, פילע יתומים ובני גרושים דרייען זיך און וואלגערען זיך אן דעם וואס איין רב זאל עפעס טין דערצי און שענקען א בליק צי זייער זייט, אן א שיעור יונגעלייט מאכט מען חתונה אין די צייט וואס זיי קענען נישט קיין טיפה סרוחה ענגליש און הייבען נישט אן צי וויסען ווי אזוי צי בערנגען פרנסה, אימשילדיגע טיען-עידזשערס ווערען געצווינגען חתונה צי האבען און געבוירען בעיביס אויף בלאטיגע פלארס אין גוואטמאלא, און די ליסטע איז ריזיג גרויס
כלל ישראל וויינט און קלאגט פארוואס מיר האבען נישט קיין מנהיגים וואס זאלען באמת טראגען אינזערע דאגות, אמת עס זענען דא גדולי הדור אבער די אלע גדולים זענען נעבעך חרוב קראנק און שוואך ווי פליגען און קענען פשוט נישט אָנגיין אָן פאָרען 7 מאָל א יאָר אויף דאַטשע, מען קען נישט צי זיי ציקימען ווייל די צדיקים זענען נושא בעול הגדול פון שווענדען געלט פאר זיך און זייערע קינדער און זיי דארפען דעקען ריזיגע בודזשעטען וואס קען שפייזען א האלבע שטאט, נעבעך
אפגערעדט די צדיקים וואס זיצען איינגעשפארט און באוויינען די מצב השורר ווען די נאציס קאנטראלירען די פייער דיפארטמענט, א חורבן עולם ממש, ווי עס שיינט גרייטען די צדיקים אן ריזיגע זאפאסען פון וואפען צי קענען לוחם זיין קעגען די נאציס בבוא יום הדין (גרייט אייך פאר די קימענדיגע יאר ביי שריפת חמץ!!!)
אנדערע צדיקים זענען ממש שרעקליך ביזי מיט מסדר ווייץ און בויען שעכטהייזער ווייל ביז היינט האט מען פשוט געגעסען חזיר פלייש און געשלינגען חמץ'דיגע מצות אין פסח, אדער זענען דא צדיקים וואס זענען אזוי ביזי מיט קלאפען מזוזות אין נייע ביזנעסער (סליחה, קרי: הייליגע ארגאניזאציעס ווי טעג, חסד לאברהם, גאליציאנע און אינגערישע כולל וכו')
אין די איבעריגע ליידיגע מיניטען לויפען זיי ארים צי משמח זיין ציבראכענע רעבישע שמחות, ווי מען קען טאקע זען זייער ציבראכענקייט אז זיי וויינען און קלאגען אפילו ביי א חתונה (מצוה טאנץ) בדמעות שליש, נאכדעם האבען נאך די צידיקים שלאפלאזע נעכט צי קער נעמען פון דער אינטערנעט משחית
און עם כל זה נעמען די צדיקים די מי און מסירת נפש און פארען קיין ארץ ישראל מחזק זיין די שארית הפליטה וואס שמאכטען א ביטערע לעבען אינטער די שטיוועל פון די ציונים וואס צווינגען די אידען דארט צי גיין ליידיג און שטאָפען זיי אן מיט געלט פארען גארנישט טין מיטען טאג, (ברעיקינג: לעצטענעס ווילען כמה מרשעי ישראל אוועק נעמען די געלט פון די פיסטע ליידיג גייערס דארט אין בני ברק-ירושלים-בית שמש און מה תהא אויף די טויזענטע עשרה בטלנים???)
האקיצער,
נאך די אלע זאכען בלייבט כלל ישראל איבער אן קיין מנהיג וואס קען קער נעמען פון די ריכטיגע פראבלעמען פון די דור, און יתומים היינו ואין אב, נישטא צי וועמען זיך צי ווענדען נישטא צי וועמען צי וויינען, קיינער האט פשוט נישט קיין כח אוועק צי רייסען איין מיניט צייט
אבער ענדליך הערט זיך די בשורה טובה, כי עת לחננה כי בא מועד! געקימען די צייט וואס רבנים וראשי ישיבות ומנהלים זענען ציריק געקימען פון זייער וואקאציע אין מיאמי אין פון פרעשבארג, ענדליך נאך לאנגע שתדלנות פון מיילעך פירער און אנדערע רפואה עסקנים האבען די דאקטוירים געגעבען ערלויבעניש פאר די צדיקים ציריק צי קימען פון שווייץ,
http://www.jdn.co.il/news/346456
און ענדליך האט מען געמאכט א אסיפה בראשות דער זקן ראשי ישיבות (דער צעהלימער דיין האט געגעבען א גאנצע שמיעס איבער דעם צי מען קען טאקע זאגען "זקן ראשי ישיבות" צי נישט טאקע א ערנסטע שאלה), און דער זקן ראשי ישיבות האט זיך זייער געפרייט צי זען אז די אלע אדרמורים ורבנים האבען זיך געפערליך מטריח געווען אין געשיקט זייערע מנהלים (עפעס מעגען זיי נאך טין פאר זייער געשוואלענע פעיראל וואס מען געבט זיי!) און גיין הערען די דבר השם וואס דער צעהלימער דיין דער ערל שפתים גייט איבער געבען וואס ער האט געחלומט שבת נאכמיטאג ביי מעלה גרה זיין די טשאלענט
מען האט דערט גערעדט פון דברים העומדים ברומו של עולם, דברים העומדים על הפרק, זאכען וואס שטייען און ווארטען שוין יארען אז מען זאל דאס צירירען, און ענדליך גייט מען דאס באשמיסען
אלע מנהלים האבען באקימען געפילטערטע cute tips און נאכען זיך וואשען די הענט מיט וואסער וואס די תהלים כולל יונגעלייטט האבען ביי דעם אויסגעזאגט 79 מאל די חד גדיא אויף אראביש האט מען געפיצט די שמיציגע מילעכיגע אויערען לעכער (ווייל די מנהלים האלטען די לעכער פון די אויער מיליכיג נאכען מישען די קאווע גלעזער מיט די הענטל פון די גלעזער און נאכער וואס דאס איז פייכט פיצט מען די אויערען מיט די הענטל) מיט די גע'ככשר'טע קיוט טיפס
דער זקן ראש הישיבות האט בעצם נישט געוויסט פינקלעך איבער וועלכע פראבלעם מען גייט רעדען פשוט ווייל עס זענען דא אזויפיל
אבער בשליחותו ובהדרכתו האט דער הייליגער גאון דער סיני ועוקר הרים דער צעהלימער דיין גענימען דאס ווארט און געגאסען פייער און וואסער, פייער אנציצינדען די הערצער און וואסער צי לעשען די פייער פון די אינטערנעט
הקיצער די סך הכול פון די פייער\וואסערדיגע דרשה איז געווען 3 זאכען, 1 אז די מנהלים האבען אויפגעהערט געניצען (נאכען געניצען פאר 2 שעה פון די דרשה) 2 אז מען גייט עוקר מן השורש זיין דעם אינטערנעט 3 אז מען גייט זיך בקרוב נאכאמאל זיך ציזאמען קימען
און זייט דעמאלס אין פרץ ואין צוחה ברחובותינו, אלע פראבלעמען זענען מסודר געווארען פון זיך אליין, אשרי העם שככה לו אשרי העם שאלו מנהיגיו

נ"ב ווי עס ווערט איבער געגעבען פון חצר כ"ק מרן אד"ש אז דער רבי האט געוויינט בכיות נוראות פינקט אין די זעלבע צייט פון די דרשה, ווי עס זעט אויס האט דער צדיק מרגיש געווען די ווייטאג פון דער צהעלימער דיין שליט"א
די גבאים זאגען אז זיי האבען געקיקט אויף די זייגער און עס האט ממש געשטימט, די חורבן איז נאר אז דער רבי שלאפט נאך דערווייל......

דער אשכול פארמאגט 52 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר