די פאטענטישע משוגעים פין וואס די מענטשהייט ליידט,

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

די פאטענטישע משוגעים פין וואס די מענטשהייט ליידט,

שליחה דורך חזקיהו המלך »

די ציפידעלטע בריונים פין AMAZON האבען "אויסגעטראפען" א נייע "פאטענט" וואס זיי האבען עס געפינען פאר מורא'דיג וויכטיג עס צי רעגיסטרירען מיט די יו-עס פאטענטיג אפיס,

דהיינו, "מאכען בילדער פין מענטשען אקעגען א ווייסען בעקראונד" וואס עמעזאן ניצט עס פאר זייער וועבסייטס, האבען זיי באשלאסען אז דאס איז גאר א פאטענטישע אויסטרעף וואס ברויך רעגיסטרירט ווערען צי מאכען זיכער אז קיינער וואגט זיך נישט צי "נאכמאכען" "זייער" "פאטענט",

אין אגב די "איין קליק קויפען" קנעפל אויף די עמעזאן וועבסייט איז אויך רעגיסטרירט אלץ א "פאטענט" וואס קיינער טאר חלילה נישט נאכמאכען ווייל זיי האבען עס ערשט רעגיסטרירט, חאטשיג ס'איז בכלל נישט מכרח אז זיי האבען עס אויסגעטראפען, אין בכלל אפילו דאס איז א משוגענע זאך אז מען קען מאכען א "פאטענט" דערויף,

יעצט אז אמעזאן זענען משוגעים, פיין, זענען זיי משוגע, אבער פארוואס שפילט די פאטענט אפיס מיט מיט זיי, דאס איז שוין א טראגי-קאמישע הייפער-משוגעים סינדראם, אין דאס ווייזט אז די איינגעשטעלטע אין רעגירונג אפיסעס זענען גאר ערענסטע קאנדידאטען אנציפילען די מענטעל אינסטעטוציעס,

לאור פין די מצב, האב איך באשלאסען צי ארויס נעמען א "פאטענט" אויף טאנצען מיט א רויטע סקיפינג רויב אויף איין פיס, אין פין דא גייט ארויס א ווארענונג אז טאמער איינער וועט זיך וואגען צי נאכמאכען מיין פאטענט אן א געשריבענעם רשות, קען ער ערווארטען צי ווערען אנגעקלאגט אין די אינטערנאציאנאלע געריכט פאר ביליאנען דאלארען, למען ישמעו ויראו,

אזוי אויך פלאן איך צי ארויס נעמען א פאטענט אויף טרינקען עפעל דזשוס מיט א שירעם אין די הענט, און די אויבען דערמאנטע ווארענונג גייט ארויף אויף דעם אויך,

עכ"פ דער וואס פיגערט אויס די חילוק צווישען א מענטעל האספיטאל און די יו-עס פאטענט אפיס, וואלט איך זיך געפרייט עס צי הערען,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
רעאגיר