אן אור אלטע אנוסים דערפל?..."מאטא-יודעיוס, שפאניא"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2270 מאל
קאנטאקט:

אן אור אלטע אנוסים דערפל?..."מאטא-יודעיוס, שפאניא"

שליחה דורך פישלע העררינג »

[justify]קאסטריללא מאטא-יודיוס, שפאניא. - פאר דרויסענדיגע, קען זיך עס דאכטן אז עס איז א דבר פשוט אז די צייט איז שוין רייף, בעסער איז שוין פון לאנג רייף געווארן, צו טוישן די נאמען פון דעם דערפל וואס פאראייביגט איינער פון די טונקעלסטע קאפיטלען פון שפאניא'ס היסטאריע.
spanish-village-kill-jews-name.si.jpg

אבער דער מעיאר פון קאסטריללא מאטא-יודיוס - "קליינע בארג שלאָס פון אידן מערדער" - האט א שווערע צייט איבער צו רעדן די 56 איינוואוינער פון דעם פארשלאפענעם דערפל ארויסצוקומען שטימען קומענדיגע מאי דעם 25'סטן אנצונעמען א נייע נאמען, כדי איינמאל פאר אלעמאל אויסצורייסן די עדות צו די רציחות פון אידן וואס זענען פארגעקומען דורכאויס די יארן פון דער שפאנישע אינקוויזיציא.

"אונז לעבן זיך אנגענעם מיט דעם נאמען פאר איבער 400 יאר, צו וואס פעלט אויס פלוצלינג א נאמען טויש?" האט געפרעגט אנאַסטאָסיא אלונסא, א ערד באארבעטער אין דעם דערפל.

אויסער די שאלה פארוואס פונקט יעצט האט זיך איינער אויפגעוועקט איבער די נויט צו טוישן דעם נאמען, דארף מען זיך פרעגן וויאזוי איז עס טאקע געווארן אז די דערפל, בערך 160 מייל צפון פון מאדריד, האט באקומען אזא נאמען מתחילה. אדער דארף מען זיך פרעגן, אין א לאנד וואס איז אנגעפירקעלט מיט פלעצער וועלכע ברענגען ארויס מיט זייערע נעמען די לאנד'ס עקלדיגע פארגאנגענהייט, ווי וועט זיך ענדיגן די נעמען געטוישעכטס איינמאל מען הייבט אן דערמיט.

"פארדריסלעך, אבער די אמת איז אז די היינטיגע איינוואוינער הייבן נישט אן צו וויסן איבער אונזער היסטאריע און פון ווי מיר קומען", האט מעיאר לורענזא ראדריגעז פערעז געזאגט.
SPAIN-3-articleLarge.jpg

בעפאר דער מעיאר האט אנגעטראגן לעצטע חודש אז די איינוואוינער זאלן טוישן די נאמען, האט דער מעיאר צום אלעם ערשט זיך נאכגעפרעגט ביי אפאר עקספערטן נאכצופארשן גענוי וויאזוי די דערפל האט באקומען דעם נאמען. די ענטפער, לויט אנגעל פאלעמינא, אן ארכיאלאגיסט, איז אז "אידן מערדער" איז צוגילייגט געווארן צום נאמען נישט אלס א אות הכרה פאר א לאקאלע פאגראם וואס די איינוואוינער האבן דורכגעפירט, נאר וויבאלד די איינוואוינער זעלבסט זענען געוועהן אויסן זיך עפענטלעך צו דערווייטערן פון זייער אייגענע אידישע פארגאנגענהייט.

פאלעמינא האט געזאגט אז זיין פארש ארבעט באווייזט אז קאסטריללא איז געוועהן אמאהל א איד שפרודעלדיגע אידישע קהילה, געגרינדעט אין דער 11'טע יאר-הונדערט, נאכדעם וואס די אידן זענען פארטריבן געווארן פון א דערנעבענדיגע געגענט. די אידישע קהילה דא איז זיך צעוואקסן און האט געבליעט אלץ אז א האנדלס פונקט אויפן וועג וואס די קריסטן באנוצען ביים פארן באזוכן סנטיאגו דע קאמפוסטעלו.

ביי די יארן ווען די שפאנישע אינקוועזיציא האט זיך אנגעפאנגען, איז קאסטריללא מעגליך געוועהן היים צו 1200 אידישע משפחות. ווען דער שפאנישע מאנארכיע האט לבסוף פארטריבן די אידן אין יאר 1492, האבן די איינוואוינער אויסגעקליבן צו ווערן אנוסים ענדערש ווי צו אנטלויפן, אבער זייערע זארגן האבן זיך מיט דעם נישט געענדיגט.
vista-aerea-de-hinestrosa_19976961.jpg

"וואס האט נאכגעפאלגט איז געוועהן א לענגערע פעריאד פון אונטערדריקונג, אפילו נאך די עמטליכע גירוש, ווייל די רדיפות אקעגן זייערע אייניקלעך איז ווייטער אנגעגאנגן אדער איז אפילו ערגער געווארן," האט פאלעמינא געזאגט. צו פארמיידן די דאזיגע רדיפות, האבן די אנוסים מחליט געוועהן צו טוישן די נאמען פון זייער דארף אלץ א פלאץ פון אידן מערדער.

"די אייניקלעך פון די אנוסים האבן געטוישט די נאמען כדי צו געבן דער איינדרוק און זיך פארצושטעלן אלץ די אמערסטע אנטיסעמיטישע געמיינדע אין א צייט וואס שפאניא איז געוועהן די מערסטע קאטוילישע מאנארכיע אין איירופע," האט פאלעמינא געזאגט.

די ערשטע באוואוסטע דאקומענט וואס בארופט זיך צו דעם דארף אלץ קאסטריללא מאטא-יודיוס איז פון יאר 1623. פריערדיגע דאקומענטן, זאגט פאלעמינא, באציען זיך צו דעם דארף אלץ קאסטריללא דע יודיוס, אדער קאסטריללא פון די אידן.

אודאי, עס זענען פאראן אנדערע טעאריעס. דער מעיאר זאגט אז עס איז מעגליך אז א באאמטע האט אינעם 17'טע יאר-הונדערט בטעות זיך פארטוישט צווישן מאטא-יודיוס וואס מיינט אידן מערדער און מאויטע-יודיוס וואס מיינט בארג פון די אידן. דאס איז די נייע נאמען וואס דער מעיאר וואלט געוואלט אז די איינוואוינער זאלן אדאפטירן.

פאלעמינא זאגט אז דאס וואלט געוועהן א אקצעפטירבארע קאמפראמיס, אפילו אויב עס איז נישט היסטאריש קראנט. ער שלאגט אבער קאטעגאריש אפ די באהויפטונג פון טייל היסטאריקער אז די ווארט מאטא איז א קעלטישע ווארט וואס באדייט פאשע פאר די שעף.

זינט פסח צייט, ווען מעיאר ראדריגעז פערעז האט פאר געשטעלט זיין פלאן, איז די שטאט ראט באפאלן געווארן מיט א פלייץ פון בריוון פון איבער די גאנצע לאנד, מיט אויסדריקן פון דאנק אדער אויפרעגונג איבער דעם נאמען טויש.

טייל פון די וואס האבן אויסגערוקט אנטריסונג קעגן א נאמען טויש, זענען באזארגט פון שאפן א פרעצעדענט פון טוישן נעמען אין צענדליגע אנדערע געגענטער איבער שפאניא, אריינגערעכענט דערפלעך וועלכע טראגן די ביי-נאמען מאטא-מורוס, אין אנדענק פון די אויסמארדן פון די מאארס, וועלכע האבן געוועלטיגט איבער א גרויסע טייל פון דאס לאנד במשך די איסלאמישע אקופאציע.

שפאניא איז אצינדע ספעציעל סענסעטיוו צו נאמען טוישינגען, נאכדעם וואס פילע לאקאלען טוישן צוריק צו נעמען וואס זיי האבן געטראגן איידער די יארן פון דער פראנציסקא פראנקא דיקטאטור, נאכדעם וואס ער האט געוואונען די שפאנישע ציווילע מלחמה.

אינטרעסאנט איז, אז אין די יארן פון די פראנקא הערשאפט, אין 1960,איז שוין אויפגעברענגט געווארן א פארזוך צו טוישן די נאמען פון קאסטריללא מאטא-יודיוס. דער פארזוך איז אבער נישט געוועהן כדי אויסצוראטן א אנדענק פון אנטיסעמיטיסזם, נאר גיכער א פארזוך צו פאראייביגן דעם נאמען פון א לאקאלע זינגער און קאמפאזירער, אנטאניא דע קאבעזאן, וועלכע האט געלעבט אין די יארן פון דער שפאנישע רענעסאנס.

אבער אפילו יענע פארזוך איז דורכגעפאלן, צוליב וואס טייל ווייזן אן אז די דערפל איז גאר שטארק קאנסערוועטיוו, אזוי ווי עס זאגט עדות די פאקט אז די נאמען מאטא-יודיוס האלט שוין אן פאר אזויפיהל יארן.

"עטס מוזט פארשטיין אז פריערדיגע מעיארן זענען געוועהן זייער קאנסערוועטיוו און האבן גארנישט געוואלט האבן צו טוהן מיט א נאמען טויש," האט געזאגט אגוסטאן אלונסא, א לאקאלע ביזנעס מאן.

דער מעיאר ראדריגעז פערעז איז אויך א קאנסערוועטיווע מאן, אבער ער טענה'ט אז די נאמען געבט א נעגאטיווע בילד אויף דער דארף, ספעציעל ווען מען פארט איבער די אלגעמיינע וועלט.

טייל איינוואוינער זענען אויפגעברויזט אויף דער מעיאר פאר'ן ברענגען אומגעוואונטשענע אטענשאן פאר דעם דערפל, און זיי באשולדיגן איהם אין זעלבסט פראמאשען, צו באקאנט מאכן זיין נאמען. זיי זענען באזארגט אז דער מעיאר וועט גיין א טריט ווייטער און אנהייבן מיט ארכערלאגישע גראבונגען צו זוכן די שפירן פון א אידישע פארגאנגענהייט, אין א צייט וואס דאס גאנצע לאנד זוכט צו שפארן געלטער און צוימט איין אומנויטגע אויסגאבן.
ICAL260160--300x180.jpg

מעיאר ראדריגעז פערעז לייקענט טאקע נישט, און ער זאגט אפען אז ער האט פלענער אפירצוזוכן די אלטע אידישע ווארצלען פון דעם דערפל, און האפענטלעך טרעפן די אידישע בית המדרש און בית החיים. ווי אויך האט דער מעיאר פלענער נאכצוגיין די משפחה נעמען און זיך דערגרינטעווען וועלכע איינוואוינער זענען רעכטע אפשטאמיגע פון די אנוסים פון דער געגענט, און א איבערבלייבעניש פון א גלארייכע אמאהל.

(ניו יארק טיימס, מאי 11 2014)[/justify]
(- - -)

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר