בלאט 2 פון 2

פורסם:
פרייטאג מאי 18, 2012 4:01 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:..ווען דו זאלסט למשל פרעגן וויפיל זונות זענען דא ביי מענער כלפי פרויען, האסטו געפרעגט א נארישע קשיא. דאס איז זייער שוואכקייט, און עפעס אנדערש איז א מאנ'ס שוואכקייט.
אוי, האסט מיר געקאסט א לאך. מענער זענען על פי רוב נישט קיין זונות וועגן זיי וואלטן עס געטוהן פאר פרי, זיי צאלן אפילו פאר דעם! און ס'נישט דא קיין קלייענטעל ווייל יעדע פרוי (מ'רעדט נישט פון א מנוול ומוכה שחין ) קען דאס באקומען ביי א צווייטען בחנם. כך הוא דרכו של עולם, אדם מחזיר אחר אבידתו.

פורסם:
זונטאג מאי 20, 2012 6:14 am
דורך איינער
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:אויף דעם האב איך גענפערט אז אין די פלעצער ווי ס'איז די די מענטאליטעט פין אזוי געריפענע "פרויען רעכטען" פיהרען זיך די פרויען אויף אסאך ערגער,
וואס מיינט ערגער?
און אויב מען וועט שוין אמנעמען אז זיי זענען ערגער, געט עס נישט קיין רעכט פאר עם הנבחר צו אונטער דרוקן די פרויען.

פורסם:
פרייטאג יוני 08, 2012 12:54 am
דורך אייגענארטיג
this is a funny discussion cause in every field in every race etc you have enough of every one. and what the Google results are is only whom they just found for Quaternary

פורסם:
פרייטאג מאי 17, 2013 11:16 am
דורך טאמבל סאס

פורסם:
פרייטאג מאי 17, 2013 4:18 pm
דורך diff
Their rights is to their disadvantage. The cannot make long term relationship

פורסם:
פרייטאג מאי 17, 2013 4:28 pm
דורך יידל
diff האט געשריבן:Their rights is to their disadvantage. The cannot make long term relationship
דאס זאלסטו לאזן פאר זיי צו באשליסן.

פורסם:
פרייטאג מאי 17, 2013 4:32 pm
דורך טאמבל סאס
חחח. די רעכט צו קענען אליין מאכן באשלוסן אין די אייגענע לעבן, נעמט מען אויך צו פון זיי.

פורסם:
פרייטאג מאי 17, 2013 4:34 pm
דורך יידל
עס איז נישט בלויז אז מ'נעמט אוועק זייערע רעכטן, נאר מיר - די מענער - פארשטייען גאר אז דאס איז לטובתו. וואט די העק? פונקט ווי פאר זיך וועלן מיר בשום אופן נישט לאזן די פרויען באשליסן, פארוואס זאלן פרויען זיין אנדערש אז אנדערע זאלן באשלוסן וואס איז גוט פאר זיי?

פורסם:
פרייטאג מאי 17, 2013 5:07 pm
דורך טאמבל סאס
ווען איך וואלט דארט געווען וואלט איך נאך דעם רעבעלע אויסגעפראקט דאס מערסטע. מיר האבן אסאך בעסערע דוגמאות ווי נישט געבן די הענט, און שלא עשני אשה.
לאמיר זען:
חוה רעדט צי צו זונדיגן
ואל אישיך תשוקתיך והוא ימשול בה
איר גאנצע גרויסקייט איז אז זי איז א גוטע פאפקארן מאשין, און דישוואשער. און איבער אלעם, זי פאלגט די מאן.
די מקוה פאר די מאן, און די "קאפ ווייטאג" פאר די פרוי.
די מאן קען גט'ן, די פרוי נישט.
די פרוי קען בלייבן אן עגונה
די מאן קען האבן וויפיל ער וויל - פאליגאמי.
ביי לוט און ביי פלגש בגבעה האט מען מפקיר געווען די אייגענע טעכטער פאר זנות, אבער נאר נישט די פרעמדע געסט פאר משכב זכור.
פלגש
סוטה
פארקויפן די טאכטער פאר א קנעכטין.
פיתו בתולה, דארף ער איר הייראטן, אבער אויב דער "טאטע" וויל נישט, קען ער זיך פטר'ן מיט באקשיש
רעיפ, מוז ער איר נעמען! אויב איז זי מסכים. און אלעס, כדי צו אנטמוטיגן פון בחורים צו רעיפן מיידלעך "ווייל ס'וועט זיי נאכדעם קאסטן די הויזן" (ווייל בתולים אמאל, איז געווען א הידור מצוה, מילא זענען אנדערע דערנאך אוועקגעשטאנען פון איר)
ירושת נחלה
הפרת נדרים
אן ארוסה אדער נשואה וואס האט געטשידט. ביידע טויט, די דיפרענץ איז אין קאליר. (ספעקטאקל) טראדיציאנאל ווי תמר בשריפה, אדער ווי אין דיז דעיס - בחנק.
ערכה פאר א קרבן - ווייניגער ווי האלב דאס ווערט פון א מאן (כאטשיג זיי זענען מיט א אבר מער...)
יצחק האט נישט געמעגט שטארבן, אבער יפתח הגלעדי'ס טאכטער יא.
א קעניג טאר נישט האבן צופיהל ווייבער ווייל זיי קענען מטה לבבו זיין צו עבודה זרה.
טארן נישט לערנען
להיות כל איש שורר.
אחורי ארי' ולא אחורי אשה.
נשים דעתן קלות.
אל תרבה שיחה
כלכלה - אלעס וואס באלאנגט פאר'ן מאן באלאנגט פאר א פרוי.
און די ליסטע איז נאך א לאנגע.
און מיט די היינטיגע היתר 'מאה רבנים' קוקט מיך עס אויס ווי איינער זאל זאגן: ווען שמים וארץ וועלן זיך צאמקושן וועסטו באקומען א גט. אדער נאך בעסער: אז מ'לייגט תפילין 120 יאר, האט מען אריכות ימים.

פורסם:
פרייטאג מאי 17, 2013 7:43 pm
דורך דעת תורה
טאמבל, א חלק פון דיין ליסטע איז וואליד די איבריגע איז סתם געהאקט.
נאר וואס דו שרייבסט אז א מאנס מוז איר נעמען אפילו קעגן איר ווילן, איז קעגן א אפענע גמרא.

פורסם:
פרייטאג מאי 17, 2013 7:47 pm
דורך טאמבל סאס
ווען איז מען יא מחליט צו לערנען פשוט פשט, און ווען נישט? אויב יעדער [גדול] אין זיין דור, אויב אזוי פארוואס זענען נישטא היינט קיין רבנים וואס קענען טוישן פארשידענע זאכן, אביסל זיך צוצופאסן צו די דעמאקראטישע קולטור און פרייע ציוויליזאציע? אבער אנשטאט מאכט מען נאך הארבער, און שטרענגער, די זאכן וועלכע זענען אמאל מותר געווען. (ווי למשל שניידן זיך די האר)

פורסם:
פרייטאג מאי 17, 2013 7:51 pm
דורך טאמבל סאס
ביסט גערעכט. כ'האב געמאכט א טעות. נאר ווען זי איז מסכים
אבער מיין פריערדיגע תגובה איז נאכאלץ נוגע ביי הונדערטע אנדערע פעלער.
אבער איך וואונדער מיך נאכאלץ, "אויב איז עס א צוואנג, וויאזוי ווערט עס נאכדעם א רצון?"

פורסם:
פרייטאג מאי 17, 2013 7:54 pm
דורך דעת תורה
טאמבל סאס האט געשריבן:ווען איז מען יא מחליט צו לערנען פשוט פשט, און ווען נישט? אויב יעדער [גדול] אין זיין דור, אויב אזוי פארוואס זענען נישטא היינט קיין רבנים וואס קענען טוישן פארשידענע זאכן, אביסל זיך צוצופאסן צו די דעמאקראטישע קולטור און פרייע ציוויליזאציע? אבער אנשטאט מאכט מען נאך הארבער, און שטרענגער, די זאכן וועלכע זענען אמאל מותר געווען. (ווי למשל שניידן זיך די האר)
וואס פאלט דיר ביי יעדער גדול בדורו? אונז האמיר א תורה בכתב ובעל פה, און דאס קען מען נישט טוישן לפי רוח הזמן והמקום.

פורסם:
פרייטאג מאי 17, 2013 7:56 pm
דורך טאמבל סאס
פארוואס האבן דאס די חכמי התלמוד נישט געזאגט אויף'ן תורה שבכתב?

פורסם:
פרייטאג מאי 17, 2013 7:58 pm
דורך דעת תורה
זיי האבן יא. אני מאמין באמונה שלימה שכל התורה המצויה עתה בידינו היא הנתונה למשה רבינו עליו השלום.

פורסם:
פרייטאג מאי 17, 2013 8:03 pm
דורך טאמבל סאס
העי ! רק הכסא אגדל ממך. נאר מיין נאמען כאפ מיר נישט צו. זיי מיר נישט קיין טאמבל סאס.
איך פרעג פארוואס האבן זיי נישט געזאגט "אונז האמיר א תורה בכתב און דאס קען מען נישט טוישן לפי רוח הזמן והמקום..?!

פורסם:
מוצ"ש מאי 18, 2013 11:39 pm
דורך דעת תורה
דו שרייבסט זייער אומקלאר. די חכמים האבן קינמאל נישט פרובירט צו טוישן נישט די תורה שבכתב און נישט די תורה שבעל פה לפי רוח הזמן והמקום. דאס וואס שטייט אין די תורה איז קיים לעד בלי שינוי. די חכמים האבן געזאגט זייערע הוספות און הגבלות ארום די תורה, נישט אין די עצם תורה.

פורסם:
מוצ"ש מאי 18, 2013 11:43 pm
דורך טאמבל סאס
אינטרעסאנט. ווייל ביי מיר מיינט עין תחת עין. א אויג שטאט'ס א אויג. און אזוי אויך טוען די "או אינו'ס" פון רש"י הקדוש סוגדזשעסטען פארקערט ווי דיר.
און אזוי ווייטער כהנה וכהנה. די בארד, די סנהדרין'ס וועג פון משפט'ן א מענטשן. אה למשל רבינו גרשומ'ס רעפארמען אין א גט פראצעדור. אבער איך מוז מודה זיין איך בין נישט דער גרויסער לערנער איך זאל פונקטליך וויסן פון וואו ראיות צו ברענגען, אבער איך מיין אז תחכמוני'ס ארטיקל וואלט דיר געקענט ארויסהעלפן דערין.

פורסם:
מוצ"ש מאי 18, 2013 11:51 pm
דורך דעת תורה
עין תחת עין האט די תורה שבעל פה - וועלכע איז מיטגעקומען צוזאמען מיט די תורה שבכתב - פארטייטשט אז עס מיינט נישט כפשוטו. דאס האבן נישט די תנאים 2 טויזנט יאר נאך קבלת התורה מחדש געווען. אזוי גייט די גאנצע תורה מיום נתינתה, די תורה שבעל פה פארטייטשט די תורה שבכתב, גאר אפט ממש נישט ווי דער פשוטער פשט וואלט געזאגט.
וואס זעסטו פון די "או אינו"'ס פון רש"י?
וואס האט די יא / נישט לאזן וואקסן די בארד סומאטאכע צוטאן מיט די תורה?
רבינו גרשום האט צוגעלייגט תקנות און חרמות, ער האט נישט געטוישט וואס די תורה זאגט.

פורסם:
זונטאג מאי 19, 2013 12:38 am
דורך חזקיהו המלך
טאמבל סאס האט געשריבן:אינטרעסאנט. ווייל ביי מיר מיינט עין תחת עין. א אויג שטאט'ס א אויג.
דער באשעפער וואס האט געגעבען די תורה האט געלערענט משה רבינו וואס עס מיינט, די חכמים האבען עס נישט אויסגעטראכט, תורה שבעל פה איז געגעבען געווארען למשה מסיני,
טאמער די חכמים זענען עפעס מוסיף א גזירה צי א גדר איז עס נישט תורה שבעל פה, ס'איז א
גזירה מדרבנן, אין טאמער איז עס א ראשון צי א אחרון איז עס אפילו נישט קיין דרבנן, נאר א גדר אדער א חומרא וואס געוויסע קרייזען האבען מתקן געווען, ס'נישט קיין תורה שבכתב אין נישט תורה שבעל פה,
ס'איז וויכטיג צי קלאר וויסען די חילוקים פין די אלע זאכען,
טאמבל סאס האט געשריבן:אבער איך מוז מודה זיין איך בין נישט דער גרויסער לערנער איך זאל פונקטליך וויסן פון וואו ראיות צו ברענגען,
אין אנדערע ווערטער די מסקנא צי וואס די ווילסט ציקומען דאס
ווייסטע שוין ??!!, נאר יעצט דארפסטע נאר טרעפען ראיות ........,

פורסם:
זונטאג מאי 19, 2013 1:02 am
דורך טאמבל סאס
דו האסט אויך א מסקנא שוין. און לויט דעם לערנסטו אריין וויאזוי דיך געפעלט.
איך ווייס די מסקנא פון פאקטן און קאמען סענס, אבער דו ווייסט די מסקנא פון סקריפטשערס, און סופערסטישעס סטאריס.
אין אנדערע ווערטער ביידע פון אונז האבן פון פריער אפגעמאכט מסקנות (איך אפשר ווייניגער. סך הכול פרעג איך/שלאג איך פאר) דער חילוק איז נאר אויף וואס מיר באזירן זיך.

פורסם:
זונטאג מאי 19, 2013 1:27 am
דורך חזקיהו המלך
טאמער דיין מסקנא איז אז די גלייבסט נישט אין תורה שבעל פה, ביסטע א געהעריגע כופר בתורה,
לויט ווי די שרייבסט קוקט נישט אויס אז די ביסט זיך אינטערעסירט צי מתווכח זיין, ס'זעהט מער אויס ווי די האסט זיך אפגעמאכט דיין מסקנא אין ביסט אויף די יאגדע צי מסית ומדיח זיין אנדערע מיט דיינע קינדערישע קלאץ קשיות,
אבער טאמער די ווילסט טאקע זיך מתווכח זיין, דאן עפען א אשכול איבער דעם ענין, פאק אויס דיינע אזוי געריפענע פאקטען אין "קאמאן סענס", אין נאכדעם עמער זעהן צי דיין "בנין" וועט נישט ציפאלען ווי דאמינא'ס,
קום נישט פארקויפען אז די האסט פאקטען אוועק געלייגט ביי דיר אינטערען מאדראץ, תורת משה איז שוין אויסגעשטאנען גרעסערע אטאקעס ווי פין דיר, אין ס'איז ארויס א זיגער,
ווילסט זיך מתווכח זיין, נו פאק אויס דיין גאונות, אבער כ'וואלט דיר געראטען צי תשובה טוהן, ווייל דער רמב"ם פסק'נט אז אפילו א כופר בתורה האט נישט קיין חלק לעולם הבא, אבער טאמער טוט ער תשובה דאן איז "אין לך דבר העומד בפני התשובה",

פורסם:
זונטאג מאי 19, 2013 2:30 am
דורך טאמבל סאס
אקעי, לאמיך קלארער מאכן. כ'האב מורא האסט מיר נישט גוט פארשטאנען. ווען איך האבן געזאגט סקריפטשערס און סופערסטישעס סטאריס, בין איך געקומען כאילו פונעם קענגער'ס פרעספעקטיוו, און לאוו דוקא דייקא קעגן אונזער תורה, נאר בכלל וואס זיי שטעלן ארויס קעגן אלע רעליגיעס אריינגערעכנט די נייע טעסטעמאניע און די קוראן, און מיט דעם האב איך געמיינט דאס וואס די ביבליקל סקעפטיקער ווילן טענה'ן אז וויבאלד ס'איז נישטא היינט קיין נסים גלוים, מוז מען דאך דערוועגן בע"כ אריינלערנען און אויסגלייכן פשטים אין די ארגינעלע כתבים כדי צו פארשטיין געבן היינטיגע פירונגען וואס זענען איינגעפירט געווארן לויט די סאציאלע געזעצן און צושטאנדן, יעדע אין זיין צייט. ממילא טענה'ן זיי - לערן דו אויך אריין, אז אינטערנעט למשל איז מותר...
און זיי טענה'ן אז די סקריפטשערס וויאזוי עס איז איז דאך מילא נישט מעגליך אפצולערנען בפשוטם וויבאלד סייענס-פאקטן איז עס סותר.. אלזא גיי פון צוריקוועגס אנשטאט פון אויבן אראפ.

פורסם:
זונטאג מאי 19, 2013 1:59 pm
דורך diff
Hashem wants you to know that his punishment is eye for eye. We are not him so we can only charge money.