מיין חריינ'לאזע שבת

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

מיין חריינ'לאזע שבת

שליחה דורך אפטעמיסט »

[justify]ס'איז מיר נישט גרינג צו שרייבן. איך קלער אריין צי ס'לוינט זיך בכלל פרובירן באשרייבן מיין מיטמאכעניש און מוטשעניש. מיין שפראך איז צו ארעם, מיין לעקסיקאן צו קנאפ און מיין וואקאבולאר צו באגרעניצט, אז כ'זאל קענען ארויסצוברענגן די אומגעהויערע ביטערניש און איבעל וואס ס'האט געהערשט ביי אפטעמיסט אין שטוב דעם פארגאנגענעם שבת. כ'ווייס נישט צי איינער וואס איז נישט אין מיין שיך קען בכלל פארשטיין מיין ביטערניש און גרימעניש. כ'גלייב אז נישט. אבער אז כ'האב נישט קיין אנדערע ארט זיך צו אויסרעדן, וועל איך עס בלית ברירה טון דא ביי אונז אין "קאווע שטיבל".

איך בעט דעם עולם מחילה. אקעי, שרייטס מיך נישט אן; כ'ווייס אז מיין קראקאדיל-טרערן בארירט מער נישט קיינעם. איך ווייס, איך ווייס. איך קום און ברענג דא אראפ א מרה שחורה מער אפט ווי נישט, און כ'האב נאך די חוצפה צו פארלאנגן פארשדענדעניש.

נישט צום דריטען מאל — נאר צום צוואנציג'סטן מאל — שריי איך שוין "וואלף". איך פיהל מיר טאקע ווי א היפאקריט. איך זיץ דא אפ אין שטיבל, יומם ולילה, כ'דערקוויק מיר חנם אין כסף, און דערנאך קום איך פרעכערהייט און שפיי צוריק אין פנים. כ'האב שוין לאנג געקלערט וואס כ'וועל ענטפערן בבוא היום ווען מ'וועט מיר אפירהאלטן פאר'ן אראפברענגן די מצב רוח אין ניווא פון קאווע שטיבל. כ'ווייס טאקע נישט וואס ס'וועט זיין און כ'וויל בעסער נישט טראכטן. איך האף אז דער רבש"ע — מיט'ן הילף פונעם בארדיטשעווער און מיינע ווירטואלע פריינד — וועלן שוין טרעפן עפעס זכותים מיר צו פארטיידיגן. איך האף אזוי.

שוין, געענדיגט מיט די הקדמות.

וואס האט שוין ווידער פאסירט?

איז אזוי. ביי מיר איז די גאנצע וואך אן הכנה צום שבת. מיין גאנצע חיות שעפ איך פונעם הייליגן שבת קודש. איך שטיי אויף יעדען טאג, טראכטענדיג אז אט האלט מען א טאג נענטער צום טייערן שבת. שבת איז מיין גאזאלין צום לעבן.

נישט אז כ'בין א קרעטשניפער פון דער היים. בכלל נישט. אפשר האלט איך טאקע אז ר' זיידל איז א פועל ישועות, נו, יעדער ערליכער איד האלט אזוי, אבער איך אידענטיפיציר מיך נישט אפיציעל אלס קרעטשניפער. פאר צושויער קען זיך אמאל דאכטן אז אני הקטן בין גאר אליין פון דער קרעטשניפער גזע. פון מיין קידוש וועל איך נישט רעדן, אבער מיין עבודה ביים פיש? נישט צום גלייבן. ס'איז נישט צום גלייבן ווי א פשוט'ער בעה"ב קען אזוי נתהפך צורה ווערן פון איין מינוט צום צווייטן. אויב אינמיטן וואך קען איך ליידער אמאל (אמאל) זיך ארויפכאפן אויפ'ן טמא'נעם אינטערנעט, שטיי איך שבת אוועק דערפון כמטחוי קשת. אויב אינמיטן וואך קען איך אמאל ליידער ארבעטן פאר פרנסה (ה"י), בין איך שבת כל כולו קודש, און כ'גיי אפילו רבי'שע בגדים. שבת ווער איך אן אנדערע מענטש. בשעת וואס אין די וואכן טעג בין איך א פשוט'ער ארבעטס אינגערמאן — א פויער, בין איך שבת קודש בבחינת ר' זיידל. בלי שום גוזמה.

איצט אז איר כאפט אביסעלע פון וועם מ'רעד, קען מען גיין א טריט ווייטער.

ס'איז דא איין זאך וואס איך קען בא'טיטול'ן אלס דער הויכפונקט פונעם שבת. יא, אלס ארום דעם שבת איז דערהויבן, אבער איין זאך קען איך רופן דעם שפיץ.

ווען איך קום אן צו דעם "שפיץ", ווי איך גלייך עס צו רופן, שטעלט זיך דער גאנצער וועלט אפ. איך פאנג אן טרייסלען און שפרינגען, און כ'ווארף מיר ווי א סידזשר געשלוגענער מטורף. מיטאמאל פאנג איך אן ארויסלאזן יאמערליכע קולות, און כ'שטעל מיר אויף לויפן מזוית זו לזוית אחרת. עפעס מיסטיש ליגט אינעם 'חריין' אז ס'נעמט מיר אזוי ארויס פון די גלייזן. איך קען אליין נישט פונקטליך אנווייזן וואס ס'איז אז איך פאנג אן וויברירן, אבער ווי נאר כ'באמערק מרת אפטע'קע ארויסנעמען די חריין פון פרידשזעדער הייב איך אן זיך וואקלען ווי אן אקס וואס זעט רויט. מיינע אויגן ווערן ווי פארגלייזט אויפ'ן חריין און כ'פאלג נאך פארזיכטיג ווי מיין אידענע גרייט עס אן, לייגט עס אריין אינעם טעלער און ברענגט עס, שמייכלענדיג, צום טיש. און דאן, ווי כאילו דער וועלט איז חרוב געווארן, קומט די בריאה צו האסטיגער אפשטעל. מיין הארץ פאנגט אן קלאפן פיבערהאפטיג, און כ'ווער פלוצים פארגליווערט און געפרוירן. איך פאר ארויס פונעם עולם הגשמי און כ'גיי אריין אין אן עולם שכל כולו רוח. איך זעה פלוצלינג א וועלט פון הארסרעדיש און צוויקל; א וועלט פון טריפל סטראנג און עקסטרע סטראנג. אלס שטעלט זיך אפ, און דער וועלט ווערט פאר'חריינ'ט און רואיג.

אן אריינגיין אין די פונקטליכע דעטאלן פון דער מיספארשטענדעניש, האט דעם שב"ק העעל"ט פאסירט א שוידערליכער קאטעסטראפע. זייענדיג דעם שלאק שאמעס אינדערהיים, האב איך ווי געווענליך געמאכט די גראסערי ארדער דאנערשטאג ביינאכט, אבער פאר אן אומבאקאנטע סיבה, האב איך פארגעסן ארייצולייגן א חריין אינעם וואגאן. מיין פרוי תחי' האט, כמובן, געדענקט אריינצולייגן אינעם גראסערי-ליסטע אזעלכע נישטיגע שטותים ווי אייזקרים און סאוער בעלטס, אבער פון מיין באליבטע חריין האט זי אינגאנצען פארגעסן.

אנשטאט איך זאל זיצען ביים סעודה מיט א רואיגקייט און מנוחת הנפש, בין איך געזעצען פארכמארעוועט און צעטראגן. אנשטאט א געשמאקע בא'טעמ'טע שבת, האב איך געהאט אן אנגעזעצטע, מעלאנכאלישע שבת. א שבת וואס וועט פארשריבן ווערן אין די שווארצע ביכער פון כלל ישראל. א טאטאלער נידערשלאגע.

פרעג איך אייך, איז נאך א וואונדער אז כ'בין געוועהן אזוי שטיל אין שטיבל די וואך?[/justify]

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר