סמארטפאון איז א הצטרכות אדער באקוועמליכקייט?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
ארטיסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 25, 2014 7:50 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

סמארטפאון איז א הצטרכות אדער באקוועמליכקייט?

שליחה דורך ארטיסט »

[justify]אין די היינטיגע עפאכע ווען אינטערנעט איז געווארן א אינטערגראלע טייל פון אונזער לעבן, אלעס ווערט געטריבן אויף אינטערנעט, די נאסטאלאגישע טעלעגראם איז שוין מער נישט קיין בייזע טייערע קאמיוניקאציע מיטל. פאסט, בריוון, דאקומענטן, הזמנות, בילס, אלעס ווערט געטריבן דורך א איינפאכע מאדערענע אימעיל סיסטעם. ארדערס, באשטעלענוגען, סובסקראבציעס, אינפארמאציעס, נייעס און פרנסה ווערן פארפיגט אויפן גיגאנטישע געוועב, אויב איז עפעס אויסגעלאזט געווארן צו בזדון אדער בשוגג וועלן עס די קומענדיגע יארן איבערשרייבן אז עס איז אומעגליך זיך צו רירן אן דעם אינטערענט פונקט ווי דער אויטאמאביל.

די וועלט ווערט איבערגעשריבן פון אנפאנג ביזן סוף, פון די וועג וויאזוי מען פארדינט, מען קויפט, מען לעבט, מען פארוויילט, און מען קאמיוניקירט, ביזן מינדוויכטיגסטן טייל פון לעבן. אלעס ווערט געטריבן עלעקטראניש, אינטערנעטיש, און ווייערלאז.

עס איז בכלל נישט קיין סוד אז דער אינטערנעט קומט באגלייט מיט שווערע ספירעטואלע קאנסקעווענצען, אין גם אחד וואס זעט נישט דעם חרב המהפחת וואס שוועבט אינעם גיגאנטישע אינטערנעט געוועב. אונזערע שורות זענען נישט דא מוסף צו זיין אדער משער זיין וואס אינטערנעט איז, ווייל די זאכן זענען קלאר און דייטלעך אין סאמען בוכשטעבליכן זין פון ווארט. מיר ווילן בלויז מוסף זיין חומר למחשבה און אויסשמעיסן אינטערעסאנטע פרטים וואס נעמען ארום די אינטערנעט.

אינטערנעט איז בין אדם לחבירו.

דאס שעדליכע משמעות פון די אינטערענעט שטרויכלינגען איז נאטורליך בין אדם למקום, מען קען פארקריכן בכל מכמני טומאה, און דעות כוזבות איז א רוטינע שפייז פאר די פארשאלטענע וויקיפידיע באגלייט מיט בלאגס למיניהם. וכאן יצא החידוש: ס'איז אינערסאנט קודם מקדים צו זיין וואס בעלי השקפה זאגן אויף די באגריף פון 'שלום בית'. שלום בית איז "נישט בין אדם לחבירו", שלום בית איז "בין אדם למקום", ואהבת לרעך כמוך איז א ציווי ה', קדש עמצך במותר לך, איז א ציווי ה', די גאנצע הויז איז א משכן ה', הקב"ה איז א שותף ביניהם, די מאן און ווייב טוישן אויס כסדר דעם ציווי ה', און פאלגן און פארעמען אויס א וועג ביניהם למקום. אינטערנעט איז נישט נאר בין אדם למקום, נאר עס איז "בעיקר בין אדם לחבירו", און דאס איז אונזער היינטיגע חידוש. עמיצער וואס איז עדיקטעט צום אינטערנעט ווערט א ווערטשטעבל, ער ווערט א שונא צום סאסייעטי. זיין שלום בית איז רואינירט, ער פארברענגט נישט נארמאל מיט מענטשן. און ווער רעדט נאך פון שמיץ וואס דאן ווערט די מענטש א קאלטע פייג וואס בלאנדזשעט ארום אין די ווייטע חלל, ציללאז און מוטלאז. אלזא, עס איז א שטארקע מוסר השכל און הדרכה פאר אונז אז די גדרים זענען אויך סייגים וואס זאל אונז נישט ארויפשלעפן אויף דעם שער לעזאזל בארג פון אינטערענט און אונז אראפטראסקענען אין א טאל פון איזאלירטקייט, און שוועריקייט בין אדם לחבירו.

ווער דארף באמת א סמארט פאון?

אין גוזרין גזירה על הציבור וכו' קיינער האט נאך דעם אינטערנעט נישט גע'אסר'ט, ווייל עס איז אזוי ווי אסר'ן א הענטל פון א טיר. אינטערענעט איז א הצטרכות פאר פרנסה, א הצטרכות פאר באקוועמליכקייט, און א בריק צו די וועלט געאגראפיע, עס זענען פאקטן ווי געז און לעקטער. יעצט, די אינטערנעט ווערט איינגעטיילט אין צוויי. די ערשטע איז ׳אפיס אינטערנעט׳ און די צווייטע איז ׳סמארטפאון אינטערנעט׳. אלזא ווער מעג זיך באנוצען מיט אינטערנעט? וואס הייסט ווער? ווער מעג זיך באנוצען מיט א קאר? יעדער. אבל דא עקא אז אינטערנעט האט מכשולות וואס דארף פארמיטן ווערן ממילא גייט מען אפלערנען ווי שטארק די הצטרכות האינטערנעט איז פארן מענטש און לויט זיין באגער און הצטרכות וועט ער מעגן זיך משתמש מיטן אינטערנעט.

צום אלעם ערשט איז די אזוי גערופענע "הצטרכות הפרנסה" ווער עס דארף עס לפרנסה דער מעג האבן "אינטערנעט אין אפיס". די איינציגסטע הצטרכות איז "פרנסה". אבער פארוויילונגען, פארברענגן, איינקויפן, באצאלן איז אויסדריקלעך נישט ערלויבט, ווייל די "עצם ההיתר איז געגעבן געווארן אויסשליסלעך פאר די בעלי פרנסה". יעצט, פארשטייט זיך אז ווען מען איז עלי הגוגל ערלויבט מען זיך שוין עס צו באנוצען פארן "אייגענעם באנוץ" זאכן וואס זענען ״אויסער פרנסה״.

יעצט קומט מען צו שלל ב', פון ׳סמארטפאון אינטערנעט׳, ווער מעג זיך באנוצען מיטן סמארטפאון? לכאורה איז די "הצטרכות אויך נאר פאר די בעלי פרנסה". יעצט, אין אפיס, דארטן קען מען האבן איין אויסרייד און דאס איז "פרנסה". כמעשהו כך בסמארטפאון אז נאר דער בעלי פרנסה מעגן עס האבן. וכאן יצא החידוש: די הצטרכות הסמארטפאן קומט לכאורה נאר אראפ צום אימעיל, עפעס אנדערש איז שוין נישט פרנסה. אימעיל איז די איינציגסטע זאך וואס קען אויסגעטייטשט ווערן הצרטרכות. יעצט לאמיר עס צונעמען, ווער דארף באמת אימעיל? עמיצער וואס זיצט אין אפיס דארף עס נישט, איינער וואס האט א אפיס איז נישט גענוג הצטרכות פאר אימעיל, איז לכאורה נאר אזעלכע וואס זענען עלי דרך, זיי דארפן עס האבן. יעצט, פארוואס דארפן זיי עס האבן אין א פארום פון א סאמרטפאון? זיי קענען זיך קויפן א טעבלעט און דארטן געניסן פון די אימעיל? עס איז נישט גענוג הצטרכות זיך ארום צו שלעפן מיטן סמארטפאון א גאנצן טאג אין טאש ווייל אויפן וועג זאלסטו קענען צו קומען צו אימעיל. אלזא עס איז נישטא קיין שום אמת'ער הצטרכות פאר אימעיל אויפן פאון! אויב מוזטו עס האבן דאן קויף דיך א טעבלעט, און שלעפ עס נישט אין טאש. איינער וואס האט א אפיס מוז נישט האבן אימעיל אויפן סעל. 99.99% האבן נישט א "אמת'ער הצטרכות פאר אימעיל".

אלזא וואס האט פאסירט? דער א.ג. הצטרכות פון אימיעל וואס דינט פאר פרנסה האט מכשיר געווען צו טראגן א סאמרטפאון. יעצט לאמיר עס נעמען פאר נאך א טריט ווייטער. וויפיל פראצענט פון ביזנעס ווערן געפירט אויפן סעל און וויפיל פראצענט פריוואטע באנוץ ווערן דארט געפירט? די ענטפער ווייסט יעדער. דער סאמרטפאון איז אויסדריקליך פאר באקוועמליכקייט, נישט אז מען דארף אימעיל, ווייל אויב יא איז דא א טעבלעט, און נישט נאר אז דו נוצט (מעגליך יא) די אימעיל, נאר די אימעיל איז א קליין פונקציע אויפן פאון קעגן אלע אנדערע זאכן אויפן פאון. אלזא ווער דארף באמת א סמארטפאון? וועם דו וועסט פרעגן פארוואס ער באנוצט א סמארטפאון וועט ער דיר אויסרעכענען הונדערטער סיבות, איך נוץ די עפפ, איך נוץ אימעיל פאר ביזנעס איך מוז עס האבן. יעצט, הגע את עצמך, דיין בינזענס קען נישט אנגיין אן דיין אימיעל ידיעה עלף אזייגער ביינאכט? דו דארפסט עס וויכטיג? האנדל דיך איין א טעבלעט און הכל על מקומו יבא בשלום.

והא ראיה אז אויב מען ״מוז״ האבן אימעיל-פאון איז עס נישט מער ווי א באקוועמליכקייט פארן הצטרכות-ביזנעס, ווייל געציילטע יאר צוריק ווען אימעיל-פאון איז נאך געווען אין די ווינדלן האט די אימעיל דעסקטאפ אויסגעצייכנט גענוג געדינט אינעם הצטרכות-אפיס אינטערנעט.

קומט אויס אז די הצטרכות פון סמארטפאון איז העכסט אויסדריקליך פאר פריוואטע באנוץ, וממה נפשך יוכיח. און מיר רעדן דא צו חובבי מחשבה, און נישט צו חובבי חומר וואס קומען מיט תירוצים שונים ומשונים, וואס הייסט איך מוז, איך דארף, איך קען נישט. יא? דו מוזט? דו נוצט עס נאר פאר אימעיל? אויב יא דאן פארוואס זיך שלעפן מיט א פינף אינטשטיגע פלעסטיג זעקל נאר פאר אימעיל? פארוואס דארפסט אזא גרויסע סקרין? פארוואס זיך אומזיסט באמיטשענען? דארפסט יא א גרויסע סקרין, מוזט עס האבן? פארוואס זיך שלעפן א גאנצע ליבע טאג רינג די זייגער מיט א געפילטערעטע משומר טעג רעסטריקטעט קעי ניין אינטערנעט? פארוואסזשע זיך פייניגען? די ענטפער איז קלארער פון עבדים היינו.

איז באקוועמליכקייט א פראבלעם? בכלל נישט. איבערהויפט ווען דער סמארפאון איז מער א ווערהאוז ווי די טערמין פון באקוועמליכקייט. אזויפיל נוצבארע הכרח'דיע טעסקס, ווי נעוועגאציע, שאפינג, באצאלן בילס, בענק, קעלענדער טרעקינג, און וואס נישט. אלזא, ווער מעג האבן א סמארטפאון? א סמארטפאון פארן פריוואטע רוטינע באנוץ? דער וואס שטעלט א פילטער, א שטארקע פילטער. עס איז העכער יעדן מעגליכקייט ארויס צו ווארפן א סמארטפאון פון די ארטאדאקסישער חרידישע לעבן. קענסט נישט באשליסן ווער עס מעג יא האבן און ווער נישט, יעדער קומט מיט כל מיני תירוצים שונים פארוואס ער "מוז" עס האבן, און למעשה נוצט עס יעדער על פי רוב פארן פריוואטע באנוץ. אלזא וואס טוט מען דא? די אימעיל תירוץ איז דזשארע, שטותים מיט הבלים, איבערצייג דיך אליין, ווי ערווענט.

מען האט מיט געוואלד אריינגעצויגן די סמארטפאון אין די ״הצטרכות-פרנסה טערמין״.

איז די איינציגסטע תכלית הפועל וואס מען קען טון איז עס אריין צולייגן בין ארבעה דברים שצריכים חיזוק, מען מוז חזר'ן און האקן כסדר איבער די שעדליכקייט, און כסדר דערמאנען די חומר ה'פילטער. מען איז נישט דא עס אויסצורייסן ווייל עס איז א מכה אשר לא כתובה בתורה, און נאר משיח צדקינו וועט אונז באפרייען דערפון. די עצה איז, אדער עס אינגאנצען אוועק ווארפן, אדער עס נוצן מיט א שטארקע פילטער. יעדער דארף עס צוגלייך, קיינער נישט מער ווי דער צווייטער, יעדער האט תירוצים, יעדער האט מעשות, יעדער האט סיבות, יעדער האט אויסנאמס, יעדער דארף אימעילס, און יעדער דארף די "הצטרכות". מען דארף פשוט וויסן וויאזוי עס צו נוצן. ודי בזה.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ארטיסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר