הקדמת על הגאולה, דמיון ושקר?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:45 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1427 מאל

הקדמת על הגאולה, דמיון ושקר?

שליחה דורך ממי_שאמרו »

די וועלט זאגט א ווערטל אז יעלצין האט זיך נישט געקענט אן עצה געבן מיט גארבאטשוב האט ער מחליט געווען צו לייגן אינדערערד די גאנצע רוסישע איפיעריע אזוי אז ער וועט אים נישט דארפן פייערן. כלפי מה דברים אמורים? מ'זעהט אמאל מענטשן וועלכע זענען נישט גענוג קלוג יורד צו זיין לסוף דעתו פון זייערע רבי'ס, זענען מורד דעתם פון זייערע רבי'ס צו זיך. כלפי מה דברים האמורים?

כמדומה לי אז קיינער דא לייקענט נישט אז די סאטמאר רב איז געווען א חכם הארזים, גאון הגאונים, און א שטארקע אוהב ישראל. אויב איינער לייקענט עס אדער האט ער אים נישט געקענט אדער ווייזט ער נישט וואס די טיטלן מיינען. די סאטמאר רב האט געהאט א שיטה ווען עס איז געקומען צו ציונות, טייל גדולים האבן מער מסכים געווען צו אים און טייל האבן ווייניגער, אבער זיי האבן אים אלע געשעצט (לדוגמה רבי אהרן קאטלער און הרב שך) סאטמאר רב האט געשריבן זייער קלאר זיין שיטה בנוגע ציונות אין זיין ספר ויואל משה און זיינע תלמידים האבן געשריבן תחת הדרכתו די ספר על הגאולה.

אפאר יאר נאך די פטירה האט זיין גבאי הרב יוסל אשכנזי מחליט געווען אז מ'דארף מוסף זיין נופ"ח משלו, און ער האט צוגעשריבן אן הקדמה אויפן ספר על הגאולה, און אויף די הקדמה וויל איך זיך באצוען. ר' יוסל האט זעהט זיך אויס נישט פאראויס געזאגט אז עס וועט קומען א טאג און מענטשן וועלן קענען אליינס מברר זיין אמיתת הדבר, און זעהן אויב זאכן זענען אמת אדער סתם אויסגעזויגן פון פינגער.

אזוי ווי יעצט ווערט די יארטאג פון די מלחמת ששת הימים, און אלע שרייבער צולאזן זיך, זה פונה לכאן וזה פונה לכאן. רוב רובו סאטמארע שרייבער און רעדנער נעמען זייער מקור פון יענע הקדמה. אבער היות דער ר יוסל וואס כבודו במקומו מינח האט נישט געקענט לערנען ווי דעם רבי'ן און ער קען נישט אראפברענגען אזוי גוט ווי די רבי וואס די שיטה איז ווען עס קומט צו לערנען האט ער באשלאסן צו מאכן א גאנצע הקדמה מלא שקר וכזב, דמיון מיט שטותים צוזאמגעמישט האפענדיג אז די קעפ וועלן עס אפקויפן כלה כמו שהיא, און שלום על ישראל. און זייער מעגליך אז פון דא שטאמט די מקור הדברים אז אלע סאטמאר'ע שרייבער פראבירן די לעצטע פאר יאר אראפמאלן די אראבער ווי אומשולדיגע שעפעלעך און די ציונים ווי ווילדע אקאפירער כדאי אזוי צו כאפן די אינגעלעך וועלכע קענען נישט אריינגיין אינעם חלק הלימוד פון ויואל משה.

אבער דא קומט די גרויסע חורבן, היינט קען מען שוין נישט פאדרייען די קאפ מיט פאלשע היסטאריע ווי אזוי עס שמעקט דעם שרייבער, אזוי ווי אזוי דער שרייבער האט מחליט געווען ווי אזוי ער וויל אז די היסטאריע זאל ווען זיין, היינט קען מען דאך אלעס אליינס נאכקוקן און מברר זיין (מיט א פילטער אפילו).

איך גיי זיך וועלן באצוען צו עטליכע זאצן זיינע און לייגן מיינע הגהות. קודם כל דארף מען אביסלע מסביר זיין די היסטאריע פון די זעקס טאגעדיגע מלחמה.

פון מלחמת השחרור (תש"ח-1948) האבן די אראבער נישט געוואלט אנערקענען די מדינה, זיי האבן נאכנישט געקענט פארשטיין ווי אזוי די קלינטשיגע מדינה האט בכלל געקענט געוואונען די מלחמה קעגן אלע אראבישע לענדער, ווען אין די ערשטע פאר טעג האבן זיי אפילו נאך נישט געהאט קיין מיליטערישע פליגער זיך צו קענען צוריקצושלאגן נאכדעם וואס די יו ען האט איינגעטיילט די לאנד אין צוויי און די מידנה האט אנגענומען זייער חלק און די אראבער האבן דעקלערט קריג קעגן דעם פיצי בעבי די נייע לאנד.
במשך די פאר יאר האט מען זיך געשלאגן אהין און צוריק, א שטויס פאר א פאטש, א פאטש פאר א זעץ, אזא בחינה ווי איך לאז נישט אפ דיין בארד ביז דו לאזט נישט אפ מיין בארד. די ירדנ'ער פלעגן שיסן אויף ירושלים, מצרים אויף דרום און סוריע אויף צפון. אזוי האט זיך געצויגן די מצב ביז יאר 1966.

אין 1966 האבן די אראבער מחליט געווען אז אזוי וועט דא גארנישט געשען, און מדארף זיך מאחד זיין, און די כוח פון אחדות שטייט דאך שוין אין אלע חסידישע ספרים איז די שטערקסטע כוח, במילא אויב וועלן זיך אלע אראבישע לענדער מאחד זיין וועט דאס קליינטשיק מדינה'לע זיכער זיך נישט קענען אנטקעגן שטעלן. וכך הוה, אין 18 אפריל האבן די אראבישע לענדער אונטערגעשריבן א שטערקערע אפמאך אז פון היינט און ווייטער וועלן זיי זיך שלאגן אינאיינעם. למעשה האבן זיך די אראבער קיינמאל נישט עכט גוט געלעבט צווישן זיך און דאס האט שפעטער געגעבן די שטארקהייט פון די ישראלים איבער די אראבער.

למעשה האבן זיך די אראבער שטארק צוגעגרייט מלחמה צו האלטן מיט די אידן (איך וועל ארויפלייגן עטליכע פראפעגאנדע אויסגאבעס וואס די אראבער האבן ארויסעגעגעבן ווי זיי ווייזן אז דאס מאהל גייען זיי ענדיגן די ארבעט).

אין די אראבישע לענדער האבן די פרעזידענטן און שרייבער גערעדט זייער אפן ווי למשל "די מענער וועלן מיר ווארפן אין ים, און די פרויען וועלן מיר נעמען פאר זיך" (אחמד סעיד) , אדער "די וואס וועלן איבערלעבן וועט מען לאזן לעבן אין פאלעסטיניע אבער איך גלייב נישט אז איינער וועט דאס איבערלעבן" (אחמד שוקיירי), און אזוי ווייטער.

און אין זייער בקיצור (מקען שרייבן און משרייבט ביכער איבער די מלחמה), ערב די מלחמה האבן אלע אראבישע שכנים געלייגט זייערע סאלדאטן ביי די גרעניץ און זיך אנגעהויבן גרייטן צו די מלחמה (מצרים אליינס האט געלייגט אין סיני איבער 1000 טאנקן).
נאצר (מצרים) האט פארמאכט דעם טיראן קאנאל פון וועלכע מ'קען אנקומען קיין ישראל.
מצרים האט ארויסגעווארפן די יו. ען. שלום איינהייט ווייל ער וויל מלחמה און אויב פיצן זיי זיך נישט אפ גייען זיי ליידן פונקט אזוי.
מאי 30 האט ירדן מחליט געווען יא אריינצונעמען די עיראקע סאלדאטן וועלכע האבן אויך געוואלט האבן א שייכות מיט די מלחמה (ווייל מ'האט אויך צוגענומען זייער לאנד לכאורה), וואס דאס איז געווען איינע פון די הויפט מחלוקת'ן אינעם אראבישן ליגע.
למעשה האט חוץ פון מצרים, סוריע און ירדן האבן אויך די עיראקע, סאודיע אראביע, מאראקא, אלדשיריע, ליביע, טוניס, און סודאן – די אלע לענדער האבן אויך געשיקט זייערע סאלדאטן צו העלפן די מלחמה.
ישראל האט געזעהן אז זיי האבן נישט קיין ברירה האבן זיי אנגעהויבן די מלחמה און געגעבן די ערשטע טויט קלאפ.

יעצט גייען מיר נעמען אפיר דעם פאלעסטינער פאמפלעט אויף אידיש און לשון הקודש און לאמיר זעהן וואס ער שרייבט:

הקדמה על הגאולה האט געשריבן: הנה במשך כמה שבועות קודם המלחמה, היתה מצב נורא של פחד ובהלה, כי ממשלת הציונים פירסמו מדי יום, שהערבים מתגרים להתחיל במלחמה נוראה, ורוצים ח"ו להביא כליון על העם היושב בציון, ומצב של פחד היה אפוף על כל, על העתיד המעורפל בארץ ישראל.


די ציונים האבן פארשפרייט יעדן טאג אז די אראבער ווילן אנהייבן א מלחמה? נישט די אראבער? נישט די אראבער האבן געזינגען דעם איטבאח אל יהוד? וואס הייסט זיי האבן פארשפרייט? עס איז נישט געווען אמת? די אראבער האבן עכט נישט געוואלט מלחמה האלטן מיט די אידן? די אלע טויזענטער טאנקן זענען געווען אנגעפילט מיט דאלערס וואס מ'האט פשוט געוואלט שיקן קיין מאה שערים?

הקדמה על הגאולה האט געשריבן:לפי הידיעה שהפיצו ראשי המדינה, היו הערבים הללו שהתחילו בגרוי המלחמה, ואשר לכן הוכרחו הציונים להשיב מלחמה השערה.



מכחיש שמש בהצריים! לויט די שרעקליכע "שמועות"? לויט די ידיעות וואס די ציונים האבן פארשפרייט? געגאנגען א טריט ווייטער די פארגאנגענע וואך האט א שרייבער פון א סאטמארע קונטרס געשריבן (ידען האט עס שוין נאכגעברענגט דא ותשועת חן חן לו) ווען ער האט דאס איבערגעטיישט אויף אידיש אז לויט די "שמועות" וואס די ציונים האבן פארשפרייט. נאכאמאל? שמועות? האט נישט נאצר געשריגן אהלן וסהלן (לעטס רול, געזינטערהייט, אזוי סארט אויסדרוק)? האבן זיי נישט געשריבן אז דאס מאהל גייט מען ענדיגן די ארבעט? האט מען נישט מאבעלזירט די אלע סאלדאטן? האט מען נישט אוועקגעשיקט די יו ען? האבן זיי נישט געמאכט אן אפמאך אז זיי גייען אטאקירן ישראל? האבן זיי נישט פארשפארט דעם קאנאל?

הקדמה על הגאולה האט געשריבן: אולם רבינו טען במשך כל הזמן לבאי ביתו שברור אצלו שהציונים המה שהתחילו בגרוי המלחמה. וכמה מיודעי בפרקי הויות העולם טענו עמו ולעומתו שאל יאמר דבר שאינו, כי אינו בקי בענינים אלו, ועל כן לא יחוה דעת בענין כזה שהוא היפוך מהברור והמקובל בעני כל. אולם רבינו עמד בשלו, כי הדבר מבורר אצלו מצד הגיון השכל, ואי אפשר לומר אחרת. לא ארכו הימים וע"י סיבות כל הסיבות הגיע לידו של רבינו מכתב שנכתבה מאחד מחברי הכנסת לראשי האגודה כאן באמעריקא, (ורבינו מזכיר מכתב זה בספרו סימן מ"ח) ובתוך הדברים מספר לו בסוד שממשלת הציוני היתה מי שהחליטה להתחיל בהמלחמה ועין בעין ראינו אז עד היכן העדיף רבינו לראות כחכם עדיף, על אמיתת השתלשלות הענינים, יותר מכל הללו הבוחשים בקדירת הויות העולם, שאך רצו להעבירו מדעתו בזה.


איידער מיר גייען אפיר נעמען די חלק פונעם הקדמה פון על הגאולה, איז נישט מער ווי פעיר אראפצוברענגען וואס איך האב געהערט פון איינע פון די זקני החסידות, אז די רבי האט געהאלטן אז נאצר בלאפט און ער האט נישט די ביצים אנצוהייבן א מלחמה. סוריע און ירדן יא, מצרים נישט. גראדע איז ער לויט פארשידענע דעות געווען גאנץ גערעכט. לאמיר אבער מאכן סדר דא:
מצרים האט אנגעגרייט א ריזיגע מיליטער און געזאגט קלאר אז ער וויל א מלחמה מיט די אידן און זיי אלע אריינווארפן אין ים און אפאר טאג איידער די מלחמה האט ער אונטערגעשריבן א אטאקיר אפמאך, אפגעשפארט דעם קאנאל, ארויסגעווארפן די יו ען. (לויט די רבי האט ער געבלאפט, ניחא)
סוריע האט געשאסן שוין עטליכע טעג אהין און צוריק מיט ישראל, סוריע האט לכל הדעות געוואלט אטאקירן ישראל, און זיך גערייצט מיט די מדינה און געשאסן אויף איר זייט ה אייר תש"ח. און די זעלבע מיט ירדן.
די מדינה האט געזעהן אז זי האט נישט קיין ברירה און אדער שיסט זי אדער ווערט זי געשאסן און זי האט אנגעפאנגען די מלחמה.

די מדינה האט "אנגעפאנגען" די מלחמה? יא! די מדינה האט זיך גערייצט מיט די אראבער פארדעם? ניין, און א קלארע ניין. במילא זאג נישט קיין זאכן וואס דו מאכסט חוזק פון דיר אליינס צום סוף.
און בכלל דא מאכסטו מיר שוין לאכן, דו ווילסט מיר מאכן פילן גוט אז די רבי האט כאילו האט א געהיימע שפיאן וועלכע האט אנדעקט אזא נישט געשטויגענעם בריוו פון א חבר כנסת וועלכע האט אויסגעזאגט דעם געהיימסטע סוד? אזא עדווארד סנאודן? חכם עתיק יומן, ידעער האט געוואוסט אז די ישראלים האבן קודם אטאקירט, די שאלה איז נאר פארוואס. קיינער האט נישט געדארפט צוקומען צו א געהיימע בריוו דאס געוואר צו ווערן.

הקדמה על הגאולה האט געשריבן: כבר במשך השעות הראשונות של המלחמה, וכן במשך כל הימים הבאים בכל ימי השבוע הלזו של פ' נשא, היתה שמועה רודפת שמועה, נצחון רודפת נצחון, והתפעלות רודפת התפעלות, על מה שציונים הצליחו לנצח נגד הערבים בדרך יוצא מן הכלל במשך ימים מספר.


נישט אמת, די ערשטע טאג האבן די אראבער זייער שטארק צוריקגעשאסן ספעציעל אין ירושלים און אנדערע באוואוינטע געגענטער . די וועלט מידיע האט די ערשטע טאג געדעקט זייער א שווארצע בילד איבער די אידן. די אראבישע פראפעגאנדע האט זייער גוט גע'ארבעט די ערשטע טאג, אסאך בעסער ווי די ישראלים

געגאנגען א טריט ווייטער דער אידישע איבערזעצער און ער האט געשריבן: געוואוסע קרייזן האבן דאן פראקלאמירט א מבצע פון תפילין פאר אלע גוים ופושעי ישראל.
אזוי גאר? פאר אלע גוים? פאר וועלכע גוים פונטקליך? וואס רעדסטו סתם קידנערשקייטן און שטותים. און בנוגע פושעי ישראל, די שאלה וועם דו מיינסט א פושע ישראל, אבער אויב מיינסטו די ישראלים, זיי זענען לכאורה געהעריג מחיוב בתפילין פונקט ווי מיר און דיר.

נאך שרייבט דער טיפש: און אלע פארטייען רעכטע מיט לינקע שרייען היינט אז דאס איז געווען א נארישקייט אז מען האט לכתחילה אוועקגענומען פון די אראבער די שטחים.
שקר ווי די עבודה זרה, אפילו די לינקע שרייען נישט אז עס איז געווען א נערישקייט איינצונעמען, נאר די גאר גאר לינקע (לינקער פון נטורי קרתא) זאגן דאס. זיי קריגן זיך וואס מ'דארף היינט טוהן, וויפיל מ'זאל צוריקגעבן, פארוועם זאל מען צוריקגעבן. אבער שרייען אז עס איז א נערישקייט? הבל ורוח. אזוי ווי מנחם בעגין האט גע'ענטפערט פאר א שרייבער "אנטשולדיגט אז מיר האבן געוואונען".

סך הכול, עס איז דא א זיסע מעשה פון טשורטשיל, ער האט אמאל באקומען א בריוו אין זיין אפיס מיט א מורא,דיגע שאלה:

איך פיר זיך צו נעמען א באד יעדן טאג 9 אזייגער אינדערפרי ווען די ראדיו זינגט די נאציאנאלע ניגון, און איך ווייס נישט וואס צו טוהן: זאל איך זיך אויפשטעלן מיט זינגען, פאסט נישט צו זינגען די ניגון נאקעט. זאל איך בלייבן ליגן און נישט מיטזינגען, פאסט נישט אז איך זינג נישט מיט. וואס זאל איך טוהן? האט אים טשורטשיל גע'ענטפערט: לעש אויס די ראדיו...

די זעלבע זאך אויך, דו ווייסט נישט ווי אזוי צו שרייבן די היסטאריע? אוי לי מיוצרי ואוי לי מיצרי? שרייב נישט. רעדט נישט דערפון, לאז עס אפ. דיין שיטה האט נישט קיין שייכות מיט היסטאריע, עס האט א שייכות מיט הלכה און מאמרי חזל, גארנישט מיט היסטאריע.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר