הקדמת על הגאולה, דמיון ושקר?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הקדמת על הגאולה, דמיון ושקר?

הודעהדורך ממי_שאמרו » זונטאג יוני 08, 2014 11:19 pm

די וועלט זאגט א ווערטל אז יעלצין האט זיך נישט געקענט אן עצה געבן מיט גארבאטשוב האט ער מחליט געווען צו לייגן אינדערערד די גאנצע רוסישע איפיעריע אזוי אז ער וועט אים נישט דארפן פייערן. כלפי מה דברים אמורים? מ'זעהט אמאל מענטשן וועלכע זענען נישט גענוג קלוג יורד צו זיין לסוף דעתו פון זייערע רבי'ס, זענען מורד דעתם פון זייערע רבי'ס צו זיך. כלפי מה דברים האמורים?

כמדומה לי אז קיינער דא לייקענט נישט אז די סאטמאר רב איז געווען א חכם הארזים, גאון הגאונים, און א שטארקע אוהב ישראל. אויב איינער לייקענט עס אדער האט ער אים נישט געקענט אדער ווייזט ער נישט וואס די טיטלן מיינען. די סאטמאר רב האט געהאט א שיטה ווען עס איז געקומען צו ציונות, טייל גדולים האבן מער מסכים געווען צו אים און טייל האבן ווייניגער, אבער זיי האבן אים אלע געשעצט (לדוגמה רבי אהרן קאטלער און הרב שך) סאטמאר רב האט געשריבן זייער קלאר זיין שיטה בנוגע ציונות אין זיין ספר ויואל משה און זיינע תלמידים האבן געשריבן תחת הדרכתו די ספר על הגאולה.

אפאר יאר נאך די פטירה האט זיין גבאי הרב יוסל אשכנזי מחליט געווען אז מ'דארף מוסף זיין נופ"ח משלו, און ער האט צוגעשריבן אן הקדמה אויפן ספר על הגאולה, און אויף די הקדמה וויל איך זיך באצוען. ר' יוסל האט זעהט זיך אויס נישט פאראויס געזאגט אז עס וועט קומען א טאג און מענטשן וועלן קענען אליינס מברר זיין אמיתת הדבר, און זעהן אויב זאכן זענען אמת אדער סתם אויסגעזויגן פון פינגער.

אזוי ווי יעצט ווערט די יארטאג פון די מלחמת ששת הימים, און אלע שרייבער צולאזן זיך, זה פונה לכאן וזה פונה לכאן. רוב רובו סאטמארע שרייבער און רעדנער נעמען זייער מקור פון יענע הקדמה. אבער היות דער ר יוסל וואס כבודו במקומו מינח האט נישט געקענט לערנען ווי דעם רבי'ן און ער קען נישט אראפברענגען אזוי גוט ווי די רבי וואס די שיטה איז ווען עס קומט צו לערנען האט ער באשלאסן צו מאכן א גאנצע הקדמה מלא שקר וכזב, דמיון מיט שטותים צוזאמגעמישט האפענדיג אז די קעפ וועלן עס אפקויפן כלה כמו שהיא, און שלום על ישראל. און זייער מעגליך אז פון דא שטאמט די מקור הדברים אז אלע סאטמאר'ע שרייבער פראבירן די לעצטע פאר יאר אראפמאלן די אראבער ווי אומשולדיגע שעפעלעך און די ציונים ווי ווילדע אקאפירער כדאי אזוי צו כאפן די אינגעלעך וועלכע קענען נישט אריינגיין אינעם חלק הלימוד פון ויואל משה.

אבער דא קומט די גרויסע חורבן, היינט קען מען שוין נישט פאדרייען די קאפ מיט פאלשע היסטאריע ווי אזוי עס שמעקט דעם שרייבער, אזוי ווי אזוי דער שרייבער האט מחליט געווען ווי אזוי ער וויל אז די היסטאריע זאל ווען זיין, היינט קען מען דאך אלעס אליינס נאכקוקן און מברר זיין (מיט א פילטער אפילו).

איך גיי זיך וועלן באצוען צו עטליכע זאצן זיינע און לייגן מיינע הגהות. קודם כל דארף מען אביסלע מסביר זיין די היסטאריע פון די זעקס טאגעדיגע מלחמה.

פון מלחמת השחרור (תש"ח-1948) האבן די אראבער נישט געוואלט אנערקענען די מדינה, זיי האבן נאכנישט געקענט פארשטיין ווי אזוי די קלינטשיגע מדינה האט בכלל געקענט געוואונען די מלחמה קעגן אלע אראבישע לענדער, ווען אין די ערשטע פאר טעג האבן זיי אפילו נאך נישט געהאט קיין מיליטערישע פליגער זיך צו קענען צוריקצושלאגן נאכדעם וואס די יו ען האט איינגעטיילט די לאנד אין צוויי און די מידנה האט אנגענומען זייער חלק און די אראבער האבן דעקלערט קריג קעגן דעם פיצי בעבי די נייע לאנד.
במשך די פאר יאר האט מען זיך געשלאגן אהין און צוריק, א שטויס פאר א פאטש, א פאטש פאר א זעץ, אזא בחינה ווי איך לאז נישט אפ דיין בארד ביז דו לאזט נישט אפ מיין בארד. די ירדנ'ער פלעגן שיסן אויף ירושלים, מצרים אויף דרום און סוריע אויף צפון. אזוי האט זיך געצויגן די מצב ביז יאר 1966.

אין 1966 האבן די אראבער מחליט געווען אז אזוי וועט דא גארנישט געשען, און מדארף זיך מאחד זיין, און די כוח פון אחדות שטייט דאך שוין אין אלע חסידישע ספרים איז די שטערקסטע כוח, במילא אויב וועלן זיך אלע אראבישע לענדער מאחד זיין וועט דאס קליינטשיק מדינה'לע זיכער זיך נישט קענען אנטקעגן שטעלן. וכך הוה, אין 18 אפריל האבן די אראבישע לענדער אונטערגעשריבן א שטערקערע אפמאך אז פון היינט און ווייטער וועלן זיי זיך שלאגן אינאיינעם. למעשה האבן זיך די אראבער קיינמאל נישט עכט גוט געלעבט צווישן זיך און דאס האט שפעטער געגעבן די שטארקהייט פון די ישראלים איבער די אראבער.

למעשה האבן זיך די אראבער שטארק צוגעגרייט מלחמה צו האלטן מיט די אידן (איך וועל ארויפלייגן עטליכע פראפעגאנדע אויסגאבעס וואס די אראבער האבן ארויסעגעגעבן ווי זיי ווייזן אז דאס מאהל גייען זיי ענדיגן די ארבעט).

אין די אראבישע לענדער האבן די פרעזידענטן און שרייבער גערעדט זייער אפן ווי למשל "די מענער וועלן מיר ווארפן אין ים, און די פרויען וועלן מיר נעמען פאר זיך" (אחמד סעיד) , אדער "די וואס וועלן איבערלעבן וועט מען לאזן לעבן אין פאלעסטיניע אבער איך גלייב נישט אז איינער וועט דאס איבערלעבן" (אחמד שוקיירי), און אזוי ווייטער.

און אין זייער בקיצור (מקען שרייבן און משרייבט ביכער איבער די מלחמה), ערב די מלחמה האבן אלע אראבישע שכנים געלייגט זייערע סאלדאטן ביי די גרעניץ און זיך אנגעהויבן גרייטן צו די מלחמה (מצרים אליינס האט געלייגט אין סיני איבער 1000 טאנקן).
נאצר (מצרים) האט פארמאכט דעם טיראן קאנאל פון וועלכע מ'קען אנקומען קיין ישראל.
מצרים האט ארויסגעווארפן די יו. ען. שלום איינהייט ווייל ער וויל מלחמה און אויב פיצן זיי זיך נישט אפ גייען זיי ליידן פונקט אזוי.
מאי 30 האט ירדן מחליט געווען יא אריינצונעמען די עיראקע סאלדאטן וועלכע האבן אויך געוואלט האבן א שייכות מיט די מלחמה (ווייל מ'האט אויך צוגענומען זייער לאנד לכאורה), וואס דאס איז געווען איינע פון די הויפט מחלוקת'ן אינעם אראבישן ליגע.
למעשה האט חוץ פון מצרים, סוריע און ירדן האבן אויך די עיראקע, סאודיע אראביע, מאראקא, אלדשיריע, ליביע, טוניס, און סודאן – די אלע לענדער האבן אויך געשיקט זייערע סאלדאטן צו העלפן די מלחמה.
ישראל האט געזעהן אז זיי האבן נישט קיין ברירה האבן זיי אנגעהויבן די מלחמה און געגעבן די ערשטע טויט קלאפ.

יעצט גייען מיר נעמען אפיר דעם פאלעסטינער פאמפלעט אויף אידיש און לשון הקודש און לאמיר זעהן וואס ער שרייבט:

הקדמה על הגאולה האט געשריבן: הנה במשך כמה שבועות קודם המלחמה, היתה מצב נורא של פחד ובהלה, כי ממשלת הציונים פירסמו מדי יום, שהערבים מתגרים להתחיל במלחמה נוראה, ורוצים ח"ו להביא כליון על העם היושב בציון, ומצב של פחד היה אפוף על כל, על העתיד המעורפל בארץ ישראל.


די ציונים האבן פארשפרייט יעדן טאג אז די אראבער ווילן אנהייבן א מלחמה? נישט די אראבער? נישט די אראבער האבן געזינגען דעם איטבאח אל יהוד? וואס הייסט זיי האבן פארשפרייט? עס איז נישט געווען אמת? די אראבער האבן עכט נישט געוואלט מלחמה האלטן מיט די אידן? די אלע טויזענטער טאנקן זענען געווען אנגעפילט מיט דאלערס וואס מ'האט פשוט געוואלט שיקן קיין מאה שערים?

הקדמה על הגאולה האט געשריבן:לפי הידיעה שהפיצו ראשי המדינה, היו הערבים הללו שהתחילו בגרוי המלחמה, ואשר לכן הוכרחו הציונים להשיב מלחמה השערה.



מכחיש שמש בהצריים! לויט די שרעקליכע "שמועות"? לויט די ידיעות וואס די ציונים האבן פארשפרייט? געגאנגען א טריט ווייטער די פארגאנגענע וואך האט א שרייבער פון א סאטמארע קונטרס געשריבן (ידען האט עס שוין נאכגעברענגט דא ותשועת חן חן לו) ווען ער האט דאס איבערגעטיישט אויף אידיש אז לויט די "שמועות" וואס די ציונים האבן פארשפרייט. נאכאמאל? שמועות? האט נישט נאצר געשריגן אהלן וסהלן (לעטס רול, געזינטערהייט, אזוי סארט אויסדרוק)? האבן זיי נישט געשריבן אז דאס מאהל גייט מען ענדיגן די ארבעט? האט מען נישט מאבעלזירט די אלע סאלדאטן? האט מען נישט אוועקגעשיקט די יו ען? האבן זיי נישט געמאכט אן אפמאך אז זיי גייען אטאקירן ישראל? האבן זיי נישט פארשפארט דעם קאנאל?

הקדמה על הגאולה האט געשריבן: אולם רבינו טען במשך כל הזמן לבאי ביתו שברור אצלו שהציונים המה שהתחילו בגרוי המלחמה. וכמה מיודעי בפרקי הויות העולם טענו עמו ולעומתו שאל יאמר דבר שאינו, כי אינו בקי בענינים אלו, ועל כן לא יחוה דעת בענין כזה שהוא היפוך מהברור והמקובל בעני כל. אולם רבינו עמד בשלו, כי הדבר מבורר אצלו מצד הגיון השכל, ואי אפשר לומר אחרת. לא ארכו הימים וע"י סיבות כל הסיבות הגיע לידו של רבינו מכתב שנכתבה מאחד מחברי הכנסת לראשי האגודה כאן באמעריקא, (ורבינו מזכיר מכתב זה בספרו סימן מ"ח) ובתוך הדברים מספר לו בסוד שממשלת הציוני היתה מי שהחליטה להתחיל בהמלחמה ועין בעין ראינו אז עד היכן העדיף רבינו לראות כחכם עדיף, על אמיתת השתלשלות הענינים, יותר מכל הללו הבוחשים בקדירת הויות העולם, שאך רצו להעבירו מדעתו בזה.


איידער מיר גייען אפיר נעמען די חלק פונעם הקדמה פון על הגאולה, איז נישט מער ווי פעיר אראפצוברענגען וואס איך האב געהערט פון איינע פון די זקני החסידות, אז די רבי האט געהאלטן אז נאצר בלאפט און ער האט נישט די ביצים אנצוהייבן א מלחמה. סוריע און ירדן יא, מצרים נישט. גראדע איז ער לויט פארשידענע דעות געווען גאנץ גערעכט. לאמיר אבער מאכן סדר דא:
מצרים האט אנגעגרייט א ריזיגע מיליטער און געזאגט קלאר אז ער וויל א מלחמה מיט די אידן און זיי אלע אריינווארפן אין ים און אפאר טאג איידער די מלחמה האט ער אונטערגעשריבן א אטאקיר אפמאך, אפגעשפארט דעם קאנאל, ארויסגעווארפן די יו ען. (לויט די רבי האט ער געבלאפט, ניחא)
סוריע האט געשאסן שוין עטליכע טעג אהין און צוריק מיט ישראל, סוריע האט לכל הדעות געוואלט אטאקירן ישראל, און זיך גערייצט מיט די מדינה און געשאסן אויף איר זייט ה אייר תש"ח. און די זעלבע מיט ירדן.
די מדינה האט געזעהן אז זי האט נישט קיין ברירה און אדער שיסט זי אדער ווערט זי געשאסן און זי האט אנגעפאנגען די מלחמה.

די מדינה האט "אנגעפאנגען" די מלחמה? יא! די מדינה האט זיך גערייצט מיט די אראבער פארדעם? ניין, און א קלארע ניין. במילא זאג נישט קיין זאכן וואס דו מאכסט חוזק פון דיר אליינס צום סוף.
און בכלל דא מאכסטו מיר שוין לאכן, דו ווילסט מיר מאכן פילן גוט אז די רבי האט כאילו האט א געהיימע שפיאן וועלכע האט אנדעקט אזא נישט געשטויגענעם בריוו פון א חבר כנסת וועלכע האט אויסגעזאגט דעם געהיימסטע סוד? אזא עדווארד סנאודן? חכם עתיק יומן, ידעער האט געוואוסט אז די ישראלים האבן קודם אטאקירט, די שאלה איז נאר פארוואס. קיינער האט נישט געדארפט צוקומען צו א געהיימע בריוו דאס געוואר צו ווערן.

הקדמה על הגאולה האט געשריבן: כבר במשך השעות הראשונות של המלחמה, וכן במשך כל הימים הבאים בכל ימי השבוע הלזו של פ' נשא, היתה שמועה רודפת שמועה, נצחון רודפת נצחון, והתפעלות רודפת התפעלות, על מה שציונים הצליחו לנצח נגד הערבים בדרך יוצא מן הכלל במשך ימים מספר.


נישט אמת, די ערשטע טאג האבן די אראבער זייער שטארק צוריקגעשאסן ספעציעל אין ירושלים און אנדערע באוואוינטע געגענטער . די וועלט מידיע האט די ערשטע טאג געדעקט זייער א שווארצע בילד איבער די אידן. די אראבישע פראפעגאנדע האט זייער גוט גע'ארבעט די ערשטע טאג, אסאך בעסער ווי די ישראלים

געגאנגען א טריט ווייטער דער אידישע איבערזעצער און ער האט געשריבן: געוואוסע קרייזן האבן דאן פראקלאמירט א מבצע פון תפילין פאר אלע גוים ופושעי ישראל.
אזוי גאר? פאר אלע גוים? פאר וועלכע גוים פונטקליך? וואס רעדסטו סתם קידנערשקייטן און שטותים. און בנוגע פושעי ישראל, די שאלה וועם דו מיינסט א פושע ישראל, אבער אויב מיינסטו די ישראלים, זיי זענען לכאורה געהעריג מחיוב בתפילין פונקט ווי מיר און דיר.

נאך שרייבט דער טיפש: און אלע פארטייען רעכטע מיט לינקע שרייען היינט אז דאס איז געווען א נארישקייט אז מען האט לכתחילה אוועקגענומען פון די אראבער די שטחים.
שקר ווי די עבודה זרה, אפילו די לינקע שרייען נישט אז עס איז געווען א נערישקייט איינצונעמען, נאר די גאר גאר לינקע (לינקער פון נטורי קרתא) זאגן דאס. זיי קריגן זיך וואס מ'דארף היינט טוהן, וויפיל מ'זאל צוריקגעבן, פארוועם זאל מען צוריקגעבן. אבער שרייען אז עס איז א נערישקייט? הבל ורוח. אזוי ווי מנחם בעגין האט גע'ענטפערט פאר א שרייבער "אנטשולדיגט אז מיר האבן געוואונען".

סך הכול, עס איז דא א זיסע מעשה פון טשורטשיל, ער האט אמאל באקומען א בריוו אין זיין אפיס מיט א מורא,דיגע שאלה:

איך פיר זיך צו נעמען א באד יעדן טאג 9 אזייגער אינדערפרי ווען די ראדיו זינגט די נאציאנאלע ניגון, און איך ווייס נישט וואס צו טוהן: זאל איך זיך אויפשטעלן מיט זינגען, פאסט נישט צו זינגען די ניגון נאקעט. זאל איך בלייבן ליגן און נישט מיטזינגען, פאסט נישט אז איך זינג נישט מיט. וואס זאל איך טוהן? האט אים טשורטשיל גע'ענטפערט: לעש אויס די ראדיו...

די זעלבע זאך אויך, דו ווייסט נישט ווי אזוי צו שרייבן די היסטאריע? אוי לי מיוצרי ואוי לי מיצרי? שרייב נישט. רעדט נישט דערפון, לאז עס אפ. דיין שיטה האט נישט קיין שייכות מיט היסטאריע, עס האט א שייכות מיט הלכה און מאמרי חזל, גארנישט מיט היסטאריע.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1516 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » זונטאג יוני 08, 2014 11:20 pm

איך האב דאס געשריבן אין אן איילעניש, אויב עס וועט אויספעלן וועל איך ברענגען די אלע מקורות.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1516 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מאנטאג יוני 09, 2014 12:00 am

זייער שיין. יישר כח.

די האלסט אז ער זאגט שקר אין נאמען פין רבינו, אדער אז רבינו האט זיך טועה געוועהן.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1657 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מאנטאג יוני 09, 2014 12:19 am

ער זאגט שקר בשמו כדאי בעסער מאכן רבינו לפי דעתו
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1516 מאל

הודעהדורך חרבונה » מאנטאג יוני 09, 2014 1:32 am

אין אייוועלט האט זיך אנגעהויבען א געפילדער און מ''מ צום עת נסיון, און די דארטיגע הנהלה האט ארויסגעווארפען דעם ממי שאמרו בשן ועין.

דארט האט ממי שאמרו געברענגט ראיות פון כתבי עת און קאריקאטורען ווי די פאנאטישע אראבער גרויסען זיך אז זיי גייען פארניכטען די אידען, וואס דאס האט געזאלט לדעתו צוקראצען די שפיציגע חכמים פון די מדינה.
חרבונה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 5:19 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מאנטאג יוני 09, 2014 1:37 am

איך וועל עס שפעטער אראפברענגען דא אויך. מארגן לכאורה.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1516 מאל

הודעהדורך סמיילי » מאנטאג יוני 09, 2014 2:21 am

זייער שיין אראפגעלייגט!
מענטשען האבען ליב צו טוישען היסטארי פאר זייער געשמאק
סמיילי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 7:23 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

הודעהדורך שרייבער » מאנטאג יוני 09, 2014 8:09 am

איך האב געזען דעם קעפל און ס'האט מיר געכאפט א שוידער, און איך גלייב אז אסאך אידן גייען ניטאמאל ליינען דעם אשכול לכבוד דעם
ביטע טויש דעם קעפל אויף "הקדמת ר' יוסף אשכנזי לעל הגאולה, דמיון ושקר"
היות געווענליך ווען מ'רעדט פון הקדמת על הגאולה, מיינט דאס די הקדמה וואס דער רבי האט אליין געשריבן

יישר כח
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 933 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מאנטאג יוני 09, 2014 9:45 am

אבער איינער קען מיר ביטע אריינשיקן אין אישי וואס די באהערדע שמועסן דארט אינעם אימעיל גרופע, וועל איך אים דאנקבאר זיין. ייש״כ למפרע.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1516 מאל

הודעהדורך גאלד » מאנטאג יוני 09, 2014 12:29 pm

איך קוק יעצט דא אין א על הגאולה, זעה איך די הקדמה הייבט זיך "במדרש רבה במגלת רות", ס'ציעט זיך 12 בלעטער, און צום סוף פונעם הקדמה זעה איך א דאטום מיטן רבי'נס חתי"ק,
יום ג' לסדר ויכפר על בני ישראל (פנחס), ה'תשכ"ז... הק' יואל טייטלבוים
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2207
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 696 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1784 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מאנטאג יוני 09, 2014 2:25 pm

איך רעדט נישט חס ושלום קעגן דעם רבי'נס הקדמה, איך בין אפשר משוגע אבער נישט קיין פערד.
דו קוקסט אין די אלטע על הגאולה, און די נייע (די לעצטע 30 יאר בערך) איז דא אן הקדמה פון יוסל אשכנזי אויך
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ממי_שאמרו אום מאנטאג יוני 09, 2014 2:46 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1516 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מאנטאג יוני 09, 2014 2:27 pm

חלק א פון די אראבישע צייטונגען
בייגעלייגטע פיילס
די אראבישע מיליטער וועט זיי דערשטיקן פון אלע זייטן.jpg
די אראבישע מיליטער וועט זיי דערשטיקן פון אלע זייטן
די אראבישע מיליטער וועט זיי דערשטיקן פון אלע זייטן.jpg (50.81 KiB) געזען געווארן 3127 מאל
די אידן וועלן נישט האבן ווי צו אנטלויפן.jpg
די אידן וועלן נישט האבן ווי צו אנטלויפן
די אידן וועלן נישט האבן ווי צו אנטלויפן.jpg (83.54 KiB) געזען געווארן 3127 מאל
די אידן אין וואסער אריין.jpg
די אידן אין וואסער אריין
די אידן אין וואסער אריין.jpg (63.27 KiB) געזען געווארן 3127 מאל
די אידן אין גיהנום אריין.jpg
די אידן אין גיהנום אריין
די אידן אין גיהנום אריין.jpg (149.04 KiB) געזען געווארן 3127 מאל
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1516 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מאנטאג יוני 09, 2014 2:30 pm

חלק ב
בייגעלייגטע פיילס
סיריע צייטונג.jpg
סיריע צייטונג.jpg (221.33 KiB) געזען געווארן 3120 מאל
נאר איין אפציע, אין וואסער אריין.jpg
נאר איין אפציע, אין וואסער אריין.jpg (54.41 KiB) געזען געווארן 3120 מאל
נאצר שטויסט אריין די אידן אין וואסער.jpg
נאצר שטויסט אריין די אידן אין וואסער.jpg (33.39 KiB) געזען געווארן 3120 מאל
הייליגע מלחמה.jpg
הייליגע מלחמה.jpg (108.73 KiB) געזען געווארן 3120 מאל
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1516 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מאנטאג יוני 09, 2014 2:31 pm

חלק ג. געוואוסע בילדער קען מען זאגן אז א בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער
בייגעלייגטע פיילס
תל אביב.jpg
תל אביב.jpg (56.43 KiB) געזען געווארן 3119 מאל
פארשטאפן דעם טיראן קאנאל.jpg
פארשטאפן דעם טיראן קאנאל.jpg (86.24 KiB) געזען געווארן 3119 מאל
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1516 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » מאנטאג יוני 09, 2014 2:52 pm

תרצ"ט איז ארום געגאנגען שמועות אז עס קומט א קריג (נישט אין פאליסטיי"ן אין פוילן גאליציע)
איז דאס אמת אדער ליגנט?
פארוואס מוז שמועות מיינען אז עס איז נישט אמת עס איז דא שמועות וואס דרייען זיך ארום און עס איז אמת
עס דרייט זיך א שמועה אז גימפל האט נעכטן געפליפט א בילדינ"ג און געמאכט 7.9 רווח איז עס עפעס ליגנט?

די זעלבע זאך עס איז גיוועהן שמועות אז די אראבער ווילן אנהייבן א קריג
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6777 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1297 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג יוני 09, 2014 2:57 pm

ממי_שאמרו האט געשריבן:ער זאגט שקר בשמו כדאי בעסער מאכן רבינו לפי דעתו

מיר מאכט מער סענס אז ער איז געווען א געטרייע גבאי וואס האט נאכגעזאגט וואס יא האט געזען און געהערט אין רבי'נס שטוב. און די רבי האט פארקויפט שקרים למען האגענדע, דו האסט ראיות אז נישט?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6951
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7611 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » מאנטאג יוני 09, 2014 6:00 pm

עס קומט מיר טרערן (יא איך קאלטער הארצלאזער ליטוואק) זעענדיג די צייטונגס אויסשניטן.
ונקיתי דמם לא ניקיתי. והיה הנשאר בציון והנשאר בירושלים קדוש יאמר לו.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1196 מאל

הודעהדורך לאליפאפ » מאנטאג יוני 09, 2014 6:11 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:
ממי_שאמרו האט געשריבן:ער זאגט שקר בשמו כדאי בעסער מאכן רבינו לפי דעתו

מיר מאכט מער סענס אז ער איז געווען א געטרייע גבאי וואס האט נאכגעזאגט וואס יא האט געזען און געהערט אין רבי'נס שטוב. און די רבי האט פארקויפט שקרים למען האגענדע, דו האסט ראיות אז נישט?

געזוכט ריכטיגע ווערטער, אבער פונקט דאס געטראכט.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 860 מאל

הודעהדורך שרייבער » מאנטאג יוני 09, 2014 6:20 pm

איך זע מ'האט דיך צוריקגעלייגט דארט אין אייוועלט
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 933 מאל

הודעהדורך מאן דאמר » מאנטאג יוני 09, 2014 7:07 pm

עס איז דא פארשידענע מיינונגען וויאזוי די קריג האט אויסגעבראכן, און עס איז דא א מיינונג, וואס איז אנגענומען ביי פילע אנגעזעהענע היסטאריקער, אז די סאוויעטן האבן אנגעדרייט די אראבער, אראפרופענדיג די עגיפטישע גענעראלן, און זיי אנשטאפן מיט פאלשע אינפארמאציע אז די איזראעליס שטייען ביים גרעניץ גרייט צו אטאקירן. די מצרים האבן נאכגעפארשט די אינפארמאציע, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פאלש, אבער דער רוס האט זיך געהאלטן ביי זיינעם, און געהייסן די עגיפטער זיך שוין צו גרייטן ביים גרעניץ אפצווארפן די אטאקע וואס מ׳כלומרשט קומט.
די איזראעליס האבן געוואוסט פון די רוסישע אנדרייערי, און די אמעריקאנער האבן זיי געווארענט אז זיי זאלן נישט אטאקירן ווייל עס איז א סאוויעטישע שפיל, און פרעזידענט דזשאנסן האט דאס געזאגט קלאר, אבער מיט דעם אלעם האבן די איזראליס אטאקירט, ווייל זיי האבן געוואוסט אז יעצט איז א גוטע צייט, זיי וועלן געהאלטן ווערן נרדף, און זיי האבן געהאט א געוואלדיגען געים פלען וויאזוי איבערצונעמען די לופט קאנטראל, דורך באמבאדירן די עגיפטישע לופט האפענס, און די טשאנס פאר א נצחון איז געווען זייער גרויס.

ממילא אויב איז דא אזא אנגענומענע שיטה, קען שוין ר׳ יוסל שרייבן על פי די שיטה
However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill
באניצער אוואטאר
מאן דאמר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 245
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
האט שוין געלייקט: 326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מאנטאג יוני 09, 2014 10:37 pm

אבער שרייבן אז די גאנצע אראבישע פלענער פון אטאקירן איז מדינת ישראל פאפרעגאנדע איז פאלש מיסודו.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1516 מאל

הודעהדורך קינד_אן_קייט » דינסטאג יוני 10, 2014 12:50 am

אן אריין צו גיין אין די עצם הדברים צו ר׳ יאסל האט געשריבן די הקדמה מדעת עצמו ונתלה באילן גדול צו נישט, איז ווערט צו באטוינען אז הא גופא, דער עצם געדאנק אז ״פראפאגאנדע״ קא גרים, איז לכאורה זעהר א שמאלער צוגאנג און לכאורה רירט דאס אויך אן א גרויסע חלק פון דעם ״התגרות באומות״ טענה בכלליות.

יא, פראפאגאנדע איז א מיטל, און אין מלחמה צייטן קען דאס גענוצט ווערן אלץ געווער אינעם קאמף אבער מלחמות געשען נישט אלץ א רעזולטאט פון בלויזע איינצעלנע דיפערענצן און אוודאי נישט צוליב אויסדרוקן זה בכה וזה בכה, רוב מלחמות (בפרט אינעם פארגאנגענעם יאר-הונדערט) זענען צושטאנד געקומען נאך יארן וואס שטויב האט זיך איינגעזאמעלט ביז עס איז געווארן פולווער. עפ״י רוב האט צו ערשט געהערשט בייז-בלוט פאר לאנגע יארן אדאנק אונטערדריקונגען, וכו׳, ביז דאס פייער פון אונטער דער ערד האט דערגרייכט א point of no return.

ס׳פארהאן אמאל, ווי ס׳איז נישטא קיין ברירה, און ס׳מוז קומען צו א פולשטענדיגער אויסברוך בכדי אנצוקומען צו אן ענדגילטיגער תוצאה. ס׳האט מיר אמאל געזאגט א סוקסעספעלער און רעספעקטירטער ביזנעסמאן אז ער פרובירט נישט אויסצומיידן קאנפליקט, פארקערט, אין א געוויסע בחינה טוט ער דאס איינלאדענען כדי עס זאל קומען צו א אויספיר לטוב או למוטב.

אין מיטל-מזרח, האט גענומען די אראבער א קנאפע 25 יאר שלום צו מאכן מיט׳ן מצב אז מדינת ישראל איז here to stay און ס׳וועט נישט העלפן קיין פודינו ומצילנו. מ׳דארף פארשטיין דער פסיכאלאגישער שוועריגקייט פון מיליאנען אראבער איבער דער גארער וועלט ביי וועמען כבוד און גאוה קומט בעפאר שכל אנצונעמען די פאקט אז אפאר אידעלעך האבן איבערגענומען ״זייער״ מדינה און ארויסגעשליידערט איבער א האלב מיליאן פון זייערע ארימע ברודער פון די היימען אויף דער גאס ארויס.

אלע מלחמות וואס האבן נאכגעפאלגט די גרינדונג פון די מדינה (מלחמת העצמאות) ביז נאכ׳ן מלחמות יום הכיפורים זענען געווען געצילט:

  • א׳ תאוות נצחון - צו פרובירן איינשלינגען די יונגע מדינה בעפאר זי ווערט באפעסטיגט;
  • ב׳ נקמה ושנאת ישראל;
  • ג׳ תאוות הכבוד - א דמיון וחולשה וואס רוב אראבישע שעיך, דיקטאטורן, קרוין פרינצן און גראביאנען פארמאגן צו פרובירן קריכן אויף א העראישן און משיח׳סטישן לייטער פון צוריק ברענגן דאס שטאלץ פאר׳ן עם ישמעאל און פארדינען דעם טיטול אלץ דער קרוין פונעם אראבישן פאלק (טיף געווארצלט אין די געשיכטעס און נצחונות פון צאלאח-א-דין און עפעס וואס כמעט יעדער אראבער אפילו בזמן הזה האפט צו דערלעבן און זעהן נאך בימיו, עס איז ווארשיינליך אויך די הויפט מאטיוויציע פון היינטיגע טעראריסטען - אפילו אויב עס קאסט זיי דאס לעבן).
די מלחמת ששת הימים איז געווען איינס פון די דאזיגע מלחמות, און עס איז נישט צושטאנד געקומען דוקא צוליב פראוואקאציעס פון די ישראלים און אויך נישט אדאנק קאריקאטורען אדער ארטיקלען. עס איז געווען inevitable, די האס שנאה און פייער האט געשוועבט אין די לופטן יארן לאנג, און יעדע שטיק צייט האט אויסגעפעלט עס זאל נאך מער פאררויכערט ווערן בכדי מען זאל קענען אביסל אפאטעמען און געניסן פון עטוואס קלארערע לופט.

אגב, שטייען מיר נישט סאך בעסער היינטיגע צייטן, עס שפירט זיך אפשר רואיגער אדאנק די רעלאטיווע ארדענונג ביי אונז אין די מערב וועלט, אבער דער נאטור פון מענטשהייט צו פרובירן איינשלינגען יענעם האט זיך גארנישט געמינערט, און אין א געוויסן זין איז דער יצר המלחמה חי ובועט נאך פיל ארגער היינט צוטאג׳ס.

---

גילוי מילתא: איך האב נישט אדורכגעטאן על הגאולה בעיון, כ׳פארוף מיר בלויז אויף די ציטאטן ממי שאמרו.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 874 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1098 מאל

איידי דבמידי דמדינה עסקינן

הודעהדורך עפל סיידער » מיטוואך יוני 11, 2014 10:33 am

עס איז אינטערסאנט צו זעהן א היינטיגער מזרחיסטישע בליק אויף די מדינה

http://www.yoel-ab.com/images/dat_haziyonut_A.pdf


http://www.yoel-ab.com/images/dat_haziyonut.pdf
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 164 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יוני 11, 2014 3:47 pm

היימישער ליטוואק האט געשריבן:עס קומט מיר טרערן (יא איך קאלטער הארצלאזער ליטוואק) זעענדיג די צייטונגס אויסשניטן.
ונקיתי דמם לא ניקיתי. והיה הנשאר בציון והנשאר בירושלים קדוש יאמר לו.

ס'איז אבער נישט געקומען צו דעים "קדוש יאמר לו". ווייל די ציונים האבן, ב"ה געהאט א ניצחון... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :D :) ;) :x :P :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14092
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9197 מאל

הודעהדורך וחלופיהן » מיטוואך יוני 11, 2014 6:02 pm

ממי_שאמרו האט געשריבן
כמדומה לי אז קיינער דא לייקענט נישט אז די סאטמאר רב איז געווען א חכם הארזים, גאון הגאונים, און א שטארקע אוהב ישראל


איך לייקען יא.

איבער זיין חכמה, עס איז וואר אז ער איז געווען דאס וואס רופט זיך ביי אונז א קלוגער ייד און אויך דאס וואס רופט זיך אין ענגליש א 'וויט' אבער דאס מאכט אים נאך נישט א חכם הארזים. חוץ פון זיינע גלייך ווערטלעך האב איך נישט געהערט פון אים עפעס ספעשל חכמה און אינטעליגענט במילי דעלמא איז ער אויך נישט געווען.

לגבי גאון הגאונים, אז פלפולים איז אייער טעם איז אפשר חידושי סוגיות מרפסן איגרא אבער אין דער אלגעמיינער וועלט איז עס נאך אן אונגארישער חיבור ותו לא. דברי יואל איז אויך נישט א ספר וואס מען ציטירט צופיל. ווייטער ויואל משה איז פאר נישט סאטמארע א היפשער דזאק. ער נעמט איינס פון די וויכטיקסטער ענינים פון יהדות בדורנו און פארטייטשט עס מיט שיינע מדרשים'לעך און פסקנט די הארבסטע פראגע פאר כלל ישראל מיט א פאר אגדתות.

און איבער זיין אהבת ישראל, קען מען זיך אויך דינגען אויב א ייד וואס איז ארויס בחרב ובחנית קעגן עניבאדי וואס האט מיט אים נישט געהאלטן און האט זיך זייער שוואך אינטערסירט אין נישט 'היימישע' כלומר אונגארישע קרייזן איז געווען אזוי גרויס אין אהבת ישראל. זיין חסידות איז געווארן א שם דבר פאר געוואלד בחייו ולאחר מותו און ער האט מנחיל געווען א שנאה פון יידן צו יידן.

דאס איז נישט אים אונטער צו שעצן וכבודו במקומו מונח נאר ער ווערט נישט די אלע זאכן פשוט ווייל סאטמאר שרייט דער העכסטער און פלעגט אמאל שלאגן דער שטערקסטער.
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
וחלופיהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט