די סיבה וואס מיר טראגען א וועסטיל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אתא קלילא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 8:25 am
געפינט זיך: אויף הר הבית
האט שוין געלייקט: 607 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל
קאנטאקט:

די סיבה וואס מיר טראגען א וועסטיל

שליחה דורך אתא קלילא »

די הייסע זומער טעג שטיין שוין אונטערען שוועל אייביג ווען עס קומט אן די צייט וואס ממש סגיסט זיך שווייס פין אלע זייטען סאיז פשוט אום דערטרעגליך טראכט איך אריין אין דעם געדאנק ווא איז די סיבה פארוואס היימישע יודען טראגען א וועסטיל ?אין נאך דערצו אין אזעלכע גיהנום׳דיגע טעג ?
דער גאנצע נושא פון דער וועסטיל איז בעצם צוליב א הלכה׳דיגער עניין וואס כמעט קיין איינער ווייסט נישט פון דעם צו זאגען והראיה די וואס גייען די טלית קטן אונטערן העמד אין טראגען א וועסטיל זיי ווייסען אינגאנצען נישט די הלכה׳דיגע נקודה וואס ליגט דא אבער ווא יא מיר זענען צוגעוינט צו טראכטען פון שיינקייט אין די לבוש זאל זיין הערליך אוועקגשטלט אין פאקטיש שאפט דאס אגויסער חן אויף דעם מענטש ווען ער איז שיין אנגטהון
אין דא קומט די פוינט פון דעם שיינעם לבוש דער וועסטיל
יעצט קומט אויס אז די נקודה פון דעם טראגען א וועסטיל איז נאר צוליב די שיינקייט אין אנטליגענט׳ישקייט וואס קומט צו פון דעם אין באמת די מלבוש גיט צו שיינקייט אין איידעלקייט סהאט אגוויסע נשיאות חן ביי מענטשע
איך מאך זיך האבער דעם חשבון אז סלוינט׳זיך מוותר זיין אויף דעם שיינעם רושם אין בעסער זיך צו שפירן פיל לייכטער אין נישט אזוי שויצען (תרתי משמע...)בשעת ווען די שויצען שעפט ממש אויס די אלע כוחות אין דער מאנטשלעכע קערפער איך פיל ממש אז דע וועסטיל לייגט צו די עיקר עול אין ווען אין דריי זיך ארום אין דער זומער מיט א אפענעם רעקעל אפילו די וואלנע טלית קטן איז נישט באדעקט ( דאס איז דער גאנצער מקור פון דעם וועסטיל אין הלכה) אין סאיז נישט אזוי ״אלגענטיש״ דאך שעפ איל זיך נישט אויס מיינע כוחות אין איך בלאב רוהיג

בעצם אויפן זעלבען מהלך קען מען איבערשמוסען די נושא פון טראגען א ראזשוואלקע אין די זומער דיגע שבתים די ראזשוואלקע איז א שיינער לבוש וואס שאפט אגויסען חן אין אצילות אויף דער וואס טראגט דאס סאיז דא אזאלכע וואס צוליב די שיינקייט פון דעם וועלען זיי גיין אין פייער אריין שפעטער זענען זיי אויסגעשעפט אין נערוייז צוליב די שווערע לאסט אין הוצען ---אשוטרקע נקודה למחשבה~
כהאב פארגעסען נאך אנקודה די וייסע וועסטיל וואס אשיינער ציבור גייט שבת ויו״ט בפרט די בנשיקלעך דאס איז שוין ממש אן אנדערען עניין סהאט א בעזונדערען חן צוליב אפאר נקודות א חוץ דעם וואס ביי די בנשיקלעך איז דאס מרוקם אין געפלעכטען פין חוטי כסף וזהב מעשי ידי אומן אין סאיז שווער צו מוותר זיין אויף דעם שיינער שבתדיגע מלבוש נאר וועגען די היץ
האבער דאך ברענג איך ארויס א נקודה למחשבה אז דער וואס פארשטייט נישט די ענינים פין די זאך אדער פארשטייט גוט אבער גייט מיט א לבוש נאר צוליב שיינקייט זאל אריינקלערען וואס סאיז בעסער אין חשובער צו בלייבען דער שיינער יוד אין דער אינטלעגענט אדער בעסער נישט אויסצנוצען די כוחות אין בלייבען מיטן גייסט אין מוט אין בעיקר בלייבען א מענטש אין נישט ווערען אויס מענטש צוליב די הוצען
5596701167צו הערען געקליבענע דרשות מפי האתון דער מאנארא חכם וגוץ

דער אשכול פארמאגט 41 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר