ביי וואטסעפפ

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

ביי וואטסעפפ

שליחה דורך פליקער »

ביי ווטצעפפ

טייערע חבר מיינע, עס איז געקימען די צייט נאך איינמאל, נאך א יאר איז דורך געלאפן, און איין אויגען בליק, עס האט זיך מיר באוויזן א מעסעדזש אויף מיין וואטצעפפ אז איך ברויך זיי בקרוב געיבן מיין יערליכע סכום פון ניינין נייצציג צענט, איך טראג דאס נישט איבער, איך בין דא און א געפערליכע פארלעיגענהייט, איך קען נישט מחליט זיין וואס צי טיען, איך וויל דער עולם זאל מיר צי העלפן.

פון איין זייט איז עס פיל פאן, מען לאכט ארים, זייער איינגענעים, מען פארברעינגט בדיבוק חברים, מען שמיעסט אויס פארשידענע וויכטיגע ענינים, אמאל אפילו א גיט ווארט, אפילו א תורה'לע אויפ די פרשה, אויב איז עס געניג טשיקאוו, טעיג און וואכן לויפן דורך, עס איז נישט דא קיין צייט זיך אפשטעלן, נאך א קליפ, נאך א אינטערעסאנטע בילד, נאך א מזל טוב איינלאדענינג, אפילו אמאל עפעס פאר פרנסה ווי א טיי אווענט, אימדירעקט ווערן מיר שוין געפיטערט פון פיפיגע עדווערטייזמענט, דורך פארשידענע קליפס פון לצים, אקטארן, אדער פריש ארויסגעגעיבענע טעיפס, ב"ה מען האלט זיך כסדר אינטער, די צייט פליט, קיין מאל נישט באהרד, ווייל די גרופעס עפענען און מערן זיך ווי די דענדראפס אויף מיין רעקל, ממש א מחי-ה.

אבער פון די אנדערע זייט פון די מטבע, איז עס א שרעקליכע צייט פארברעינגעריי, עס לאזט זיך גאר נישט זאגן, מען קען זיך אפילו נישט אפ געיבן א חשבון הנפש, מען שטייט און קיקט יעדע רגע, אולי האט שוין איינער ארויף געלייגט נאך א קליפ, אפשר עפעס א מאדנע בילד, א שטיקעלע לשון הרע'לע, איינער בארעד אפשר דעים צווייטן, אפשר פליקט איינער פיין אריין דעים צווייטן, אפשר האט א זאלי גיט אפג'ענטפערט אן ארויני, אדער פארקערט, אפשר על פי טעות פארשטייט זיך איינער אריבער געשיקט א פרישע חתן כלה בילד, מען קיקט אויפן טעלעפאן נאך איידער מען גיסט זיך אפ נעיגל וואסער, צוויי דריי מאל צווישן חצות און משיכיר בין הענדרויד להאייפאן, ווי מען האלט וועין איצט פינקט אינמיטן אנפירן די דריטע וועלט קריג, אפשר איז דא נייעס וועיגן די דריי בחורים, יעדער איז פארנימען געוואויר ווערן די נעמען פון די מאמעס פון די דריי בחורים, אלעס כדי צי זיין פון די מזכי את הרבים, אז יעדער זאל קענען זאגן תהלים, אבער דערווייל זענען מיר פארנימען מיט פארווערדן כדי יענער זאל זאגן, איך בין דאך די עוסק במצוה איז דאך פטור.

איך קיק זיך ארים, איך קיק אריין טיפ אינעם שפיגעלע, איך זעי א לער בילד, א אויסגעטריקענטע נשמה, א פארעלטערטע נער מיט שוין עטליכע ווייסע האר, יום המיתה גענעינט זיך גאר שנעל, און איך לעכץ ווי א תינוק שנשבה נאך א קלינגעדיגע וויץ, ווי קען אזא זאך פאסירן צי א רעלאטיוו קליגע דור, וויפיל צייט גייט לתמיון, ווי שעימען מיר זיך נישט ווען מיר מאכן זיך וועין א קליינע מינימאלע חשבון הנפש, איך פאר זיך ווייס דעים אמת, מיר קען מען נישט איין רעדען מעשה'לעך, איך בין נישט קיין רב, איך בין א פיינע אינגערמאן וואס איז געקניפט מיט א קשר של קיימה צים טופשת הדור, צי נערישע קינדישע שמיסעריי, אנשטאץ איך זאל זיך נעמען טיען עפעס זאכלעך מיט די טייערע צייט, בין איך ביזי לאכן.

געניג געוועין, מיר מיזן זיך אויפבינדען, זיך אפשאקלען פון די ספיידער וועב, וואס הייסט וואטצעפפ, איך וויל נישט צאלן די ניין און ניינציג צענט, זאלן אלע גרופע'ס זיך בעינקען נאך מיר, אפשר וועט מיר נאך איינער נאך טיען, און זיך אראפ ציפן פון די טייערע צייט פארלענדעניש, און צווישען איין וויציגע, היציגע אדער שמיציגע קליפ אינעם צווייטען הערן מיין וויי געשריי, און מיר אויך נאך טיען, מער נישט האבן דעים פראגראם.

איך האפ אז איך גיי זיך קענען איינהאלטן, איך וויל דערפין פטור ווערן, אוי באשעפער העלף מיר, עס איז די גרעסטע עדיקשן וואס עס איז פארהאן, מער ווי ציגארעטן, און מער פון עסן געוואוינהייטן, ווען מען כאפט זיך איז מען שוין געקניפט פון אלע זייטן, לאמיך עס פראבירן, בעוד שלושת ימים עקספייערט עס, און איך וויל כאטש א חודש זעין ווי אזוי גייט עס גיין אן קיין וואטצעפפ, וועל איך קענען זיין מער פאקאסט און ביזנעס, אדער וועל איך טאקע דערלייגן גרויס געלט, ווייל די מקור הפרנסה פאלט אוועק..., אדער וועל איך געפינען מיינע פארלוירענע שעות, איך וועל האבן מער צייט צי לערנען, מער צייט פאר מיינע קינדערלעך און ווייב, אויפאמאל פליצלינג בעסער פארשטיין דעים בלאט גמרא, די אפ ועט נישט אזוי רידערן מער, ווער ווייסט איך האף אז יא,

עס איז צי האפן אז עס וועט זיין בעוד שלושת ימים, השיב על כני, איך וועל זיין ציפרידן פינעם טויש, איך וועל נישט האבן אזעלכע שווערע הענג אווער'ס, איך וועל גלייך זיין ציפרידן ווען איך לערן מער, איך וועל תיכף שלום מאכן מיט די נייע געשאפענע מצב, און נישט חס ושלום זיך בעינקען ווי א חזר אויף די צועה, איך וועל נישט ציריק קיקן ווי יעדער מאכט א לעיבן, יעדער ווייסט אלעס נאר איך ווייס גארנישט, הצלחה רבה.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר