שנראה מעלת חברינו

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8969 מאל

שנראה מעלת חברינו

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

Wow אזוי שנעל אדורך נאך א טויזענטער. איך דארף טוישן מיין "געפינט זיך" צו אין לאוו מיט קאווע שטיבל. באמת א געשמאק דא יעדע מינוט טייערע חברים. יעדער מיט זיין כאראקטער, מעלות, און שרייב געצייג. לכבוד די שמחה וויל איך נעמען די געלגנהייט אפ צו שרייבן א פאר קורצע שורות איבער אקטיווע ניקים, כל אחד בשמו הטוב יבורך.


[tag]שמעקעדיג[/tag] א גוטסקייט א אויסנאם,
א בר דעת מלא געשמאק און טעם,
א פליק אויך ווען ער פארלירט געדולד,
ווען א ניק ווערט דא צו ווילד.

[tag]געפילטע פיש[/tag] פון די לינקע חדר
ווארפט צאם בקיאות כסדר,
ידו בכל, מיט טענות וראיות,
די שיעור איז ווייניגער ווי כזית.

[tag]ונבנתה העיר[/tag] א זעלטן טיפ,
די רבי לעבט אויפן קליפ,
לעבט אינעם עבר פון אמאל,
שרייבט ווי א גדול בישראל.

[tag]יואב[/tag] וועט אונז בדחנות זאגן,
דארט אינעם לויתן'ס מאגן,
זיין הומאר איז טיף רייך,
שפתים קישאק, א גאלדען שפראך.

א שטערן אויפגעשיינט אין די טונקעל,
[tag]כוכב[/tag] פארשפרייט א שיין אין יעדע ווינקל,
א בדחן, א ידען, אן אבזערווער, אלע מעלות,
במה אברכיך? א געמיש פון אלעס.

איי [tag]ברסלבער[/tag] א פעדער פון דיימאנט,
ליגט ביי דיר אין האנט,
מחזק און מקרב צום שיין,
געפויעלט, איך פאר השנה צו אומאן.

[tag]טיטאניק[/tag], א שיף רודער גאר גרויס,
שרייבט אן פחד, מאכט נאיז,
ויכוחים מיט סברות צום זאך,
אכשר דרא איז זיין פאך.

פון יאפאן, איי לאו יו, א קוש,
צו חברינו היקר [tag]סאשי פיש[/tag],
שנעל, הייס, פרישע נייעס,
בילדער, מוזיק און צומאל דעות.

[tag]שטילע אינגערמאן[/tag] ליגענט, א בושה,
מלא חיות במדה גדושה,
א פעדער איינס אין די מקוה זו,
האט אויך ליב מייזנערס און דעלי 52

[tag]לעיקוואד[/tag] מי ידמה לך, זיי זאגן,
דיינע מאמרים יעדער טוט זיך פלאגן,
א הבנה ברייט, הויעך, און טיף,
אמאל גראד, און אמאל אביסל שיעף.

אונזער ליבע חבר [tag]פלעין יודיש[/tag],
א געשמאק, א חידוש,
גראמען, און קליפס און רייכע שמועסן,
לעצטע אינפארמאציע טוט זיך גיסן.

איי לאוו [tag]ראשעקאל[/tag],
א גוטס אלעמאל,
נייעס, בילדער און א גוט ווארט,
פון טוויטער, פעיסבוק און וואטסאפ.

בערל בעל עגלה איז איינס אין די וועלט,
ממונה צו לייגן די סמייליס עם געפעלט,
דעות, און ווערטלעך, מיט טעם בן חמישים,
א מומחה אויף געזעלשאפט און אישים.

לדובר מישרים גראד און קלאר,
ל[tag]הוגה[/tag] דעות אויפן האר,
תורה, מחשבה, און דרא,
פילפול, ויכוח, און סברא.

[tag]מצטמק ויפה[/tag] א ידען און א גוטער,
א תלמיד חכם היודע בין אסור למותר,
א טראכטער, א ישרן, א טייל פון די מעלות,
איך בין געפלעפט פון התפעלות.

פישעלע הערינג א שרייבער און א מגיה,
אין די הערליכע קאווע בלעטער אזויפיל יגיעה,
א גראדער, בטעמ'טער, און מידות,
אנגענעם, רואיג און מתינות.

[tag]אפטעמיסט[/tag] הומאר צו פלאצן,
זיינע אחיעזר צרות נישט אינטערשאצן,
שרייבט אויך ארטיקלן הערליך שיינע,
לעצטענס מער שטיל, אודך קיין טשיינע?

[tag]פליקער[/tag] איז א שרייבער, נישטא נאך אזוי,
די זעלבע נשמה נאר חילוף שמו,
הומאר און שפראך מלא טאלאנט,
אין אלע נושאים הפלא'דיג באקאנט.

[tag]דריידל[/tag] איז מתוק מדבש,
האלבע תורה אין די לינקע טאש,
ידו בכל, א שמועסער צו פאברענגן,
זאכליכע תגובות צום געדענקן.

[tag]שלום בערגער[/tag] ווי א ווינט אין די רייז,
יום השישי אויף אייער שפייז,
א קאטשקע גערעדט פארקערט צום צוויבל,
גילו אליהו אין קאווע שטיבל. :)

[tag]באריסטא[/tag] א דאנק,
אויף די געשאנק,
פאר די קאווע מיט די צוקער,
איך בין אדיקטיט ווי א שיכור,
איך וועל זיין צוריק היינט און מארגן,
אויב נישט וועסטו וויסן איך בין געשטארבן.

המשך יבא...
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

דער אשכול פארמאגט 56 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר