גאלד האט געשריבן:יא, ס'דא א כתב יד פונעם קאשויער רב ז"ל ווי ער שרייבט צו ר' אהרן פערזענליך, (מיט גאנץ שיינע טיטלען), ווי מ'זעהט אז ער ענטפערט איהם איבער ר' אהרן'ס פערזענליכע פיוס
דער קאשויער רב זצ"ל שרייבט דארטן אז מ'דארף אים פערזענליך נישט מפייס זיין ווייל ער האט נאך קיינמאל נישט געהאט קיין שלעכט הארץ אויף קיין שום איד (!), אבער אויב ער האט חרטה אויף וואס ער האט געזאגט דארף ער טוישן די מהלך פון טעראר פון פארשרייען, פארשטיינערן, באשייגעצן יעדער וואס זאגט א מיינונג וואס איז אנדערש ווי אים.