פרישע משוגעת, הדלקה ביי קברי צדיקים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

פרישע משוגעת, הדלקה ביי קברי צדיקים

הודעהדורך הדד בן בדד » דינסטאג מאי 22, 2012 12:54 am

האלא, ברוכים הבאים צום נייעם שגעון.

היות איך בין א לאקשנקוגלער חסיד, און אין צוויי וואכן ארום קומט פאר די יארצייט פון מיין רבין, דער לאקשנקוגלער רבי זצ"ל, גיי איך אי"ה אנצונדן א גרויסע פייער ביים ציון פון מיין רבין, ויקרא שמו בישראל הדלקה. ווער עס וויל האבן פאן און אביסל סאדע בחינם קען קומען האצקען אביסל. איך האב שוין באשטעלט די פיקטשער כאפערס און עס גייט זיין אין אלע צייטנוגען, אויך אין אימעיל און אויף אסאך פארומס אויפן אינטערנעט.

איי וועט איר מיך פרעגן וואסעפעס האב איך מיך יעצט דערמאנט?

איז אזוי. דא אין אמעריקא האט געוואוינט א קלוגער אידל, וועלכע האט אויך געקענט אסאך לערנען, א כיטרער אינגל געווען און האט געוואוסט וויאזוי אויסצונוצן א געלעגענהייט. לדוגמא האט ער געטוישט זיין נאמען פון קליין אויף הקטן, עס קוקט אויס מער אינטערעסאנט. און דער אידל האט מיט די יארן זיך געקרוינט אלס אונגוואר'ער רב, און ווען ער איז אנגעקומען נענטער צו די ימי הזקנה און דער סטייל פון רבנות איז שוין געווען היפש אויסגעוועפט, האט ער זיך שנעל ארויפגעכאפט אויפן וואגן פון אדמו"רות און איז געווארן דער אדמו"ר מ'אונגוואר. ער האט געהאט א גוטן טעיסט אין בעקישעס און אין ריעל עסטעיט, און האט זיך גוט אוועק געשטעלט.

אבער ער האט אויך געהאט גאר א גוטע טעיסט צו אטענשאן, און האט געכאפט דערפון ווי נאר ער האט געקענט. און אויב איז נישט געווען פון וואס, דאן האט ער עפעס געמאכט.

די לעצטע פאר יאר האט ער עולה געווען קיין ארץ ישראל זיך אויסלעבן די יארן דארט, אין קרית אונגוואר, צווישן זיינע חסידים און מוסדות... און דארט האט ער זיך אויך איינגעפירט א מנהג, אז אין דעם טאג וואס איז אנגענומען אלס יארצייט פון שמואל הנביא איז ער ארויס אהין צום ציון. אבער סתם ארויפגיין צום ציון איז דאך נישט אינטערעסאנט, יעדער קען דאך דאס, איז ער אויפגעקומען מיט א המצאה: ווער זאגט אז נאר אין מירון ביי ר' שמעון מעג מען אנצונדן א הדלקה? איז נישט שמואל הנביא געווען גענוג גרויס אז מען זאל ביי אים אנצונדן א הדלקה?

געטראכט און געטאן, מען האט אויפגעשטעלט א געביידע, עס אנגעצונדן, ויקרא שמו בישראל הדלקה (אדער אבוקה, איך געדענק שוין נישט פונקטליך) און געגאנגען, אלע צייטונגען האבן געלייגט בילדער און ער האט געהאט אטענשאן.

האב איך דאך געמיינט אז מיט זיין פטירה האט זיך אט דער משוגעת געענדיגט. ווי נישט ווי איז ער געווען אן אלטער איד, א תלמיד חכם, און פון אזא מענטש קען מען מער פארנעמען. אבער דערווייל זעה איך אז נישט. דער ממשיך, זיין ממלא מקומו בקודש, האט אויך ליב אטענשאן זעהט אויס נישט ווייניגער ווי דער פאטער, און ער האט מחליט געווען ממשיך צו זיין מיט דעם "מסורה". און ער האט עס נאך פארבעסערט, מען האט שוין געמאכט א ספעציעלן ניגון פאר דעם געהויבענעם מעמד הדלקת השריפה און קיין ליידיג גייערס פעלן דאך אין ערגעץ נישט און אין ירושלים אוודאי נישט, איז געגאנגען, טראלאלאלאליייי ליייי ליייי לאלאלאלא לייייי

בקיצור, איך וויל אויך. ביי מיין רביס יארצייט אי"ה גיי איך אויך מאכן א פייער און איך גיי האבן פאן און אסאך אטענשאן.

מי לה' אלי
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

הודעהדורך שמואל הלוי » דינסטאג מאי 22, 2012 1:01 am

למען האמת ביים קבר פון שמאל הנביא איז געווען איינגעפירט הדלקות נאך הונדערטער יארן צוריק, און מאנכע זאגן אז די גאנצע הדלקה ביי ר' שמעון שטאמט פון די מנהג וואס מ'פלעגט צינדן ביי שמואל הנביא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שמואל הלוי אום דינסטאג מאי 22, 2012 1:38 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1476 מאל

הודעהדורך פראפעסאר שפירא » דינסטאג מאי 22, 2012 2:18 am

פין מיין זייט קען ער מאכען פייער'ס יעדע נאכט נאך ספירה ציילען אין אויך בראטען קארטאפעל, אין אויך תשעה באב ביינאכט זכר לחורבן, וואס גייטעס מיר אן ?, ווילאנג ער באדערט נישט יענעם, וועם גייטעס אן ?,
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

הודעהדורך רואיק » דינסטאג מאי 22, 2012 4:07 am

הדד בן בדד האט געשריבן:האלא, ברוכים הבאים צום נייעם שגעון.

היות איך בין א לאקשנקוגלער חסיד, און אין צוויי וואכן ארום קומט פאר די יארצייט פון מיין רבין, דער לאקשנקוגלער רבי זצ"ל, גיי איך אי"ה אנצונדן א גרויסע פייער ביים ציון פון מיין רבין, ויקרא שמו בישראל הדלקה. ווער עס וויל האבן פאן און אביסל סאדע בחינם קען קומען האצקען אביסל. איך האב שוין באשטעלט די פיקטשער כאפערס און עס גייט זיין אין אלע צייטנוגען, אויך אין אימעיל און אויף אסאך פארומס אויפן אינטערנעט.

איי וועט איר מיך פרעגן וואסעפעס האב איך מיך יעצט דערמאנט?

איז אזוי. דא אין אמעריקא האט געוואוינט א קלוגער אידל, וועלכע האט אויך געקענט אסאך לערנען, א כיטרער אינגל געווען און האט געוואוסט וויאזוי אויסצונוצן א געלעגענהייט. לדוגמא האט ער געטוישט זיין נאמען פון קליין אויף הקטן, עס קוקט אויס מער אינטערעסאנט. און דער אידל האט מיט די יארן זיך געקרוינט אלס אונגוואר'ער רב, און ווען ער איז אנגעקומען נענטער צו די ימי הזקנה און דער סטייל פון רבנות איז שוין געווען היפש אויסגעוועפט, האט ער זיך שנעל ארויפגעכאפט אויפן וואגן פון אדמו"רות און איז געווארן דער אדמו"ר מ'אונגוואר. ער האט געהאט א גוטן טעיסט אין בעקישעס און אין ריעל עסטעיט, און האט זיך גוט אוועק געשטעלט.

אבער ער האט אויך געהאט גאר א גוטע טעיסט צו אטענשאן, און האט געכאפט דערפון ווי נאר ער האט געקענט. און אויב איז נישט געווען פון וואס, דאן האט ער עפעס געמאכט.

די לעצטע פאר יאר האט ער עולה געווען קיין ארץ ישראל זיך אויסלעבן די יארן דארט, אין קרית אונגוואר, צווישן זיינע חסידים און מוסדות... און דארט האט ער זיך אויך איינגעפירט א מנהג, אז אין דעם טאג וואס איז אנגענומען אלס יארצייט פון שמואל הנביא איז ער ארויס אהין צום ציון. אבער סתם ארויפגיין צום ציון איז דאך נישט אינטערעסאנט, יעדער קען דאך דאס, איז ער אויפגעקומען מיט א המצאה: ווער זאגט אז נאר אין מירון ביי ר' שמעון מעג מען אנצונדן א הדלקה? איז נישט שמואל הנביא געווען גענוג גרויס אז מען זאל ביי אים אנצונדן א הדלקה?

געטראכט און געטאן, מען האט אויפגעשטעלט א געביידע, עס אנגעצונדן, ויקרא שמו בישראל הדלקה (אדער אבוקה, איך געדענק שוין נישט פונקטליך) און געגאנגען, אלע צייטונגען האבן געלייגט בילדער און ער האט געהאט אטענשאן.

האב איך דאך געמיינט אז מיט זיין פטירה האט זיך אט דער משוגעת געענדיגט. ווי נישט ווי איז ער געווען אן אלטער איד, א תלמיד חכם, און פון אזא מענטש קען מען מער פארנעמען. אבער דערווייל זעה איך אז נישט. דער ממשיך, זיין ממלא מקומו בקודש, האט אויך ליב אטענשאן זעהט אויס נישט ווייניגער ווי דער פאטער, און ער האט מחליט געווען ממשיך צו זיין מיט דעם "מסורה". און ער האט עס נאך פארבעסערט, מען האט שוין געמאכט א ספעציעלן ניגון פאר דעם געהויבענעם מעמד הדלקת השריפה און קיין ליידיג גייערס פעלן דאך אין ערגעץ נישט און אין ירושלים אוודאי נישט, איז געגאנגען, טראלאלאלאליייי ליייי ליייי לאלאלאלא לייייי

בקיצור, איך וויל אויך. ביי מיין רביס יארצייט אי"ה גיי איך אויך מאכן א פייער און איך גיי האבן פאן און אסאך אטענשאן.

מי לה' אלי


דאכטצעך מ׳קען טוישן די נאמען קליין אויף טייטעלבוים, טווערסקי אדער האלבערשטאם און די מעשה וועט ביילייפיג ווייטער שטימען.
באניצער אוואטאר
רואיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 3:55 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג מאי 22, 2012 8:55 am

שמואל הלוי האט געשריבן:למען האמת ביים קבר פון שמאל הנביא איז געווען איינגעפירט הדלקות נאך הונדערטער יארן צוריק, און מאנכע זאגן אז די גאנצע הדלקה ביי ר' שמעון שטאמט פון די מנהג וואס מ'פלעגט צינדן ביי שמואל הצדיק.

עס שטאמט פון א בריוו פון רבינו עובדיה ברטנורא וואס לייגט אראפ ווי אזוי די הדלקה ביי שמואל הנביא האט אויסגעזעהן, בתוך הדברים שרייבט ער אז מען האט פארברענט טייערע קליידער, הריא"ז מרגליות האט מזייף געווען דעם שטיקל און עס ארויפגעלייגט אויף מירון.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5775
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2626 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג מאי 22, 2012 9:41 am

אייגנטליך אזוי ווי מ'אט שוין דערמאנט דא, קומט די הדלקה אין מירון פון די הדלקה ביי שמואל הנביא, און די הלדקה ביי שמואל הנביא קומט פון די הדלקה ביי נבי סמואל.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4450 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » דינסטאג מאי 22, 2012 10:29 am

אויב אזוי וועט די הדלקה ביים לאקשנקוגלער רבי אויך קומען פון שמואל הנביא. נו, ווער איז אין די מוד פון א קעמפפייער (אדער קבר פייער) און פאן?
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

הודעהדורך אלבערט » דינסטאג מאי 22, 2012 8:38 pm

איך אויך האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:למען האמת ביים קבר פון שמאל הנביא איז געווען איינגעפירט הדלקות נאך הונדערטער יארן צוריק, און מאנכע זאגן אז די גאנצע הדלקה ביי ר' שמעון שטאמט פון די מנהג וואס מ'פלעגט צינדן ביי שמואל הצדיק.

עס שטאמט פון א בריוו פון רבינו עובדיה ברטנורא וואס לייגט אראפ ווי אזוי די הדלקה ביי שמואל הנביא האט אויסגעזעהן, בתוך הדברים שרייבט ער אז מען האט פארברענט טייערע קליידער, הריא"ז מרגליות האט מזייף געווען דעם שטיקל און עס ארויפגעלייגט אויף מירון.

אבי געשאסן א שמוציגע תגובה אויפן חשבון פון א וואוילן איד!
אלבערט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 241
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 9:36 pm
האט שוין געלייקט: 205 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג מאי 22, 2012 8:47 pm

דו ווייסט וואס דו רעדסט אדער סתם געשאסען א תגובה? דער זיוף איז שוין אויסגעשמיעסט אין מערערע פלעצער.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5775
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2626 מאל

הודעהדורך יאנקל » דינסטאג מאי 22, 2012 10:22 pm

הדד בן בדד האט געשריבן:אויב אזוי וועט די הדלקה ביים לאקשנקוגלער רבי אויך קומען פון שמואל הנביא. נו, ווער איז אין די מוד פון א קעמפפייער (אדער קבר פייער) און פאן?

הדד,
וויט אָל דו רעספעקט, יעצט אז דו ווייסט אז די פייער ביי קבר שמואל איז נישט אויסגעטראכט געווארן דורך הג"ר מנשה הקטן ז"ל, וואלט געפאסט אז דו זאלסט אויסדרוקן אז דו האסט זיך טועה געווען מיט טייל פון דיינע שארפע רייד.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3798 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » דינסטאג מאי 22, 2012 11:08 pm

איך האב מיך נישט טועה געווען, ווייל איך קען דיר טרעפן אסאאאאאאאאאאאך, זאכן וועלכע זענען געווען אמאל איינגעפירט און עס איז בטל געווארן מיט די צייט. וועל איך זיך גיין ארויפכאפן דערויף און מאכן פראפאגאנדע אין אלע צייטונגען. זיין צינדען דארט דעם הדלקה, און בפרט דאס וואס זיין זון איז דאס ממשיך איז הויל פראפאגאנדע און אטענשאן זוכעריי.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

הודעהדורך יאנקל » דינסטאג מאי 22, 2012 11:15 pm

הדד בן בדד האט געשריבן:איך האב מיך נישט טועה געווען, ווייל איך קען דיר טרעפן אסאאאאאאאאאאאך, זאכן וועלכע זענען געווען אמאל איינגעפירט און עס איז בטל געווארן מיט די צייט. וועל איך זיך גיין ארויפכאפן דערויף און מאכן פראפאגאנדע אין אלע צייטונגען. זיין צינדען דארט דעם הדלקה, און בפרט דאס וואס זיין זון איז דאס ממשיך איז הויל פראפאגאנדע און אטענשאן זוכעריי.

דאס איז אמת. אבער אויב עס איז דא א מקור דערויף מאכט עס די משוגעת איין קליינע דרגה קלענער.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3798 מאל

הודעהדורך א איד » זונטאג יוני 03, 2012 4:52 pm

איך ווייס פון א איד וואס גייט צו זיין זיידנס יא"צ א גרויסע רבי געווען, און ער צינדט אן דארט א פייער מיט די ליכט, און עס ברענט אן הדלקה, בוי הדד, קענסט עס רוהיגערהייט טוהן, איך גיב דיר גרויס חיזוק דערויף!
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » זונטאג יוני 03, 2012 11:17 pm

א איד האט געשריבן:איך ווייס פון א איד וואס גייט צו זיין זיידנס יא"צ א גרויסע רבי געווען, און ער צינדט אן דארט א פייער מיט די ליכט, און עס ברענט אן הדלקה, בוי הדד, קענסט עס רוהיגערהייט טוהן, איך גיב דיר גרויס חיזוק דערויף!


אדרבה, זאג מיר ווער דאס איז, איך וואלט אויך געוואלט אהין גיין האבן פאן. (עסן געט מען דארט אויך, ווייל דאס האב איך אויך שטארק ליב)
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

הודעהדורך א איד » דאנערשטאג יוני 07, 2012 1:11 pm

ניין עס איז נישט קיין שום פאן, בכיות נוראות קומט דארט פאר ביים ציון.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » דאנערשטאג יוני 07, 2012 1:25 pm

א איד האט געשריבן:ניין עס איז נישט קיין שום פאן, בכיות נוראות קומט דארט פאר ביים ציון.


נו פארוואס זאגסטו נישט ווי און ווען דאס איז איך וויל אהין גיין, און אויב איז דארט דא א התעוררות, איז דאך בעסער, אפשר וועל איך נתעורר ווערן און איך וועל נאך ווערן עפעס אן ערליכער איד.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

הודעהדורך שמיטה » דאנערשטאג יוני 07, 2012 3:39 pm

הדד בן בדד האט געשריבן:איז אזוי. דא אין אמעריקא האט געוואוינט א קלוגער אידל, וועלכע האט אויך געקענט אסאך לערנען, א כיטרער אינגל געווען און האט געוואוסט וויאזוי אויסצונוצן א געלעגענהייט. לדוגמא האט ער געטוישט זיין נאמען פון קליין אויף הקטן, עס קוקט אויס מער אינטערעסאנט. און דער אידל האט מיט די יארן זיך געקרוינט אלס אונגוואר'ער רב, און ווען ער איז אנגעקומען נענטער צו די ימי הזקנה און דער סטייל פון רבנות איז שוין געווען היפש אויסגעוועפט, האט ער זיך שנעל ארויפגעכאפט אויפן וואגן פון אדמו"רות און איז געווארן דער אדמו"ר מ'אונגוואר. ער האט געהאט א גוטן טעיסט אין בעקישעס און אין ריעל עסטעיט, און האט זיך גוט אוועק געשטעלט.

אבער ער האט אויך געהאט גאר א גוטע טעיסט צו אטענשאן, און האט געכאפט דערפון ווי נאר ער האט געקענט. און אויב איז נישט געווען פון וואס, דאן האט ער עפעס געמאכט.

אן אריינגיין אינען דיון, יא הדלקה נישט הדלקה, מיט א מקור צו אן א מקור. אבער צו נעמן אפילו א פשוטע איד, און איהם אזוי מיאוס באזינגן ברבים, איז אסאך אסאך א גרעסערע עוולה און פארברעך. והעולה על כולנה, אז ס'רעדט זיך פון אן ערליכע איד, א תלמיד חכם מפורסם וכו' כו'.
באניצער אוואטאר
שמיטה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 14, 2012 4:57 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » פרייטאג יוני 08, 2012 2:43 am

אפשר זאגסטו מיר וואס איך האב אים אזוי מיאוס באזינגען. איך האב דעם איד גוט געקענט, און איך האב נישט געשריבן אויף אים קיין איין ווארט ליגנט, ניטאמאל א גוזמא'דיג ווארט
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

הודעהדורך שמיטה » זונטאג יוני 10, 2012 7:17 pm

הדד בן בדד האט געשריבן:אפשר זאגסטו מיר וואס איך האב אים אזוי מיאוס באזינגען. איך האב דעם איד גוט געקענט, און איך האב נישט געשריבן אויף אים קיין איין ווארט ליגנט, ניטאמאל א גוזמא'דיג ווארט

זייט ווען הייסט פארשעמן א איד, אדער לשון הרע, דווקא ווען מ'זאגט ליגענט. איינער וואס זאגט ליגענט איז "אויך" א מוציא לעז. אבער עס ווערט גאנישט קלענער די עבירה ווען מ'זאגט אמת
באניצער אוואטאר
שמיטה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 14, 2012 4:57 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » דינסטאג יוני 12, 2012 12:46 am

אבער א זאך וואס איז מפורסם הייסט קלאר נישט לשון הרע. יעדעס ווארט וואס איך האב געשריבן איז ידוע ומפורסם, נישט פאר דריי, נאר פאר טויזענטער מענטשן. איך האב ניייעס פאר דיר, עס איז דא גאר זאפטיגע געשמאקע זאכן וואס צו שרייבן אויף אים, אבער איך שרייב נישט ווייל עס איז לשון הרע. דאס וואס איך האב געשריבן ווייסט די גאנצע גאס. אפשר האסטו נישט געוואוסט, אבער טויזענטער אנדערע האבן יא געוואוסט.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » דינסטאג יוני 12, 2012 12:46 am

נו, א איד, וואס איז געווארן, ווי קומט פאר די התעוררות'דיגע הדלקה פון וועלכען דו רעדסט?
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

הודעהדורך שמיטה » דינסטאג יוני 12, 2012 1:36 am

הדד בן בדד האט געשריבן:עס איז דא גאר זאפטיגע געשמאקע זאכן וואס צו שרייבן אויף אים, אבער איך שרייב נישט ווייל עס איז לשון הרע.

הו הא, אזא געשמאקע לשון הרע שוין לאנג נישט געהערט....
באניצער אוואטאר
שמיטה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 14, 2012 4:57 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » דינסטאג יוני 12, 2012 5:58 pm

אויף טויטע טאר מען נישט רעדן, אבער צדיקים במותם קרויים חיים....
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 452 מאל

הודעהדורך א איד » זונטאג יוני 17, 2012 5:35 pm

הדד בן בדד האט געשריבן:נו, א איד, וואס איז געווארן, ווי קומט פאר די התעוררות'דיגע הדלקה פון וועלכען דו רעדסט?


עס גייט אריין בכלל גילוי

קען איך נישט זאגן
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל

הודעהדורך איש חסיד » דינסטאג יוני 19, 2012 4:38 am

עס קוקט אויס ווי הדד בן בדד האט עפעס א אינערליכע שנאה מסותרת פון אסאך יארן צום אונגווארען רבי'ן זצ"ל און גיבט זיך דא אויס...

אויב איינער קען דא מגלה סוד זיין על מה יצא הקצף זאל ביטע טאן א חסד און אונז לאזן וויסן!


אולי, טראכט איך אז ער האט פשוט אויפגעמישט דעם ביזנעס דירעקטארי און אנגעהויבן ביי 'אלף'...
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט