קאווע-שטיבל (אותיות) קוועטש-איבל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16510
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18947 מאל

קאווע-שטיבל (אותיות) קוועטש-איבל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איכה היתה לזונה קריה נאמנה
איכה היתה לחזיריי שטיבלינו, איז ביאנד מיין הבנה

מען ענדיגט נישט קוועטשן, ממש עס איבלט
אין יעדנ'ס חסרונות מען גריבלט

די סיסטעם איז נישט גוט
זיי טיילן דיר איין וועלכע הוט

חינוך איז אין דער ערד
ווער דארף בערד

עס דרייען זיך איבעראל מאלעסטער
דאס איז די עבירה דער גרעסטער

ביי די מוסדות זיצן רשעים ארורים
די איינציגסטע עצה ארויס זענען עשירים

פארוואס זאלן נישט די ווייבער אויפן קאר לייגן מיילעדזש
און די מענער זאלן זיך לערנען א פאך אין קאלידזש

די שידוכים סיסטעם סאקט אוועק
נישטא קיין ליבע אונטער די דעק

נישטא קיין פרנסות, מען ברעכט אונטער
דער עולם ווערט קראנק, נישט געזונטער

די רבנים די פני הדור זענען צום כלב געגליכן
זייערע תקנות און גזירות מאכט ברעכן

אנשטאט העלפן אידן און בחורים מיט ישועות
מאכט מען גזירות און אסיפות אויף צניעות

אונז זעמיר שוין אלע נמאס
פון די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] הנקרא צימעס

מען ענדיגט נישט וויינען מיט קראקאדיל טרערן
אבער עס קוקט נישט אויס עפעס א ישועה וועט ווערן

עס איז קענטליך פשוט א געשמאק אויף יעדן צו האקן
די סארט תגובות טוען כסדר ראקן

סיי וועלכע אשכול איך וויל נאר ליינען
באקלאגן, אפרעדן און וויינען

איך פיל ממש ווי איך זעץ זיך שבעה
כמעט אלע תגובות זענען נעגעטיווע

איך בין נישט אויסן מיינע גראמען צו באווייזן
אבער פארט נויט ברעכט אייזן

באט העי, קוק ווער עס רעדט, חזיר, גיי זויף!
ווער האט געעפנט דעם אשכול "זאכן וואס רעגן מיך אויף"?

א אשכול פאר זאכן וואס דו גלייכסט האסטו פארגעסן
נאר ביזי זיך באקלאגן אז מען ווארפט אוועק עסן

נאך א מזל מיר האבן געציילטע פאזעטיווע ניקס
זיי ברענגען ווערטלעך און שיינע פיקס

א רואיגקייט ווינקל מיט פאקטן וואס ברענגט א שמייכל
הלואי האבן נאך פילע ניקס אזוי שכל

איך רעד סיי צו מיר און אויך צו יעדן איינעם
לאמיר מיט א שמייכל פרובירן מיט שיינעם

דער לעבן איז דאך ליידער גענוג אנגעצויגן
צו וואס ברענגען נאך טרערן אין די אויגן

לאמיר אויפלעבן אויף אלע באקן
נאר פאזעטיווע תגובות זאל ראקן

לאמיר שוין אויפהערן זיין אזוי זויער
נאר זיך ארומדרייען מיט א שמייכל פון אויער צו אויער
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר