זאכן וואס איך האב ליב

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2514
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 5049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3290 מאל

זאכן וואס איך האב ליב

שליחה דורך יין שרף »

ווער קען זיך דען פארשטעלן א מקוה אן פאנגעס.... וואס וואלט מען געקראצט אין די ברענעדיגע מקוה פון 112 גראד... אהה...
ווער רעדט נאך מיט די נייע געלעקסי S5 וואס איז וואסער פראוו, שטיין אין שויער ברבים אין מקוה ווען די הייסע וואסער בראקט אויפן ריקן, און זיך מאכן ווי איך קוק עפעס וויכטיג, און באמת נאר ארויסקוקען פון אויבן מיט די שפיץ אויג ווארטן נעבעך אז איינער זאל קוקען און זיך אנרופן WOW קאאאל...

איינע פון מיינע אלטע בחורישע תאוות: שטיין אינדרויסן אן א מאנטל אין א דריי פיסיגע שניי, טרינקען א ברענעדיגע הייסע קאפי, און ארויסגיסען אויפן שניי אביסל בין זויף לזויף, זעהן ווי די הערליכע ווייסע שניי ווערט נעבעך פארברוינט מיט א לאך אראפ ביזן תהום...

זיך זעצן צום פיאנע, אנפאנגען שפילען א אלטע מעלאדיע, און צום סוף זיך זעהן קאמפאזירן גאר א נייע..., און עס נאך כסדר איבערשפילען...

זיך טענה'ן מיט א צווייטען א האלבע שעה, בעת איך האלט די זעלבע ווי עם...

א גוט שטיקל געבראטענע סטעיק, מיט סטימד וועטשעבעלס, עסן אינדרויסן אויפן ביטש בענקל, בשעת'ן זעהן די הערליכע רויטע שקיעת החמה אויף די בערג לעבן א קליין רואיג וואסערל, מיט די קינדער (ווען זיי זענען וואויל...)

גיין אין ביהמ"ד, אריינכאפן צוויי דריי שעה אפאר דפים גמרא מיט תוס'...

זעהן א גוט שטיקל קאמעדי שאו, אדער א "מבוי" שהוא גבוה למעלה...

ועוד ועוד ועוד... (פארשטייט זיך דאס איז נישט אלע מיינע תאוות ודו"ק...)

אבער איך בין נישט זאט, איך זיך נאך תאוות. לאמיר הערן וואס האט איר ליב???
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר