וואס טוט מען דען נישט פאר א וואקאציע..

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

וואס טוט מען דען נישט פאר א וואקאציע..

שליחה דורך קפנדריא »

שושן פורים אינדערפרי אינמיטן שחרית, דער סעלפאון הערט נישט אויף צו קלינגען, וויפיל מאל איך בין אים משתיק, צוקלינגט ער זיך א מינוט שפער נאכאמאל, יעדעס מאל מיט מער אייפער און טומל..

אן קיין ברירה הייב איך אויף, נו? די אשת חיל מיט א פרישקייט אויפ'ן אנדערן זייט טרייבל: איים סארי איך קאל אזויפיל מאל, אבער כ'האב יעצט באקומען א קאל פון זעליג געלדציילער דער בעה"ב פון אונזער קאנטרי, ער זאגט אז ביילא די שייטל מאכער איז גרייט צו צאלן צוויי הונדערט דאללער מער ווי אונז.. נו? פרעג איך אנגעצויגענערהייט, וואס מייינט נו, ער זאגט עס זייער קלאר, אויב אונז ווילן די באנגעלוי דארף ער נישט שפעטער ווי היינט באקומען דעם דעפאזיט, דו ווייסט אז אונז זענען שוין שפעט, ער איז גערעכט, - הממממ.. קלער איך מיר, זי גיט אים שוין גערעכט אויך, בלויז שושן פורים און ס'איז שוין שפעט..
- איך קען אים קאלן אז דו טראגטסט אים היינט צוויי אהאלב טויזנט דאללער דעפאזיט?
- שווייגעניש..
-בערל! פארוואס ענטפערסטו נישט?
-נו, נא,
-וואס נו? זאג נאר "אהא", און איך רוף אים צוריק אז דו טראגסט עס היינט אריבער.. דו ווייסט? איך בין געווען תענית אסתר אויפ'ן טרי-וועי מיט עלקא טראנא און יאכנע, זיי האבן שוין געגעבן א דעפאזיט נאך בעפאר פורים קטן! אונז קענען נישט זיין קיין לוזערס און נעב'ס, אונז גייען זיין מיט זיי גאגנצן זומער.. ס'איז טאקע נישט שיין פון ביילא צו טרייען אויסכאפן אונזער באנגעלוי, אבער איז זעליג נישט גערעכט? בערל, דאונט געט מי ראנג, איך ווייס ס'איז יעצט שווערע צייטן, אבער ..
"וואס טוט מען דען נישט פאר וואקאציע?"..

פרעגט מיך נישט פון וואו כ'האב עס געשאפן, אבער יענעם נאכט האט זעליג געלדציילער געהאלזט מיין טשעק פון צוויי מיט אהאלבן.. ס'איז מיר געווען זייער שווער, גאר ווייטאליך און אומאנגענעם, פארט קלונגט מיר אין אויערן די שרייענדע ווערטער:
אבער,
"וואס טוט מען דען נישט פאר וואקאציע?"..

דאס איז געווען די אנהייב פון די ערשטע קאפיטל..

א וואך נאך פסח, העלא? בערל, איי פיל סאו בעד טו באדער יו עט וואורק, איך ווייס פסח האט אמת'דיג געקאסט א פארטשון, וואס קען מען טון, נאר געזונטערהייט, ווי נישט זענען די קינדער שיין געסעטלט מיט נייע אוטפיטס סוטס און שיך, נאך אלעם איז עס דאך הוצאות יו"ט און אלעס קומט צוריק, רייט? ס'איז ממש ווי מ'וואלט גארנישט אויסגעגעבן..
-אוקעי..
-יא, סאו, איך פיל שלעכט, באט די פסח הוצאות איז ווי מ'וואלט עס נישט אויסגעגעבן, אונז גלייבן דאך, לעממי נאט קיעפ יו, חאנטשי קויפ-מאן און סילקי שאפער פארן היינט קיין מאנהעטען, איך קלער מיטצוגיין, היינט איז דא א גרויסע סעיל ביי מעיסיס, 35 פערצענט אףף, און מיט מיין מעיסיס קארד אנטאפ פון עס קען מען כאפן בלינדע מציאות, איך דארף עניוועי נייע טאפס און סקוירטס, אויך מיין איך אז מיין סוועטער איז געווארן געבליטשט אין די פסח קלינינג, עפעס איז עס נישט פרעזענטעבל, איך גיי וואטשן צו קויפן עכט נאר וואס מ'מוז.. אויב געלונגט עס מיר זעמיר ממש לאקי מענטשן, כ'מיין מ'קען סעיוון א געוואלד, און איך קען עס נאכדעם אויקראסן פון מיין ליסט..
אויך אז איך גיי שוין ארויס, סענטשורי 21 האט יעצט א ספעשל אויף א גאנצע ליין פון וועש, דארט סעיווט מען אייביג אפילו אן א סעיל, אבער יעצט מיט די סעיל איז א פלעינע שטות עס אדורכצולאזן.. אפילו יעצט איז אונז אביסל אנגעשטרענט, אבער שפעטער צאלט מען דאפלט, דעס זאגט די וועלט "פוילע צאלן דאפלט", זיי ווארטן אייביג אויף לעצטע מינוט און זיי דארפן קויפן לאקעל און זיי צאלן איבער די קאפ.. שוין אז איך גיי שוין ארויס, קוקי'ס איז נישט ווייט פון דארט, זיי פלאנען אויך אהינצוגיין, די קליינע דארפן זאקן, בעידנג סוטס, די פאריעריגע איז שוין קיינע הארע אויסגעוואקסן, קראקס פאר די קליינע קיוטיס, און נאך שמאנצקעס וואס קאסט דא אויף טוירטין א סמאל פארטשון, דארטן באקומט מען עס מאמיש פאר א פרעקשאן די פרייז! בערל, דו ביסט דא?
-עה, יא, איך הער....
-איך מיין פאר מעיסיס דארף איך עכט גארנישט, כ'האב די קארד, די אנדערע סטארס, ווייסט'עך, אוי, כ'האב פארגעסן, איך "מוז" מאכן א סטאפ ביי "אמעריקן גוירל", אונז זענען נאך שולדיג פאר זעלדי פון די אפיקומן, א קינד דארף זען אז די עלטערן האלטן ווארט... און אויך דארף איך זען נאך א פאר שיך פאר זושא'לען, יא, די פסח'דיגע שיך זעמיר אריינגעפאלן, אדער איז ער שנעל געוואקסן, ווייסט'עך ער הערט נישט אויף צו עסן, ס'קוועטשט איין זיינע קליינע פיסעלעך, א פשוטער רחמנות..
-נו, באטעם ליין, פון וויפיל רעדט מען דא?
- המממ.. שוין, נישט קיין סאך, מעיסיס איז דאך די קארד, סענטשורי און די אנדערע קען איך נוצן די וויזע קארד, עמיר נאך פארדינען פוינטס אויך.. איך מיין פון דיר, עהההה, א טויזענטער העט עס מאכן..
- ...נאך א מזל איך זיץ, אזוי קען איך נישט חלש'ן..
- בערל, כ'האב עפעס געזאגט ראנג? וויי דא יו טריי טו מעיק מי פיעל גילטי?
-אוקעי, היינט נוץ די קארטל, מארגן האף איך צו האבן עפעס געלט, איך דארף נאך שאפן דעם געלט בוים, און עס שניידן אויך..
-העהע, האהא.. אלרייט, יור סאו נייס ענד אנדערסטענדינג..

האב איך אויסגעציילט דאס געלט ווי א טאטעלע, און זי האט עס שיין גענומען ווי א מאמעלע.. ס'האט געריסן און געקוועטשט, אבער..
"וואס טוט מען דען נישט פאר וואקאציע?"

פעסט פארווערד א חודש,
אגוטן בערל, וואס זאגסטו צו די סאפער? היינט האב איך מיך געלאזט וואוילגיין, ממש א יו"ט מעניו, ניין? איך ווייס דו ארבעטסט אזוי שווער, דו דעזערווסט עס!
איך האלט נאך ביים צווייטן שלונג, און ס'הייבט זיך אן, היינט האט מען גערופן פון די דעי קעמפ, אויב וויל מען רעזערוון א פלאץ, מוזן זיי האבן האלב אויסגעצאלט די וואך,
-איך פאנג עס שוין טאקע אן צו "דעזערווען", אבער די אפעטיט הייבט מיר אן אפטרעטן..
- זי זעט מיין שינוי צורה און ווערט ווייכער.. אלרייט, די גרעסערע האלב בארג זעמיר שוין דורך, נאר ממש נאך די פאר קלייניקייטן, דעי קעמפ, מארגן פלאן איך צו גיין איינמאל פאר אלעמאל טון די הארדוועיר ארדער, איך שאפ גוט ארום, איך גיי צו אלבערט פאר די ביליגע זאכן, טיפ טאפ האט אויך אדווערטייזט די גוטע בענקלעך פאר א ספעשל פרייז, ביי די באזז העל איך קויפן די פאר נארישע אפלייענסעס, ביי זיי מיין איך איז אלעס אויף סעיל, אויך די דריי גודס מיין איך קען מען נישט לאזן אויף די לעצטע מינוט, די שווים זאכן, אלל אין וואן הייסט זייער ביליג, חוץ פאר ספעשעלטי אייטעם'ס על איך אויך גוט שאפן, און נאך אביסל אדדס און ענדס, איך וויל עכט נישט בעטן פון דיר, אבער פארשטייסט אליין אז ווייסט, איך קלער אפשר אכט ניין הונדערט דאללער, קען זיין כ'וועל נאך ברענגען טעינדזש.. עכט איז עס גארנישט אין קאמפעריסאן צו וואס אנדערע צאלן פאר האטעל אליינס! ווייסט וואס מענטשן צאלן אין ראלי אדער שאלעי נאר פאר האלבע זומער, פארגעט אבאוט די סאממער האומס.. אונז זענען נאך אלס מאטש בעטטער אףף...
- דאס עסן שטיקט מיר אין האלז, איך דארף הילף עס אראפ צו שטופן, שוין איינמאל א יו"ט סעודה, ס'איז הויך יום טוב.. ס'ווערט מיר ענג, ווען גייט זיך די "מעדנעס" ענדיגן? איך קלער אבער צו מיר, ס'איז טאקע זייער שווער אן אנגעשטרענגט, אבער ס'קלינגט מיר נאך אין אויער די זיסע טייערע פראזע..
"וואס טוט מען דען נישט פאר וואקאציע?"

תם ולא נשלם
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר