דעש-קעם רעוואלוציע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 759 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 568 מאל

דעש-קעם רעוואלוציע

שליחה דורך Kool man »

יאהאן פיטערסאן שטייט ביים זייט פון ראוד באוואשען ווי א סוטה, ער האט ערשטע עטליכע מינוט צוריק אראפגעקלאפט א מענטש מיט זיין נייעם רויטען עס.יו. ווי. פאליציי איז אנגעקומען, און בשעת די אמבולאנסען קוויטשען מיט די סירענעס און די מעדיקס פרובירען ראטעווען דעם קרבן, שטייט ער און ציטערט פאר שרעק, ווען פאליצצי איז בודק זיין קאר מיט שבע בדיקות, ער איז טאקע אומשולדיג, ער האט בשום אופן נישט געוואלט וויי טון א מענטש, זיכער נישט אראפקלאפען, אבער, נאר וואס דען? ער האט פאר זיין זיכערקייט און רואיגקייט אינסטאלירט א דעשבאורד קעמארע [הנקרא דעש קעם], און דאס כאפט אלעס אויף מבית ומבחוץ, פון אינווייניג און אינדרויסען, און ליידער האט זיין קעמארע ווארשיינדליך אויפגעכאפט אז ער האט נישט באמערקט דעם מענטש קראסען ווייל ער איז געוועזען פארנומען מיט א טעקסט מעסעזש, דעריבער איז ער א שוגג קרוב למזיד, און ער האט נישט קיין עצה, וועט ער ארויסנעמען די בילדער פון קאר, איז עס טעמפערינג פון באווייזען, לאזט ער עס דארטען, איז ער א פארטיגער.
די מעשה האט נאכנישט פאסירט לויט מיין ידיעה, אבער אזא מעשה ברענגט אריין גרויסע קווענקעלנישען צו איז טאקע אזא מציאה זיך צו אינסטאלירען דעם וואונדערליכען דעש קעם

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר