וועלט! מאכט נישט איבער די זעלבע טעותים פונעם האלאקאוסט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3087
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

וועלט! מאכט נישט איבער די זעלבע טעותים פונעם האלאקאוסט

שליחה דורך מאטי »

די וועלטליכע פירערס זענען נישט ווייניג מאהל קריטיקירט געווארן פארן כמעט גענצליך פארשפארן אירע טויערן פאר די אומגליקליכע אידן בעת די ביטערע עפאכע, פון ווען היטלער איז געקומען צו די מאכט, ביז צום סאמע ענדע פונעם קריג.

שיפן פול מיט פליטים זענען כסדר צוריק-געוויזן געווארן צוליב לעכערליכע תירוצים וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל. עס גייט נאך ביז היינט, נישט אין קאפ אריין די היסטאריקער וואס קענען לערנען דעם טרויעריגן קאפיטל היסטאריע.

פארוואס איז דאס איצט רעלעוואנט?

ווער ס'הערט נאר אויס די אלטוועלטליכע נייעס די יעצטיגע טעג, וועט זיך אומפארמיידליך אנקלאפן מיט טעגליכע באשולדיגונגען וואס ווערט געוואנדן אקעגן מדינות ישראל מיט נומערן פון ציווילע אומגעקומענע פאלעסטינע פרויען אין קינדער. זיי ווייסן פונקטליך די נעמען, יארגאנג, פון די אומגעקומענע. די ישראלים זענען שוין הייזעריג פון זיך פארענטפרן פאר די בלעכענע סי ען ען און בריטישע אקצענטן פון 'בי בי סי' וועלכע קומען מיט אלטע אויסגעדראשענע טענות פון די אוועקגעלייגטע אלטע ארכיון וואס האבן דעם דאטום פון די ישראליש'ע מלחמות. און די קלישעי פערסערווירט מיט די זעלבע סארט פארענטפערונגן וואס די ישראלים געבן אן פארלוירענערהייט צו די טויבע אויערן פון וואלף בליצער וחבריו.

אזוי פארט דאס "הין און צוריק הין און צוריק" ביז גייקאו נעמט איבער און פרעזענטירט א פרישער פרעצעדענט פון אבסורד אין אירס א קאמערציאל.

איך וויל מיך דא באציען צום באשולדיגונגס זייט פונעם ארגומענט, אז מדינת ישראל איז יא אגרעסיוו! און נעמט נישט ערנסט דעם ציווילע פאלעסטינע פראגע.

לויט דעם קומט דאך אויס, אז ס'איז פארהאן א פאלק וואס איז אונטער גענאצידליכע געפאר! א פאלק וואס ווערט עקסטערמינירט אונטער די נאז פון די וועלט, ואין פוצה פה ומצפצף.

מילא מדינת ישראל, וואס קען מען דען פארלאנגן פון איר, זי מאכט דאך אן דעם פראבלעם. דאס איז, ווי בעטן היטלער זאל העלפן די אידן. אבער די אראבישע ברודער זייערע, וואו איז אביסל אחריות! פארוואס הערט מען נישט פון די אזוי רחמנות האבענדע מענטשן א רוף פאר די פליטים פון עזה. פארוואס עפנט נישט עגיפטן אירע גרעניצן צו אקאמעדירן די ציווילע עזה באפעלקערונג. וואו איז טערקיי ווען מ'דארף איר! איר האט באשולדיגט די ישראלים אז זיי זענען אויפן זעלבן שטאפל ווי "נאציס", אויסגעצייכנט!... איר טוט א געוואלדיגע ארבייט פאר די מענשהייט. יעצט לאמיר זען א פלאטיליע פון שיפן וואס נעמן אריין עזה איינוואוינער וואס - לויט די ווערטער פון ז'אן סטוארט - האבן נישט וואו צו לויפן אפילו נאך די ווארענונגען אז אן אטאקע איז אויפן וועג פון די אכזריות'דיגע ישראלים.

די יו ען איז טאקע מורא'דיג באשעפטיגט די צייטן צו פארדאמען מדינות ישראל צוליב אירע מענטשן רעכט פארלעצונגן, און כל הכבוד צו זיי. אבער אויב די אלע לענדער זענען שוין סיי ווי אונטער איין דאך צוליב דעם אזוי וויכטיגן צוועק, דאן פארוואס הערט מען נישט פון זיי אינאיינוועגס א וויי געשריי און א רוף צו די ברודער פון די נעבעכ'דיגע אראבער אין עזה. "ברודער טייערע, נעמט אריין די פליטים! זעט איר דען נישט ווי מ'הרג'ט זיי אויס אומדיסקרימענירענד, האט איר דען נישט גענוג פלאץ אין איינע פון אייערע צוויי און צוואנציג מוסלעמענער לענדער צו פלאצירן אנדערטהאלבן מיליאן מענטשן?

אראבער!! לערנט אייך אפ פון אייערע שונאים "מאויבי תחכמנו" וואס האט מדינות ישראל געטון מיט אירע ברודער אין אייערע מדינות, ווען די ערד האט געברענט אונטער זייערע פוס. אכט הונדערט טויזענט פליטים האט מדינות ישראל אריינגענומען אין אירס א קליין לענדעלע, און איר זענט צושפרייט און צעזייט אין א דריטל פונעם יישוב העולם און איר פארשפארט אייערע גרעניצן אויף אייערע ברודער און שוועסטער וואס ווערן גע'הרג'ט ווי הערשן אין פעלד.

וועלט! אויב פאסירט שוין יא א צווייטע האלאקאוסט, חזר'ט כאטש נישט איבער די זעלבע טעותים....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves

דער אשכול פארמאגט 82 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר