הנה זה עומד אחר כתלינו....

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

הנה זה עומד אחר כתלינו....

שליחה דורך קאך_לעפל »

ווען מען קיקט זיך אזוי צו צי די פאליטשע לאגע, אין וואס דער וועלט געפינט זיך היינט, כאפט ממש א ציטער אין אלע ביינער, די אלע סימנים וואס מען האט געזען אין די 30'ער יארן אין אייראפא, וואס האט קלאר געצייגט אז עס קימט א חורבן, זעען זיך אצינד ווידער אויפן האריזאנט, דער חילוק איז נאר אז די אידן אין אייראפא האבן נעבאך נישט געוויסט וואס צו ערווארטן, די גרעסטע שווארץ קיקער האבן זיך נישט געקענט אויסמאלן, דעם גענויען בילד וואס עס וועט זיך אפשפילן, אבער אינז נאכן דירך גיין דעם בלוטיגן שואה, ווייסען מיר שוין כאטש צו ערווארטן.

עס שטייט אין זוהר הק' סוף פרשת וארא, אז פאר משיח וועט קימען גייט ארץ ישראל באלאנגען פאר די אראבער, און די אראבער גייען אויפלאקערן א וועלטס מלחמה מיט די בני אדום ( די מעריב וועלט), און די מלחמה וועט זיך אנהייבן לעבן ארץ ישראל, ( מיטל-מזרח).

לאמיר נישט אריין שטעקן דעם קאפ אין דער ערד, לאמיר נישט לעבן אין אולוזיעס, לאמיר קיקן דעם מצב אין פנים אריין, מיט א ניכטרען בליק.

דער מצב אין אמעריקא.

עס איז נישט קיין סוד, אז אמעריקא איז שוין נישט היינט וואס זי איז געווען, די ראלע פון שפילן אלס דער וועלטס פאליסמאן, איז שוין היינט א פארגאנגענהייט, עס איז ליידער מקיים געווארן עבדים משלו בנו ופורק אין מידם, די אמעריקאנער יונגווארג האט אריין געוועלט אין ווייסן הויז, א ריכטיגער עבד, אן אפשטאמיגער בן אחר בן פון דעם פארשווארצטען חם, וועמען דער זיידע נח האט נאך פארשאלטן אז ער וועט שטענדיג זיין א קנעכט.

דער כבוד און פרעסטידש פון דעם אמעריקאנעם פרעזידענטשאפט, איז אין אזא נידריגע מצב, וואס עס איז נאך קיינמאל נישט געווען, און אלע פעלקער ווייסן דאס, און ניצן עס גוט אויס פאר זייער אונטערסען, צו עס זאל זיין רוסלאנד, טשיינע, אדער אייראפא.

לאמיר נעמען איין קליינע דוגמא:

תשכ''ג האבן די רוסען מחליט געווען צו שיקן ווייט-שטערעקעדיג מיסל'ס צו זייער אלעאירטע אין קובא, וואס איז אונטער די פירערשאפט פון דעם באבורדעלטער חסר דעה קאסטרא, און עס האט געדראהט א ערנסטע געפאר, אז קובא זאל קענען שיסן די מיסל'ס ביז דעם אמעריקאנעם באדן, און זיייען טויט אין חורבן אויף די אמעריקאנע באפעלקרונג.

האט דער יונגער אמעריקאנער פרעזידענט קענעדי ארויס געשיקט די אמעריקאנער ים פלאטע, אז זיי זאלן באלאקירן די רוסשע שיפן, און בשאו''א נישט ערלויבן אז די מיסל'ס זאלן אנצוקימען קיין קובא, ער האט גענימען דעם ריזיקע פון אריין שלעפן די פאראייניגטע שטאטען, אין א דריטע נוקלוארע וולעטס מלחמה, צו באשיצן די אמעריקאנער בירגער.

וואלט דער היינטיגער עבד וואס זיצט אונעם ווייסן הויז אויך געטאן דאס זעלביגער? זיכער אז נישט!

עס איז נישט קיין סוד אז דער עבד הכושי איז א פחדן, און א לא יצלח, און מען קען פון אים גארנישט ערווארטען. און ח''ו אויב עס וועט דראהן א געפאר אויף מדינת ישראל, קען מען פון אים גארנישט ערווארטן, ער איז א ריכטיגע ליימענע קאטשקע, וואס זיצט אויף א פעטן געהאלט פון די אמעריקאנער שטייער צאהלער, און האאט נישט דער שכל און קוראש צו טאן עפעס זאכליך.

אינזער רוסישער פריינד דער מה יעשה'ניק מיסטער פוטין ווייסט דאס זייער גוט, און מאכט א לעבן אויף דעם חשבון, ער בארדערט ארום אין אוקריינא מיט א פרייע האנט אן קיין פחד און מורא פון דעם עבד הכושי כאדם העושה בתוך שלו.

דער מצב אין אייראפא:

דער אידיש בלוט דירך-געווייקטער אייראפא האט זיך נישט קיין סאך גענדערט, די אייראפישע גוים זענען אויסגעווייקטע אנטיסמיטן, (מיר האבן דאך פארט געהארג'ט זייער ג-ט, און געברענגט די שווארצע מגיפה, און מיר באניצן זיך מיט ריין קריסטליך בלוט פאר אונזערע אריזאנע מצות ) זיי האבן פיינט דעם יוד מיט א שנאה שאין לשער, די גאנצע חילוק איז נאר אז הייינט דארף מען עס אביסל באהאלטן, ווייל דער וועלט איז היינט ליבלעראל, און פיינט האבן א מענטש צילוב זיין קאליר אדער ראסע, איז קעגען די ליבלעראלע אנשויאינגען, אבער די מינדעסטע ענדערינג וואס מאכט זיך אינעם טעגליכען רוטין, צייגן זיי זיך גראד ארויס מיט די אמת'ע פארבן.

ווען דער מאניאק היטלער ימ''ש איז געקימען צו די מאכט, אין 1933, און ער האט אנגעהויבן צו פרעדיגען אנטיסמיטיזם אפען, איז גאנץ אייראפא געווארן מיטגעכאפט מיטן אנטיסמיטשע פייער, און די אלע מעניארען וואס די אייראפישע גוים האבן כלואמרשט פארמאגט, איז פארשווינדען געווארן כחלום יעוף, און מען האט מיט די גרעסטע מאס צופרידענהייט געהאלפן דעם פארשאלטענעם דייטש, אויסצופירן דעם ענדגילטיגן לעזונג.

אזוי אויך איצט ווען די ישראלים האקן אריין אין די פאלאסטינער מנה אחת אפיים, און די וועלט האט מיט זיי מיטלייד, שטעלן זיך די אייראפישע גוים ארויס מיט זייערע ריכטיגע פארבן, און פראקטעצירן אנטיסמיטיזם אקוראשט די זעלבע ווי אין די פינסטערע מיטל אלטער עפאכע, און די גאנצע שלייער פון בישה ווערט אפגעטאן פון זייער פארשאלטענע געזוכטער.

דער מצב אין מיטל מזרח:

חברון - דער פארגאנגענעם לילי שישי פרשת שלח תשע''ד, האבן זיך 3 טייערע בחורים, וואס האבן געלערנט אין די ישיבה שבי אין חברון, און אין די ישיבה מקור חיים און עציון, זיך געגרייט אהיים צו פארן צו וויילן אויף שבת קודש מיט זייערע חשובע עלטערן.

די בחורים אייל יפרח הי''ד פון די שטאט אלעד, נפתלי פרענקל פון די שטאט נוף איילון, און גילעד שער פון די שטאט טלמון, האבן זיך געלאזט צום טרעמפ ארט, וואס געפינט זיך אין צומות איילון, מיטן ציל צו טרעפן א טרעמפ וואס זאל זיי אהיים פירן, צו די שטעט וואו זיי האבן געוואוינט.

א קאר האט זיך אפגעשטעלט אויפצונעמען די 3 בחורים, וואו נאר די בחורים זענען אריין אין די קאר, האבן זיי גלייך אויפגעפאסט, אז זיי זענען ביטער אריין געפאלן, און זיי זענען אצינד פארכאפט אין אראבישע הענט, איינער פון די 3 בחורים האט זיך פראבירט צו פארבינדען מיט די פאליציי, אבער משום איזה סיבה האבן עס די פאליציי נישט גענימען צו ערענסט.

ווען עס איז אריבער א שטיק צייט, האט דער טאטע פון איינער פון די בחורים אנגעריפן די פאלציי, אוון זיי געמאלדן אז זיין קינד איז נעלם געווארן, ער האט געזאגט פאר די פאלציי אז ר האלט אין איין פראבירן זיך צו פארבינדן מיט זיין זון, אבער אן ערפאלג עס גייט גראד צום וואויסמעיל.

די פאליציי האבן עס ערנסט אויף גענימען, זיי האבן זיך געכאפט אז די נויט-ריף וואס זיי האבן באקימען א פאר שעה פריער איז ווארשיינליך געווען פון איינעם פון די בחורים, און זיי האבן זיך תיכף פארבינדן מיט די זיכערהייטס כוחות פון מדינות ישראל, וואס האבן תיכף אנגעהויבן א מאסיווע זיך אפאראציע אפצוגעפינען די 3 פארכאפטע.

צו דער מיסיע זענען איינגעשפאנט געווארן אלע אפטיילינגען פון די זיכערהייטס קרעפטן פונעם לאנד, די פאליציי, די ש''ב, די מליטער, די קאמאנדא קרעפטן, און נאך, אלע כוחות האבן געארבייט ארום דעם זייגער אפצוגעפינען די שפירן פון די 3 בחורים, אבער ליידער אן ערפאלג.

דער ראש הממשלה ביבי נתניהו האט תיכף אנגעהויבן צו פאכן מיט די פינגר קעגען כמאס, ער האט תיכף באשילדיגט אז כמאס שטייט אונטער דעם פארכאפונג, א באשילדינג וואס כאמאס האט קאטאגאריש אפגעלייקענט, זיי האבן זיך אויסגעדריקט אויפן ראש הממשלה אז ער איז גאר חסר דעה.

דער ראש הממשלה האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט, און ער האט כסדר ווייטער באשילדיגט כאמאס אין דער פארכאפינג, און ער האט ארויסגעגבן א באפעל פארן מיליטער אז מען זאל אנפאנגען צו ארעסטירן די פירער פון כמאס איינס ביי איינס, און דער מיליטער האט טאקע אזוי געטאן, זיי האבן אין איין נאכט ארעסטירט אריבער 80 מידגלידער פון די כאמאס ארגענעזאציע.

דער אפאראציע שובו בנים איז אנגעגאנגן אין איר פולען קראפט, די מדינת ישראל זיכערהייטס כוחות האבן אגרעסיוו אטאקירט די פאליסטינער במשך פון דער זוך אקציע, און כמאס איז געווארן ווילד, זיי האבן געשריגען אז דער פארכאפונג האט גארנישט צו טאן מיט זיי, און מדינת ישראל וועט טייער באצאלן פאר זייער אגרעסיע, אבער די מדינת ישראל פירער האבן זיך גאנץ קנאפע דערשראקן פון די בורפעסע שמאטע-קעפ, און זענען ווייטער אנגעגאנגען מיט זייער אגרעסיווע שטיק.

ענדליך נאך א גיטע 18 טעג זיכען אין די נאכט פונעם 30טען טאג אין יוני, האט ציווילע וואלאנטירן, וואס האבן ארויסגעהאלפן די מיליטער אין די זוך אקציע, ענדליך אפגעפינען די געשענדעטע קערפער פון די 3 טייערע בחורים, און ביז א טאג האט מען זיי געברענגט לקבר ישראל, מיטן גאנצען נאציאנאלע פאפמע דראמפע....

דער נקמה פון כאמאס האט נישט געשפעטיגט צו קימען, זיי האבן זיך גענימען באהאגלן ארץ ישראל, מיט נארימהאפטיגע ראקעטן, און געשטעלט די גאנצע מדינה אויף די פוס, און אריין געשטעלט די תושבי ארץ ישראל אין בונקערס, און א גייסט פון אומזיכערקייט האט זיך אויסגעשפרייט אויף די גאנצע מדינה.

אויף דעם האט דער שפארבערישער בנימין געווארט!!!

דער אפאראציע צוק איתן איז אריין געשטעלט געווארן אין קראפט, און דער פיקוד הדרום אונאיינעם מיט נאך פולע מיליטערישע אפטיילינגען האבן אריין מאשירט קיין עזה, און מען האט אנגעהויבן האקן ריקן און לענדן פאר די עזה איינוואוינער, די נקמה האנט פון די מדינה האט געזייט און זייט נאך אצינד טויט און חורבן, אין די גאסן פון עזה.

וואס וועט זיך דא אויסלאזן ווייסט נאר איין איינציגער באשעפער.

עס הערשט א געפאר אז פון צפון וועט זיך דער חיזבאלא שכן אויפוועקן, און קימן צו הילף פאר זייערע אראבישע ברידער, כאטש דער שלום בית צווישן כמאס און חיזבאלא זענען גאר שטארק איבערגעשטרענגט, זייער דרכי העבודה צו אללה זענען גאר פארשידענארטיג, אבער ווען עס קימט צום גרויסען ציוניסטישן שטן, קען גאר זיין אז מדין ומואב יעשו שלום ביניהם, און דאן זאל ג-ט ב''ה אוודאי האלטן די רעכטע האנט.

עס איז זיכער אז דער אטיילא כאמעיני זיצט אין אירן און פאלגט נאך די אנטוויקלינגען אינעם מיטל מזרח זייער פארזיכטיג, לאמיר האפן אז עס וועט בלייבן ביי דעם.

היוצא לנו מכל זה אז דער מצב אין דער וועלט איז גאר שטארק אנגעצויגן, די שנאה צום יוד איז דאך עפעס איום ונורא, נאך איין קליינע פינק, קען מאכן אזא איבערקערעניש, אז דער שואה וועט אויסקיקן וואו א קינדער שפיל, קעגן וואס עס ווארט אונז אפ, עס איז ניטאמאל דא וואו צו אנטלויפן, אלע סימנים ווייזען שוין אז הנה זה עומד אחר כותלינו, די קייטן מיט וואס אינזער אויסלייזער זיצט ארום געבינדן בשערי רומי, איז שוין כמעט אונגאנצען אויפגעבינדן, אליהו הנביא פראקטעצירט שוין מיטן שופר הגדול, און דער חמורו של משיח איז שוין גוט אנגעפיטערט און פולקאם גרייט צו די מיסיע, צו ברענגעןדעם רוח אפינו משיח ה', די מאלכים האבן שוין אן זייער שירצלן און זענען שוין פולקאם גרייט צו קענען סערווירען די סעודה של לוויתן, די מתים מאכן זיך שוין צורעכט זייערע תכריכין, און גרייטן זיך שוין צו תחיית המתים,.

אבער וואס טיט זיך מיט אינז? אה.... איך האב באקימן א וואטסעפ, ....אה עוועלין האט מיך געלייקט אויף פעיסבוק.....
מען איז פארנימען מיט שטותים און מעשי ילדות.... און מיט קטנות המוחין....

עס איז שוין צייט אויפצושטיין 1 2 3 4 ......
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר