אידן אויפ'ן הר הבית?!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
ארכיוויסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:22 pm
האט שוין באקומען לייקס: 346 מאל

אידן אויפ'ן הר הבית?!

שליחה דורך ארכיוויסט »

אידן אויפ'ן הר הבית?!

איבער די מזרחי'סטישע סעקטעס וואס גייען ארויף, און איבער די חסיד'ישע אידן וואס פארלאזן זיך אויף די פאלשע היתרים
גדולי הרבנים: די ערשיינונג פון ארויפגיין אויפ'ן הר הבית ווערט מער און מער, עס רירט אן אונזערע קרייזן אויך



חרדים על הר הבית.jpg
חרדים על הר הבית.jpg (210.68 KiB) געזען געווארן 4491 מאל


פארווארט
שטייענדיג אין די ימי בין המצרים, טעג וואס כלל ישראל דרייט זיך ארום אין טרויער טראכטנדיג וואספארא גוטע צייטן מען האט אמאל געהאט און וואס מען פארפעלט, און געפילן פון בענקעניש צו די גוטע צייטן און צו דעם גליקליכן אמאל הייבן אן ארויפצוקומען. טראץ דעם וואס נישט אונז, און נישט אונזערע זיידעס געדענקען יענע טעג אדער פארמאגן די מעגליכקייט מיטצוטיילן זכרונות, דאך איז יעדער זיכער אז די צייטן זענען געווען לעכטיג, צייטן ווען כלל ישראל איז געווען בצל השכינה, אינעם באשעפער'ס הויז, אונטער דער אטמאספערע פון קדושה, פון נאנטקייט צום אמת און צום איינציגן בורא, געקענט טון דעם רצון השם רואיג אן דאגות פון שיעבוד מלכיות פון די אומות העולם וואס שטערן. מען האט געקענט עולה רגל זיין, געהאט דעם מעגליכקייט מיט צו האלטן א יום כיפור עבודה, א קרבן פסח א.א.וו.

אין אזעלכע וואכן, איז נישט קיין ספק אז די אידישע הערצער זענען עטליכע מעטער נענטער צו דעם עיר הקודש ירושלים, און בפרט צום הר הבית. מיר ווייסן אז מיט פיזישע הענט קען מען נישט באטאפן יענע גוטע צייטן, אבער דאך – איין איינציגסטער פיזישער אנדענק איז געבליבן וואס דאס קען מען אמווייניגסטענס אנטאפן – דאס איז די הייליג שטאט ירושלים און דער הייליגער מקום המקדש – הר הבית. איז טאקע איצט ווען די הערצער זענען ווארעם, דאס אידיש הארץ שפירט זיך נאנט צום ארט איז זיכער אז יעדער ליינער באזונדער איז פאראינטערעסירט צו וויסן וואס גייט דארט פאר? און דעריבער לאמיר טאקע כאפן א בליק וואס טוט זיך דארט אויפן ארט.

אבער ליידער קומען מיר נישט מיט גוטע נייעס, וועלנדיג געוואויר ווערן און גריבלענדיג נאך אינפארמאציע איבערן ארט איז דער שרייבער געוואויר געווארן נייעס וואס גדולי הרבנים מיט וועמען דער שרייבער האט זיך באגעגענט האבן געבעטן ער זאל לאזן פארשפרייטן פארן ציבור וואס עס גייט פאר, און ווי אזוי מען טרעט לעצטענס אויף אן איסור וואס אלע גדולי ישראל האבן גע'אסר'ט, און אויך אז די געדאנקען רוקן זיך אריין ביים עולם, און מען מוז עס באצייטענס אפשטעלן.

די נייעס איז נישט געווען אז די נבואה פונעם נביא אז "שועלים הלכו בה", איז ליידער מקוים געווארן, און אויך נישט אז ליידער דרייען זיך דארט זאכן וואס זענען נאך ערגער ווי פוקסלעך, דאס זענען די פארשאלטענע אראבישע רוצחים, ניין, דאס איז נישט קיין נייעס, די נייעס איז אז אויסער אראבער וואס דרייען זיך רעגלמעסיג אויפן בארג דרייעט זיך לעצטענס נאך א גרופע – דאס איז אחינו בני ישראל, אידן וואס האבן זיך לעצטענס מתיר געווען ארויפצוגיין אויפן הר הבית.


חסידישע אידן און ראשי ישיבות גיין אויך ארויף אויפן הר הבית!
ליידער די וואס גיין ארויף זענען נישט איינציגע, אויך נישט פשוט'ע פראסטע גאסן-אידן אדער פרייע אידן, אדער שוואכע סארט אידן, נאר רבנים און תלמידי חכמים אויך זיי ערלויבן זיך ארויפצוגיין, אויך אידן וואס רופן זיך רבנים גייען ארויף און זענען מזלזל אינעם איסור פון אלע גדולי ישראל פון אלע קרייזן פריערדיגע און היינטיגע, און לייגן זיך אריין אינעם ספק איסור כרת.

איי וועט איר פרעגן וואס האט עס מיט אונז? מיר האבן דאך גארנישט צו טאן מיט די סארט רבנים און מיט זייערע קהילות, מיר זענען דאך אינגאנצן אפגעטיילט פון זיי, איז פארוואס דארפן מיר זיך בכלל אומגעקוקן אויף זיי און זיך קימערן איבער וואס זיי טוען? דער תירוץ דערויף איז - אז דער באגריף פון זיך ערלויבן ארויף צו גיין ווערט מער און מער פארשפרייט, און הייבט אן צוביסלעך אריין צו קריכן אין די רייען פונעם ציבור, און רירט שוין אויך ליידער אן אונזערע רייען, והא ראיה אז אידן, חסיד'ישע אידן, האבן אויך אנגעהויבן צו גלייבן אינעם "היתר" און אז דער איסור פון אלע גדולי ישראל איז געווען אביסל "איבערגעטריבן", אדער מער א חומרא, אבער אין ווירקליכקייט מעג מען יא מיט געוויסע באדינגען ארויפגיין. איינער פון די אידן, א חסידי'שער איד וואס האט געלערנט אלס קינד אין ת"ת סאטמאר (!) פירט אן מיט אן ארגאניזאציע וואס האט גערופן אידן מיט צו האלטן מיטן היתר און ארויפקומען אויפן בארג.

אויך רבנים פון אמעריקע, טאקע מער פון מאדערענערע קרייזן, האבן שוין אנגעהויבן גלייבן אינעם אזוי-גערופענעם היתר. גייענדיג צום דרוק האט זיך דער שרייבער דערוואוסט אז אין די לעצטע טעג האבן עטליכע רבנים ווידעראמאל עובר געווען אויפן איסור ארויף צוגיין אויפן בארג (איינער פון זיי איז דער רב פון מאנסי פון וועמען כלל ישראל האט געליטן ביי דער מערכה איבער מציצה בפה). פון די עטליכע רבנים וואס זענען ממש לעצטענס ארויף, איז געווען עטליכע וואס האבן געוואלט פארמיידן אז דער פאקט אז זיי זענען ארויף זאל פארשפרייט ווערן, אבער דאגעגן איז געווען איינער פון די רבנים וואס ווען ער איז ארויף אויפן הר הבית, האט ער געהייסן פארן ארויפגיין אז מען זאל ברענגען א פאטאגראפער וואס זאל אים אפ כאפן ווען ער איז דארט געווען, ווייל ער וויל ווייזן פאר אלע זיינער נאכפאלגער'ס אז ער שעמט זיך נישט דערמיט, נאר ער גייט ארויף אויפן בארג מיטן גאנצן פעסטקייט.

און טאקע וועגן דעם, ווייל לעצטענס איז דער איסור אזוי שטארק נפרץ געווארן, און אסאך זענען זיך מתיר, איז וויכטיג איבער צו חזר'ן דעם איסור, און עס נאכאמאל ערווענען. און אזוי ווי איינער פון די רבנים האבן געזאגט פארן שרייבער בשעת'ן געשמועסט מיט אים מברר צו זיין איבערן איסור: "מען דארף מפרסם זיין די וואס גייען ארויף, און אויך איינוועגס איבערגיין דעם איסור מיטן ציבור – אזוי אז יעדער זאל וויסן פארוואס מען טאר נישט ארויפגיין און נישט ווערן איבערגענומען פון די וואס זענען זיך מתיר ארויפצוגיין.

מיר וועלן נישט דא אריינגיין אין פרטי פרטים – וואס איז דער איסור א.א.וו., נאר כאפן א קורצן איבערבליק איבערן איסור און אויך איבער די וואס ערלויבן זיך עובר צו זיין, פארוואס זיי טון עס, פון וואס ווערן זיי פארבלענדעט און וואס שטופט זיי. וואס וויסענדיג דאס, ווערט אויטאמאטיש דער גאנצער גלאנץ פון זייערע לעכערליכע היתרים צופאלן.


פארוואס טאר מען נישט ארויפגיין אויף הר הבית?
טראץ דעם וואס יעדער איד ווייסט פארוואס עס איז אסור ארויפצוגיין אויף הר הבית, און אז דער איסור איז אלעמאל געווען אנגענומען ביי אלע שיכטן און קרייזן, און דאס אליין אז עס איז גע'אסר'ט געווארן פון אלע פריערדיגע און לעצטיגע גדולי ישראל איז גענוג, דאך איז אלעמאל וויכטיג צו וויסן דער גרונד פונעם איסור, און דעריבער וועלן מיר דאס דא אין קורצן אראפברענגען.

דער איסור ארויפצוגיין אויפן הר הבית נעמט זיך הויפטזעכליך פון דעם איסור ארויף צו גיין אויף הר הבית טמא'נערהייט - צ.ב.ש. א איד וואס איז טמא געווארן טומאת מת דורך דעם וואס ער האט צוגערירט צו א טויטן, טאר נישט ארויפגיין אויפן בארג בעפאר ער רייניגט זיך, אויב ער גייט יא ארויף איז עובר אויפן לאו דאורייתא פון נישט ארויפצוגיין בטומאה און דער עונש דערויף איז מיתה בידי שמים וואס ווערט אנגערופן אינעם אלגעמיינעם לשון "כרת".

אינעם בארג אליין זענען די ערטער און אויך די טומאות צעטיילט אין אסאך טיילן. בזמן שבית המקדש היה קיים, איז דער בארג געווען צעטיילט אויף דריי מחנות: מחנה ישראל, מחנה לויה און מחנה שכינה. די ערטער זענען דריי קאטעגאריעס אין הייליגקייט, דער הייליגסטער ארט איז מחנה שכינה, דערנאך איז געקומען אין דער רייע מחנה לויה, און צום לעצט איז געווען מחנה ישראל. די דריי קאטעגאריעס זענען דריי באזונדערע ערטער, אנהייב הר הבית פון דער זייט וואו מען איז אריינגעקומען איז געווען מחנה ישראל, אביסל ווייטער איז געווען מחנה לויה און טיף אינמיטן – וואו דער היכל וואס מען האט מקריב געווען קרבנות און דער קדשי קדשים איז געווען – האט געהייסן מחנה שכינה.

די ערלויבעניש אריינצוגיין איז אויך געווען איינגעטיילט אין צוויי קאטעגאריעס: אין מחנה ישראל און אויך אין מחנה לויה האבן געמעגט אריינקומען טמאי מתים, אבער מענטשן וואס זענען אנשטעקיג מיט אנדערע טומאות וואס זיך צו רייניגן דערפון האט אויסגעפעלט בלויז א מקוה און ווארטן ביז ביינאכט (א טבול יום) זענען נישט געווען ערלויבט אריינצוגיין ביז ווען זיי האבן זיך גערייניגט, אבער אין מחנה שכינה האט א טמא מת נישט געטארט אריינגיין. ער האט געקענט אריינגיין אין די אנדערע צוויי, אבער נישט אינעם דריטן, בלויז א מצורע האט נישט געטארט אינגאנצן אריינקומען אין הר הבית.

היינט צוטאגס, לויט רוב פוסקים, גייט נאך אן די הלכות וואס זענען געווען אקטועל אינדערצייט ווען דער בית המקדש איז געשטאנען, דעריבער קען א טמא מת נישט אריין גיין אינעם מחנה שכינה ווייל כדי זיך צו רייניגן דארף מען האבן א פרה אדומה, א זאך וואס איז נישט דא היינט צו באקומען, און אפילו עס איז יא דא, פעלט זיך אויס נאך אסאך תנאים דורכצופירן דעם שפריצן פרה אדומה, דעטאלן וואס נישט דא איז דער ארט אויסצושמועסן, דעריבער זיך צו רייניגן מיט פרה אדומה קומט נישט אין באטראכט.


פארוואס טאר מען נישט ארויפגיין היינט אויף די ערטער וואו מען דארף גיין בלויז אין מקוה?
וואס אסאך פרעגן יא, איז פארוואס זאל מען אין די ערטער וואו מען ברויך בלויז זיך טובל'ען אין מקוה, אדער העכסטענס אין א קוואל, פארוואס דארט זאל מען נישט טארן ארויפגיין? היינט צוטאגס פעלט נישט דאך נישט קיין מקוואות, אפילו מקוואות פון קוואל וואסער איז אויך דא היינט, אויב אזוי פארוואס איז מען אזוי שארף קעגן ארויפגיין, זאל מען איינפירן אז בעפאר מען גייט ארויף זאל יעדער זיך טובל'ען, און דערנאך זאל מען קענען ארויף גיין?

עס איז אבער נישט פונקט אזוי, עס זענען פארהאן עטליכע סיבות פארוואס אלע גדולי ישראל האבן זיך נישט צוגעכאפט צום היתר פון גיין אין מקוה און דערנאך לאזן ארויף גיין, די סיבות זענען ווי פאלגענד: איינס אז ווי ערווענט טאר מען אין מחנה שכינה זיכער נישט אריין גיין, ווייל מיר אלע היינט זענען טמאי מתים, און מיר האבן נישט קיין פרה אדומה, דעריבער דארט טאר מען זיכער נישט אריינגיין, און די זאך איז – אז קיין איינער קען נישט פעסטשטעלן אויף הונדערט פראצענט וואו עס איז אמאל געווען מחנה שכינה און מחנה לויה א.א.וו.

טראץ דעם וואס אסאך זאגן אז זיי ווייסן יא וואו דער קדשי קדשים איז אמאל געווען, איז דער געביט פארוויקעלט און פארפלאנטערט, עס איז דא דערין זייער אסאך שיטות און קיין איין שיטה קען זיך נישט אייניגן מיטן צווייטן, יעדע שיטה פאר זיך איז געבויט מיט אנדערע ראיות און הוכחות, דעריבער אזוי ווי דער געשעפט איז פארבינדן מיט אסאך ספיקות און ס'איז א הארבער ספק, ווייל דער וואס איז עובר חלילה איז דער שטראף כרת, דעריבער איז ספיקא דאורייתא לחומרא און אלע רבנים האבן גע'פסק'ענט אז מען איז נישט מקיל בשום אופן.

נאך א סיבה איז, ווייל צו די ערטער וואו א טמא מת קען יא גיין, קען נישט א טמא'נער פון אנדערע סיבות יא גיין, מען דארף זיך גוט מטהר זיין בעפאר מען גייט ארויף אויפן בארג, און א טייל פון די ריינקייטן מוז געמאכט ווערן מיט א מקוה פון קוואל וואסער ממש, און מיט נאך באדינגען, אזוי אז נישט אלעמאל איז מעגליך זיך צו רייניגן הונדערט פראצענט, און אויך נישט אלעמאל וועלן די ארויפגייער צושטימען זיך צו טובל'ען בעפאר, דעריבער האבן די גדולי התורה באשלאסן ענדערש זאל מען אינגאנצן נישט ארויפגיין.

אין צוגאב צו די סיבות קומט נאך צו דער פאקט אז מען האט מורא אז די וואס וועלן יא ארויפגיין, וועלן נישט וויסן גענוי וואו מען מעג יא גיין און וואו נישט, און אפילו אויב זיי וועלן יא וויסן, קען זיין אז אסאך וועלן זיך נישט פאלגן און מיטגיין מיט די אנווייזונגען פונעם באגלייטער און יא צו גיין צו די ערטער צו וואו מען טאר נישט גיין, אויך וועלן די וואס ווילן ארויפגיין זיך נישט געהעריג רייניגן ווי די הלכה פאדערט, און ווער וועט נעמען פאראנטווארטליכקייט איבער זיי אויף אזא מקום קדוש וואס יעדע פאלשע טריט רירט אן איסור כרת, דארף מען שטארק אכט געבן דערויף.

עס מוז ערווענט ווערן אז קיינער פון די גדולי ישראל האט נאך נישט גענומען אויף זיין פלייצע אז ער ווייסט גענוי וואו מען מעג יא גיין און וואו נישט, אזוי אז אויף קיינעמס ווערטער קען מען זיך נישט פארלאזן און ארויפשפאצירן רואיגערהייט. די וואס זענען יא מקיל זענען אויך נישט געזעצטע ערליכע רבנים וואס מען קען זיך אויף זיי פארלאזן מיט פארמאכטע אויגן.

די אלע סיבות ביז אהער, אינאיינעם מיטן פאקט אז פאר יארן איז אנגעגאנגען א סטאטוס אז מען גייט נישט ארויף, און אז אין משך פון אלע דורות האבן אידן פון אלע קרייזן געוואוסט אז אויפן הר הבית גייט מען נישט ארויף, נישט קיין אונטערשייד אין וואספארא צושטאנד מען שטייט, און אויך אז ביי אלע קרייזן זענען ארויסגעקומען איסורים – פון די גדולי התורה פון די פרומע קרייזן ביז צו די מער לינקע מאדערנע רבנים וואס זענען ציוניסטיש גענויגט ווי צ.ב.ש דער ציוניסטישער רבנות הראשות וואס האט אויך גע'אסר'ט. אפילו דער רב הראשי, הר' קוק, האט אויך גע'אסר'ט באיסור גמור ארויפצוגיין, דאס ווייזט אז דער איסור איז אין קראפט, און אז קיינער האט נישט היינט דער רעכט עס צו צעשטערן.

און טאקע יארן לאנג האט געהערשט א פאראייניגונג אין דעם נושא, אלע קרייזן זענען געווען ביי דער מיינונג אז מען טאר נישט ארויף גיין, און טאקע יארן האט מען געפאלגט דעם פסק. מען קען זאגן אז דער הייקעלער געביט איז פון די איינציגסטער טעמעס וואס עס האט געהערשט אזא פאראייניגקייט און פארשטענדיגקייט ביי אלעמען, קינד און קייט האבן געוואוסט אז אויפן הר הבית גייט מען נישט ארויף.

די דאזיגע פאראייניגונג האט זיך געענדיגט ווען די ישע'ניקעס – די מזרחי'סטן, האבן עס לעצטענס געבראכן, און ליידער גייט דער איסור ווייטער און ווייטער און דרינגט אריין ביי אונזערע קרייזן.


וואס ברענט פאר די מזרחי'ניקעס ארויפצוגיין אויפן הר הבית?
וואס איז די סיבה וואס ברענט אזוי שטארק פאר די מזרחי'סטן דורך צו ברעכן דעם אנגענומענעם גדר, וואס האט אלע יארן עקזיסטירט? מיינט נישט, נישט דער ברען צו זיין נענטער צום באשעפער שטופט זיי צו טאן דעם ווילדן שריט, נישט דער דארשט אנצורירן א שטיקל ערד וואס די עולי רגלים האבן דארט געטרעטן שטופט זיי, וואס עס שטופט זיי יא, איז דער אינערליכער ציוניזם וואס פלאקערט אין זיי, די פאטריאטישקייט צו האבן אן אייגן לאנד, דאס מאכט זיי טון ווילדע מעשים.

אזוי ווי זיי קוקן זיך צו לעצטע יארן און זעען צו מיט די אויגן ווי דער עגל הציוני צופאלט, און ווערט מער און מער צעפיצלט, בפרט לעצטענס האט די מדינה עמטליך אויסגערופן אז זי פלאנט אום צו קערן דער מזרח טייל ירושלים, האט די ווילדקייט פון די מזרחי'סטן אנגעהויבן ווערן שטערקער און שטערקער, און זיי האבן זיך אנגעפאנגען שפירן ווי די פארטרעטער פון ארץ ישראל און זיי מוזן אבאכט געבן אז מען זאל גארנישט אומקערן חלילה צו די אראבער, קיין איין שטיק ערד, קיין ד' אמות פון ארץ ישראל.

ווי מער הר הבית ווערט פאלעסטיניזירט, און די אראבער הייבן זיך אן מער צו שפירן דארט בעלי בתים, אלץ שטערקער ווערט דער רייץ און אויפברויז אינערהאלב די מזרחי פארטיי. די אראבער האלטן שוין היינט ביי א שטאפל אז זיי רופן שוין אויס עמטליך אז הר הבית האט גארנישט צו טאן מיטן אידישן פאלק, און אז עס האט קיינמאל נישט געהערט פאר זיי, נישט אין די לעצטע הונדערט יאר, אויך נישט אין לויף פון די היסטאריע, און זיכער איז עס קיינמאל נישט געווען א סימבאלישע ארט. יעדן אידישן אנדענק פון אמאל רייסן זיי אויס, און ווען עס ווערט אנטדעקט א שפור פון אמאל באהאלטן זיי עס ווי ווייט זיי קענען, און לאזן עס נישט פארשפרייטן אין דער עפענטליכקייט, זיכער נישט פאר די פרעסע.


די אפעראציע פון דער מזרחי צו פארטרייבן די אראבער פון הר הבית – וואס איז אין דער לעצטער מינוט צעפאלן
פארשטייט זיך אליין אז אזעלכע אראבישע סטעיטמענטס קאסט געזונט פאר די מזרחי'סטן, נאך דערצו אז די ציונים באשטעטיגן עס נאך, און גרייטן זיך אום צו קערן מזרח ירושלים, איז זיכער אז זיי ווילן נעמען שריט, אבער טראץ דער רייץ און אויפברויז קעגן די לינקע ציונים האבן די מתנחלים זיך אייביג אפגעהאלטן פון ארויפגיין אויבן אלץ דער איסור פון ארויפגיין אויבן אויפן בארג. ביז לעצטענס.

צום ביישפיל: זומער '94 איז געווען געפלאנט אז יאסיר אראפאט ימ"ש, דער פארזיצער פונעם פאטאך ארגאניזאציע און פירער פון די פאלעסטינער יארן לאנג, וועט אנקומען אויף א באזוך קיין ירושלים און ער וועט אפהאלטן א באזוך אויפן הר הבית. עס האט דאן אויסגעבראכן געוואלדיגע מהומות, און סטראשונקעס פון מארד האט זיך געהערט פון די רעכטע קרייזן וועלכע האט צוגעברענגט אז אין ענדע איז דער באזוך בטל געווארן.

ביי יענעם געפלאנטן באזוך איז געווען געפלאנט אז א גרופע פון עטליכע הונדערט מתנחלים און מזרחי'סטן וועלן אריינשטורעמען אינעם הר הבית און פארטרייבן די אראבער פון דארט, אבער אין די לעצטע מינוט איז דאס אויך אפגעווארפן געווארן ווי זיי האבן זיך אנגעשטויסן מיט זייער'ע רבנים וועלכע האבן געשריגן אז עס איז אן איסור כרת ארויפצוגיין אויפן הייליגן בארג.


די תורה טוישט זיך ביי מזרחי
אבער זעט אויס אז די צייטן האבן זיך געטוישט, אויך די תורה האט זיך געטוישט ביי די מזרחי'סטן. עטליכע יאר שפעטער, און בפרט לעצטענס, האט פלוצלינג די תורה הק' באקומען אנדערע דינים און עס האט אריינגעברענגט א דראמאטישער פארענדערונג אינעם הלכה'דיגן פונקט אנבאלאנגט הר הבית. דער דרוק פון די היציגע מזרחי'סטן האט געברענגט אז די רבנים זייערע זאלן זיך צוזאם זעצן און אויסארבעטן א היתר לפי שיטתם און מתיר זיין דאס וואס אלע פריערדיגע גדולים און היינטיגע האבן גע'אסר'ט.

אין אנהייב האבן די רבנים אינערהאלב די מזרחי'סטן געהאט צווישן זיך אליין קאנפליקטן – נישט אלע זענען געווען גרייט מתיר צו זיין דעם ארויפגאנג, עס זענען געווען נאך עטליכע ערנסטע רבנים וואס זיי האבן פארשטאנען אז טראץ דעם וואס זיי זענען אין א פראבלעם פון צו א שטארקע 'פאלעסטיניזאציע' וועלכע הערשט אינעם באדן פונעם הר הבית קען דאס אבער נישט אוועקמאכן דעם הארבן איסור כרת וואס הערשט אויף די וועלכע עס גייט ארויף היינטיגע צייטן אויפן "הר הבית".

אבער זעט אויס אז דער דרוק אין לויף פון די יארן איז געווארן שטערקער, און דאן האבן די מזרחי'סטן אינאיינעם מיט די וועד רבני יש"ע זיך צוזאמגעזעצט און געמאכט א "קונצנזוס רבני" און דארט ענדגילטיג באשטעטיגט אז מען מעג ארויפגיין אויפן בארג. די קונזוצס הרבני וואס זיי האבן דאן געגרינדעט האט שפעטער געברענגט אז זיי זאלן עס שטערקער מאכן און גרינדן אזא סארט פאראייניגונג וואס זיי רופן "סנהדרין", וואס דאס האבן זיי געגרינדט נאך דעם וואס דער רבנות הראשות האט זיי אפגעזאגט פון געבן א היתר, און פארקערט – זיי האבן פריש פראקלאמירט אן איסור אז מען טאר נישט ארויפגיין, האבן זיי באשלאסן צו גרינדן אן אייגענע רבני'שע קערפערשאפט וואס זאל זיי דעליווערן היתרים ווען עס פעלט זיך אויס. (צי די פרישע איסור פונעם רבנות הראשות איז געקומען מחמת פרומקייט, מוז נישט זיין. זייער מעגליך אז זיי האבן געהאט דרוק פון דער רעגירונג, ווייל די רעגירונג וויל נישט מען זאל ארויפגיין – ליינט שפעטער – דעריבער זענען זיי, ווי דער שטייגער זייערע נאכגעקומען דעם פארלאנג פון די רעגירונג...)

די גאנצע ענדערונג אינעם געוואלדיגן לומדישן "פסק הלכה" וואס די רבנים פון מזרחי האבן פלוצליג געטוישט זייער פרינציפ און אנגענומען אז מ'מעג יא ארויפגיין אויפ'ן הר הבית, נעמט זיך אויך פון א פאלשן היתר וואס זיי האבן אויפגעבויט מיט יארן צוריק נאך די 67' מלחמה, ווען מדינת ישראל האבן נאך געהאט א געוויסע שליטה אויפן בארג, דאן האבן די דעמאלטסדיגע רע-בנים פון דער מזרחי מתיר געווען פאר די איזראעלישע פאליציאנטן און סאלדאטן ארויפצוגיין אויפן בארג כדי "עס זאל פארבלייבן אונטער דער הערשאפט פון מדינת ישראל אויפן בארג." מיט אט דעם זעלבן "היתר" טענה'ען איצט די רע-בנים אז "אזוי ווי די אראבער מערן זיך אויפן בארג, און היינט פאקטיש געוועלטיגט דארט דער פאלעסטינער קאונסיל אינאיינעם מיט'ן אראבישן וואקף, (דער וואקף איז אן אראבישע ארגאניזאציע וואס זיי האבן דעם לעגאלן אייגענטום אויף הר הבית) און דאס ברעגנט צי אז מיט די יארן וועט מען פארגעסן אז די אידן האבן גאר א שייכות מיט'ן הר הבית, ממילא," און דא קומט א לומדי'שן קוועטש, "דארף מען איצט פונדאסניי אייננעמען דעם הר הבית פון די הענט פון די אראבער און דאס וועט צושטאנד קומען נאר מיט'ן אנזען די אידן דרייען זיך אויפן בארג כבתוך שדותיהם"... רח"ל.

דער פסק איז ארויס פון יענער זיצונג אז: "נאכ'ן זיך טובל'ען אין א מקוה טהרה, אויסטון די שיך אדער אנטון לייווען שיך וועט מען מעגן אריינגיין אינעם הר הבית."

פון דאן וואס א טאג מער עס גייט אריבער, ווערט דער געדאנק ארויף צוגיין אויבן אויפן בארג מער און מער, נאך און נאך מענטשן ערלויבן זיך ארויף צו גיין, אזש ווי געשריבן רירט עס שוין אן דעם היימישן ציבור, און אסאך הייבן זיך אן פארלאזן אויפן היתר פון די מזרחי'סטישע רבנים און בויען חשבונות אז אפשר איז דא עפעס א לעגיטימאציע אין זייערע ווערטער, און אז עס איז מעגליך אז מען ווייסט יא וואו מען מעג גיין און וואו נישט, און פאסן דעם באשלוס אז נאך א ווארימע מקוה קען מען ארויף שפאצירן.


די רעגירונג ווידערשטאנד האלט אפ די מזרחי
איין זאך וואס האלט שטארק אפ די מזרחי פון ארויף צו גיין אין גרויסן, וואס איז אויך אייגענטליך געווען דער פארקערטער גורם אז די מזרחי האט אנגעהויבן פאדערן אז זיי ווילן ארויפגיין, איז די פאליטישע ראלע פון מדינת ישראל. מדינת ישראל האט מורא אז אזא הייקעלע ארט, וואו די אראבער שרייען אז זיי זענען די בעלי בתים, און דאגעגן שרייען די אידן אז עס איז זייער ארט, קען גרינג אויפהיצן די געמיטער פון די צעווילדעוועטע אראבער.

עס איז נישט אזוי באקאנט, אבער עס איז א פאקט, אז אויך אין די צייטן בעפאר מדינת ישראל האט איבערגענומען די לייצעס אין מיטל מזרח, האבן אויך אידן לויטן געזעץ פון די אראבישע וואקף נישט געטארט ארויפגיין אויפן בארג אויבן, ווייל זיי האבן ארגומענטירט אז דער באדן איז פארהייליגט פאר זיי, און א איד טאר נישט קומען אהין באזוכן.

און דעריבער טאקע ווען מדינת ישראל האט נאך דער זעקס טאגיקער מלחמה צוריק באקומען די שטחים פון אלט-שטאט – אריינגערעכנט הר הבית, האט דער דעמאלטסדיגער זיכערהייטס מיניסטער משה דיין אוועקגעשטעלט א געזעץ – געבויט אויפן 'סטאטוס קווא', וואס לויטעט אז דער אלטער איסור פאר אידן ארויפצוגיין אויפן הר הבית, האלט ווייטער אן, מען מעג באזוכן דארט, אבער נישט אויפן גאנצן בארג, מען מעג אריינגיין נאר פונעם מוגרבים טויער, און וויילן אין יענעם אומגעגענט, און אויך טאר מען נישט דארט דאווענען אדער טון אנדערע פראוואקאציעס, אפילו שטיין בלייבן אויף איין ארט פאר א לענגערע צייט טאר מען נישט.

משה דיין האט געטאן דעם שריט ווייל ער האט געוואלט פארמיידן אומרוען צווישן די אידן און די אראבער, ווייל אזא ארט ווען אידן קענען ווען אהינגיין און דאווענען דארט וואלט זיכער צוגעברענגט אז דער עקסטרעמיסטישער טייל פון כלל ישראל וואלט זיך גערייצט מיט די אראבער, און אנגעמאכט דארט גרויסע פראוואקאציעס און די נאכפאלגן וואלטן געווען ביטער ה"י. און אזוי אונטער דעם סטאטוס קווא האט מען געלעבט נאנט צו דרייסיג יאר רואיג, ביז לעצטענס ווען סיי די מזרחים האבן אנגעהויבן פארפירן און סיי האט די באנייטע ווילן ארויפצוגיין היבש געשטאמט פון דער רעגירונג.

א גרויס טייל פון די באנייטע ווילן שטאמט פון דעם רעכטן פרעמיר מיניסטער אריאל שרון, אין דער צייט בעפאר ער איז ארויף אויפן בענקל, און אויך אין אנהייב פון זיין קאדענציע האט ער געהאלטן אין איין פראקלאמירן אז ער וועט זארגן אז הר הבית זאל פון פריש געעפענט ווערן, און אז אידן וועלן זיך קענען דארט ארום דרייען פראנק און פריי, און נאך מער – מען וועט פארטרייבן די אראבער פון דארט.

ער אליין האט אויך געטון ווילדער שריט, אין יאר 00' נאך בעפאר ער איז געזעסן אויפן בענקל, איז ער ערב ראש השנה מיט נאך הונדערטער מתנחלים ארויפגעגאנגען אויפן בארג, און דארט אוועקגעשטעלט א פאן, און געפראוועט דארטן פראוואקציעס. ווי באוואוסט האט דער שריט געהאט ביטערע קאנסווענצן, די אראבער זענען געווארן צעווילדעוועט און אנגעהויבן דאן די צווייטע אינטאפאדא, וואס האט שוין פונעם אנהייב ליידער געקאסט הונדערטער אידישע קרבנות ה"י.

גראדע האט שפעטער שרון ווען ער איז געזעסן אויפן בענקל געמאכט א דריי אויף צוריק און אנגעהויבן ווערן מער לינק, ד.ה. ער האט געטוישט זיין מיינונג און אנשטאט גיין שארף מיט די אראבער, האט ער אנגעהויבן אומקערן שטחים, און צעשטערט דער רייץ פון די מתנחלים ארויפצוגיין אויפן הר הבית.

טאקע פון ווען שרון איז ארויף, האט מען מער נישט געקענט ארויפגיין אויפן בארג, ביז אין יאר 06'. נאכדעם וואס עס איז אריבער זעקס שטילע יארן האט די רעגירונג פריש ערלויבט ארויפצוגיין, אבער נאר אונטער שטארקע זיכערהייט מאנסנאמען, אויך טאר מען נישט ארויפגיין דארט אין זייערע חגא טעג, וואס דאס איז יעדע פרייטאג, און נאך צייטן אין לויף פון די יאר –ווי ראמאדאן א.א.וו.

אויך ווי געשריבן מעג מען ארויפגיין נאר דורך איין וועג - דאס איז דער שער המוגרבים, וואס דאס איז א בריק וואס ציט זיך פונעם כותל אריין צום בארג, אבער פון אנדערע וועגן טאר מען נישט אריינגיין.

דעם שריט פון אינגאנצן בלאקירן דאס ארויפגאנג נאך שרונ'ס ווילדער שריט, און אויך די שטארקע באגרעניצונג פון ארויפגיין היינט האט נאך מער צערייצט די מתנחלים, און פון דאן מאכן זיי שוין עטליכע יארן חודש נאך חודש א קליינער הפגנה וואס זיי רופן "סיבוב על השערים" וואו זיי מאכן עטליכע הקפות ארום דעם הר הבית און פראטעסטירן קעגן די רעגירונג וועלכע האט פארשפארט דעם הר הבית פאר אידן מיט יארן צוריק.

פון צייט צו צייט ארגאניזירן זיי גרעסערע הפגנות וואו עס קומען זיך צוזאם מער מענטשן, און אויך ברענגען זיי גרעסערע אויטאריטעטן. זיי האבן געפלאנט איינמאל צו ברענגען דעם רב הראשי מרדכי אליהו אדער אנדערע גרויסע פון זיי, ליידער ווי ערווענט נעמען אויך חסידי'שע אידן אנטייל אינעם פראטעסט, אויך דער אויבנדערמאנטער חסיד'ישער איד, פירט אן מיט די הפגנות און ברענגט אהין חסידי'שע אידן.

בית דין צדק פון די עדה החרדית האט שוין אין לויף פון די יארן ארויסגעגעבן אן איסור אויף די הפגנות, און אויך געווארענט דעם ציבור אז זיי זאלן חלילה נישט האבן קיין שייכות נישט מיט די מזרחי'סטן און אויך נישט מיט די מער פרומע-חסידישע וואס ערלויבן זיך ארויפצוגיין און פירן אן מיט די הפגנות קעגן די רעגירונג.

אין ספר תשובות מנחת יצחק (ח"ה א, ב, ג), האט דער בעל מנחת יצחק א לענגערע תשובה וואו ער שרייבט קעגן ארויפגיין און ווענדט אפ באריכות אלע היתרים, ער צעלייגט די מתירים אז זייערע היתרים האט נישט קיין געזעצטע גרונד און דער איסור גייט ווייטער אן כלא היה.

עס איז צום האפן אז סיי די מזרחי'סטן וועלן צוריקקערן פון זייערע ווילדע שריט, און אויך וועט אונזער היימישער ציבור אנערקענען אז דער איסור בלייבט ביים אלטן און אויך קענען לערנען די מתירים וואספארא פנים זיי האבן, און האפענטליך וועלן מיר קענען בקרוב ארויפגיין בקדושה ובטהרה אויפן בארג מיט משיח אינאיינעם אמן.


***

מסירות נפש נישט עובר צו זיין אויפן איסור
ווי שטארק הארב אידן האבן גענומען דעם איסור פון ארויפצוגיין אויפן הר הבית קען מען ארויסנעמען פון דעם עפיזאד: אין די יארן פון די ערשטע וועלט קריג זענען אידן אין ארץ ישראל געווען אין גאר א שווערע פינאנציאלע צושטאנד. עס איז געווען א הונגער יאר, די עסן קוואנטומס זענען אויסגעגאנגען, און אויך טרונקען איז געווען גאנץ קנאפ, די ברונען און וואסער קוועלער זענען געווען זייער ווייניג, און עס איז געווארן א מאנגעל צו טרונקען.

איין ארט וואו עס איז געווען אסאך וואסער איז געווען אויפן הר הבית, זעט אויס אז דארט האט מען געטראפן א קוואל, פארשטייט זיך אז די דארשטיגע מענטשן פון שטאט זענען גלייך געלאפן, אבער נישט די אידן.

די אידן וואס האבן אייביג געהאלטן פאר די אויגן דעם איסור פון ארויפגיין אויפן הר הבית, נישט קיין אונטערשייד וואס דער צושטאנד איז, האבן דאסמאל אויך מוותר געווען אויפן וואסער און נישט געבראכן דעם איסור, נאר ענדערש געהאט ווייניגער וואסער, און געדארשט אבי נישט עובר צו זיין אויפן איסור.

זעט אויס אז דער ארעמקייט האט נישט ערמעגליכט מען זאל קענען שיקן גוים אדער אראבער אהין צו ברענגען פאר זיי וואסער, אזוי אז דער אויסוואל פון שיקן א צווייטן האבן זיי אויך נישט געהאט, און אזוי אוועקגעגעבן אלעס אבי נישט צו צעברעכן דעם איסור.


***

איז דער ענגלישער שר ר' משה מאנטפיורי זצ"ל ארויף אויפן הר הבית?
די אלגעמיינע ווערסיע וואס עס איז אומעטום באוואוסט איז אז דער ענגלישער מיניסטער און דער כלל-טוער ר' משה מאנטפיורי זצ"ל איז ביי זיין באזוך אין ארץ ישראל זומער תרט"ו ארויף אויפן הר הבית, און די רבנים פון ירושלים דאן, האבן טראץ וואס ער האט געהאט אסאך געלט און אסאך מאכט ביים ענגלישן רעגירונג, האבן זיך נישט דערשראקן פון אים, און נאכדעם וואס עס איז באוואוסט געווארן אז ער איז ארויף, האט מען אים אריינגעלייגט אין חרם. ווען מאנטפיורי איז געוואויר געווארן אז מען האט אים אריינגעלייגט אין חרם האט ער זיך געבויגן צו די רבנים און צוגעזאגט אז ער וועט מער נישט ארויפגיין אויפן בארג, אויך האט ער מקבל געווען נזיפה אויף זיך, און ערשט דאן האבן די רבנים אראפגענומען דעם חרם פון אים.

לויט ווי אסאך זאגן האט מאנטפיורי געוואוסט אז מען טאר נישט ארויפגיין, און דאך איז ער ארויף, און אפילו שפעטער דער צווייטער מאל אין יאר תרי"ז וואס ער איז געקומען באזוכן, איז ער אויך ארויף, אבער די ווערסיע איז נישט קראנט, נאר וויאזוי עס איז באוואוסט האט מאנטפיורי זייענדיג אן ערליכער אבער נישט צו א גרויסער תלמיד חכם פשוט נישט געוואוסט די הארבקייט פונעם ארויפגיין, און אזוי ווען דער דעמאלטסדיגער ענגלישער קאנסולאט דזשעימס פין האט אים איינגעלאדנט ארויפצוגיין האט ער צוגעשטימט און איז ארויפגעגאנגען, אבער ווי נאר ער האט זיך דערוואוסט דער הארבקייט, איז ער מער נישט ארויף.

דער היסטאריקער משה סאמעט אין זיין בוך "מציאות ואגדות תשמ"ט" שרייבט אז דער מאנטפיורי באזוך אויפן הר הבית איז געווען דירעקט, און די פרומע רבנים האבן אים בעפאר דעם געווארענט ער זאל נישט ארויפגיין, אבער ער האט זיך אנגעפיפן און איז יא ארויף.

ער שרייבט אז האט אפילו עובר געווען אויפן איסור פון מועל זיין בהקדש, און אפגעקויפט א טייל פון די שטיינער פונעם בארג, וואס דאס געהער צום הקדש און מיטן אפקויפן האט ער מועל געווען בהקדש.

אבער דאגעגן טרעפט מען אין די היסטאריקער פארקערט, אז מאנטפיורי האט זיך גאר פארלאזט אויף א היתר און איז פארפירט געווארן פון זיין מורה דרך דר. לעווי. אזוי שטייט אויך געשריבן אינעם ספר "מלכי בקודש". דארט שרייבט ער: "איך געדענק ווען איך בין געווען א קינד פון עלף יאר, ווען דער ענגלישער שר איז געקומען קיין א"י אויף א וויזיט, דאן איז ער מיט זיין רבי דר. לעווי ארויף אויפן הר הבית. און יענע יארן האט געוואוינט אין ארץ ישראל ר' יוסף משה מליסא דער זון פונעם בעל דרך החיים, ער האט דאן ארויסגענומען א שופר און געבלאזן דערמיט און אזוי מנדה געווען דעם שר.

שפעטער ווען דער שר האט געהערט דערפון איז ער געקומען צולויפן, און זיך אנטשולדיגט זאגנדיג אז ער האט זיך פארלאזט אויף די היתרים וואס זיין רבי דר. לעווי האט אויסגעבויט, אבער ווען ער ווייסט ווען אז מען טאר נישט וואלט ער חלילה נישט ארויפגעגאנגען. ער האט אויפן ארט מקבל נזיפה געווען און מען האט אראפגענומען דעם חרם פון אים.

פארהאן א ווערסיע וואס איז ברייט באקאנט אבער האט לכאורה נישט קיין מקור (און אויב איינער ווייסט פון א מקור ווערט ער געבעטן צו מעלדן די רעדאקציע), אז מאנטפיורי איז נישט אריין געהעריג, נאר לויט איין ווערסיע איז ער אריין מיט א בענקל וואס מען האט א גאנצן צייט געהאלטן אין די לופט, אדער גאר אין א קאסטן וואס מען האט געהאלטן אין דער הייך, אבער ווי ערווענט האט די געשיכטע נישט קיין געהעריגער מקור [צי ארויפגיין אזוי איז א היתר צי נישט איז א שמועס פאר זיך, זעט אויס אז נישט, ווייל לויט ווי עס איז דאן געשען האט מען אים מיט דעם מחרים געווען].

אלנפאלס, די פראגע צי ער האט געוואוסט וואס דער איסור איז אדער צי ער האט זיך פארלאזט אויף דר. לעווי איז נישט קלאר, אזויפיל איז יא באוואוסט אז די גדולי ירושלים האבן זיך נישט דערשראקן פון זיין געלט, און זיך געהאלטן פעסט און אים מחרים געווען. און טראץ דעם וואס ער איז געווען גרויס און געהאט אסאך מעגליכקייטן זיך נוקם צו זיין, האט ער עס נישט געטאן, נאר פארקערט ער איז געקומען מקבל זיין נזיפה און זיך געבויגן פאר די גדולי ישראל.


***

סנהדרין היינטיגע צייטן: די פאליטיק צווישן די "סנהדרין" און דער רבנות הראשות
דער שרייבער האט אינמיטן ארטיקל עטליכע מאל אריינגעווארפן דאס ווארט "סנהדרין", וואס עס מיינט "סנהדרין" איז איבריג צו שרייבן, אבער וואס עס איז אנבאלאנגט היינט איז אינטערעסאנט צו אנמערקן.

נישט אז מיר אנערקענען חלילה אין אזא עקזיסטענץ, אבער ביי די פארדרייטע רעכטע מזרחי'סטן עקזיסטירט אין לעצטע פאר יאר אזא סארט באגריף. זיי מיט זייער ציל צו איבערדרייען ארץ ישראל און צוריק אויפלעבן די אמאליגע סארט הנהגה און תורה'דיגע אויטאריטעט, וואס אזעלכע זאכן וועט צוהעלפן צו ערפילן און בויען זייערע וואונטשן און חלומות, האבן זיי צווישן אנדערע אקטיוויטעטן געהאלטן פאר וויכטיג צו גרינדן אן אזוי גערופענעם "סנהדרין".

ווער האט זיי געגעבן די רעכט צו בויען אזא סארט קערפערשאפט? דאס איז נישט קיין שאלה, ווייל די קערפערשאפט האט נישט געקריגן קיין אנערקענשאפט, אבער זיי האבן עס געבויט אז דאס זאל זיין א קאנקורענץ קעגן די ציוניסטישע רבנות הראשות.

ווי ערווענט ביים דיון איבער ארויף גיין אויף הר הבית האבן אויך די רבנות הראשות פארשטאנען אז אזא הארבע איסור טאר מען נישט מתיר זיין, אבער די רעכטע עקסטרעמיסטן זענען דאך קליגער ווי אלעמען, און נישט ווילנדיג איינשטימען מיטן רבנות הראשות האבן זיי באשלאסן צו גרינדן אן אייגענע רבני'שע קערפערשאפט, וואס זאל קענען אליין פסק'נען וואס זייער הארץ באגערט, אן דארפן זיין אונטערגעווארפן אונטערן רבנות הראשות.

פארן צוועק פון בויען אזא קערפערשאפט האבן זיי צוזאמגעקליבן ארום 90 רבנים, פארשטייט זיך אז זיי זענען נישט קיין אנערקענטע רבנים, נאר אזעלכע וואס זיי האבן אויסגעקליבן. ביים ערשטן זיצונג וואס איז געמאכט געווארן אין טבריה, וואס לויט ווי זיי האבן געטראפן א רמז אין רמב"ם אז דער סנהדרין נאך ביאת משיח וועט זיך גרינדן אין טבריה, דארט האבן זיי איינגעזאמעלט 71 רבנים, דער גענויער צאל וואס א ריכטיגער סנהדרין האט געהאט בזמן שבית המקדש היה קיים, און געגרינדט דעם א.ג. "סנהדרין".

פארשטייט זיך אז זיי זענען געווען די וואס האבן קאנקורירט מיטן רבנות הראשות און מתיר געווען ארויפצוגיין אויפן הר הבית, און אויך נאך פיל זאכן וואס איינמאל אז מען האט אן אייגענע אויטאריטעט קען מען שוין מתיר זיין וואס מען וויל און לאזן זיך וואוילגיין מיט היתרים.

היינט צוטאגס איז דער קאנקורענץ צווישן די סנהדרין און די רבנות הראשות נאך נישט אזוי שטארק, ווייל דער סנהדרין האט נאך נישט קיין שום אנערקענטשאפט, אבער זיי האפן צו מאכן פארשריט...


וואס האבן די נ-נח'ניקעס מיטן "סנהדרין"?
וואס האבן די נ-נח'ניקעס מיט דעם "סנהדרין"? עס נישט אזא שווערע שאלה, ווייל מן הסתם פּאָרן זיי זיך גוט... אבער דאך איז מערקווירדיג אז לעצטענס איז ארויסגעקומען אין גאס אז די ברסלבער נ-נח'ניקעס וואס פלאנען שוין יארן ארויפצוברענגען דעם ציון פון הרה"ק ר' נחמן מברסלב קיין ארץ ישראל, און רוען נישט איין מיט זייערע פלענער, האבן אין א פרואוו צו באקומען א לעגיטימאציע ארויפצוברענגען דעם קבר זיך געוואנדן צום "סנהדרין" און געבעטן אז זיי זאלן צושטימען און זיי ארויסגעבן א היתר, און דער "סנהדרין" האט געגעבען זייער צושטימונג און עס באשטעטיגט...

ליצים וואס האבן געהערט פונעם פלאן האבן צוגעלייגט אז זיי וואלטן פארגעשלאגן אז מען זאל ארויפברענגען די ביינער פון רבי נחמן און אנשטאט דעם ציון פון אומאן זאל מען באגראבן אין אומאן די ס-סנ-סנה-סנהד-סנהדרין...

("דער בליק", אב תשס"ח)
די ארטיקלען וועלכע ווערן ארויפגעשטעלט קומען פון אויסגאבעס וועלכע עקזיסטירן מער נישט, און ווערן צוגעשטעלט ספעציעל פאר "קאווע שטיבל". יעדער ארטיקל ווערט מוגה פאר'ן ארויפגעשטעלט ווערן, און טאר נישט גענוצט ווערן ערגעץ אנדערש אן רשות.

דער אשכול פארמאגט 67 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר