בלאט 1 פון 1

איך האב נישט קיין געדולד צו זאגן קינות

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 10:49 am
דורך כוכב
איך בין זייער טרויעריג אז דער בית המקדש איז חרוב געווארן און תשעה באב איז א טאג וואס איך וויל מיך עכט צושטעלן.
כ'האב געגעסן אסאך אש נעכטן, כ'לאז נישט מיינע קינדער האבן נאש היינט, כ'רעד צו יעדן איינעם זויער, כ'האב געקויפט א תשעה באב בענקל און איך האב געכאפט א פלאץ אן איזולירטן ווינקל אין ביהמ"ד. איך וויל זיין וואויל.
דער פראבלעם איז אבער כ'האב נישט קיין געדולד צו זאגן קינות. איכה קען איך נאך מיטלעבן, ס'איז פסוקי נ"ך און מ'קען דערין טרעפן א געשמאק, אבער זאגן צוויי שעה פיוטים אין א שווערן לשון קודש, מ'כיפערט און מ'פליעט, און כ'פארשטיי ממילא נישט קיין ווארט, ממילא ווער איך צעפלאצט, ס'דאכט מיר שוין אפילו אז איך בין שוין אפילו הונגעריג.
בכלל האלט איך נישט פון קלאגן אויף פאעזיע מיט נהייתה כציפור בודד על גג, אז דו ווילסט קרעכצן וויין ווי א מענטש און דערצייל א טרויעריגע מעשה.
פארוואס קען נישט זיין ווי ביי די פרויען ווי מ'קומט זיך צוזאם און מ'לערנט מדרשים אויף דער אידישער שפראך, יעדער איז טרויעריג און מיין ווייב קומט אהיים מיט רויטע אויגן יאר יערליך.

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 11:03 am
דורך אפטעמיסט
זייער עמאציענאל, כוכב. ס'איז מיר ליטערלי געקומען טרערן ביים ליינען דיין ווייטאג. נאך א סיבה פארוואס מ'ברויך משיח.

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 11:06 am
דורך אויליגער
עס איז היינט דא אזעכע שיינע יודישע פירושים אויף מדרש איכה, ילקוט, און די קינות, איך קוק אריין בשעת קינות עס ברענגט מיר טרערן

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 11:51 am
דורך הוגה
עס איז היינט דא אזעכע שיינע יודישע קליפס אויף וואטסעפפ, ילקוט, און די קינות, איך קוק אריין בשעת קינות עס ברענגט מיר טרערן

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 12:05 pm
דורך קאווע טרינקער
הוגה, איכה דערמאנט דיך עטליכע מאל.

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 12:27 pm
דורך אפטעמיסט
תצא עיניך!

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 1:03 pm
דורך יואב
העיני האנשים ההם תנקר? טו מיר א טובה. אייער-שפייז בייגל מיט טרויבן, שיינט מיר צו זיין אזוי אפעטיטלעך ווי קארן פלעקס מיט אראנדש-דזשוס. פון קינדווייז אן האב איך געמיטשעט מיין מאמע אז איך וויל נאך טאן דעם געוואלדיגען פארשלאג פון די סיריעל באקסעס. וואט ע טעיסט!

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 1:06 pm
דורך אפטעמיסט
אני הקטן פאררעכן מיר אויך מיט די קעגנער פון די וואס עסן רייס-קריספיס מיט בלובעריס. אבער דער אניען ראול מיט אייער-שפייז און קעז גיבט מיר גראדע יא א שטיפ צו אפפארן. אודה ולא אבוש.

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 1:09 pm
דורך קינד_אן_קייט
איי, דער חורבן איז גרויס, מ׳האט פארלוירן דעם געפיל צו פאעזיע און מ׳מאכט דערפון א חוכא וטלולא.

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 1:20 pm
דורך יואב
קינד_אן_קייט האט געשריבן:איי, דער חורבן איז גרויס, מ׳האט פארלוירן דעם געפיל צו פאעזיע און מ׳מאכט דערפון א חוכא וטלולא.

פארלירן קען מען נאר א זאך וואס מ׳האט געהאט. איך ווייס נישט פון וועלכן חדר איר הויכגעשעצטער קינד און קייט האט גראדואירט, אבער ביינונז האט מען ניטאמאל א שמעק פון א דקדוק רש״י געלערנט.

אני הקטן גלייך אויך פאעזיע, און פראביר טאקע צו לעזן יוצרות וכדו׳ מיט פילע פירושים. איך טריי מיין בעסט צו נאשן ארטיסטישע ווערק פון עטליכע שפראכן. מ׳פלאגט זיך אביסל, און מ׳סאקט נאך אלץ. שרייב מיר אראפ דא אזא שיין הערשי סטיל שטיקל, אדער הער אויף מיט דעם בני ענק׳ישן בליק די מרגלים האבן פראפאגאנדירט.

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 1:22 pm
דורך אפטעמיסט
יואב, דאס איז פאר דיר

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 1:29 pm
דורך יואב
קודם כל בין איך אויף א דייעט. והשנית, איך בעפארצוג פלעקי.
דער טאוועל-פאפיר, האועווער, קען איך נוצן.

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 1:32 pm
דורך קינד_אן_קייט
יואב האט געשריבן:פארלירן קען מען נאר א זאך וואס מ׳האט געהאט.

לגמרי נישט, פארלירן קען מען אויך א השתוקקות, א רצון זיך צו באקענען מיט אינטעלעקט אדער לכה״פ א הערכה דערצו, דאכט זיך אז ס׳איז קיין גרעסערער אבידה ווי יאוש נישטא.

יואב האט געשריבן:שרייב מיר אראפ דא אזא שיין הערשי סטיל שטיקל, אדער הער אויף מיט דעם בני ענק׳ישן בליק די מרגלים האבן פראפאגאנדירט.

הערשי סטיל?

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 2:13 pm
דורך אויליגער
חברה עס איז שוין נולד בן ישי, די נחמה הייבט זיך אן, ארויף אויף די הויכע בענקלעך.

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 2:44 pm
דורך ווייט פיש
קאווע טרינקער האט געשריבן:הוגה, איכה דערמאנט דיך עטליכע מאל.

עס איז מיר ארויף אין קאפ ביים קריאת איכה, עס לאזט איבער א שווערע טעם

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 2:49 pm
דורך אפטעמיסט
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס כאמאס שיסט ראקעטן, קוק וויאזוי מיר ווערן משוגע פון איין טאג פאסטן... וואס ווילסטו פון זיי ווען זיי טוען דאס דרייסיג מאל נאכנאנד?! געדענקט! אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו.

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 2:49 pm
דורך יאסל ראקאווער
גוגעל אלע גוזמאות וואס די זעעסט ביי די קינות און מדרשים ס'וועט האבן אני אנדערע טעם.

די גמרא אין גיטין פארציילט אני מעשה ווי טיטוס האט זיך גערייצט מיט כביכול, ווייז מיר וואס די קענסט האט אים די בת קול צוגעפיקסט מיט א יתוש וואס איז אריין געקראכן אין די נאז..

קוק וואס גוגעל טרעפט
http://mobile.abc.net.au/news/2014-01-1 ... me/5197350

קרעדיט פאר זשעי שעכטער פון וויי יו פאר צוזאם שטעלען די מעשה אין אוסטרליה מיט טיטוס

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 4:03 pm
דורך ראש הישיבה
דער פרעבלעם איז אז די קינות ווערט געזאגט אויף איין שאס אהן א ברעיק.
ביי ימים נוראים דאווענט מען לענגער ווי תשעה באב. נאר דעמאלס איז די דאווענען זייער קאלירפאל. דא זאגט מען דא שרייט מען המלך דא זינגט מען א תנועה דא שרייט מען חי וקים, דא זינגט מען א מארטש, דא א ניגון התעוררות, דא בלאזט מען, דא עפענט מען די ארון קודש, דא פארמאכט מען און עפענט גלייך צוריק, דא פאלט מען כורעים, דא דאווענט מען שטיל, וכו'. אזוי אז מען האלט אין איין טוישן דיפאזישאןס מען טוט א גאנצע צייט עפעס אנדערש.
אבער תשעה באב זעצט מען זיך אויף די ערד און מען זאגט און מען זאגט און מען זאגט עד אין שיעור. (שמעתי אז ביי די אשכנזער איז יא דא נסחאות)
על כל פנים איך מיין אז מען ריקענסטראקטען די נוסח מיט מער אינטאעסאנטע ניגונים

הודעהפורסם: זונטאג יולי 26, 2015 10:43 am
דורך שמעקעדיג
וואס העט זיין דא?

Re: איך האב נישט קיין געדולד צו זאגן קינות

הודעהפורסם: זונטאג יולי 26, 2015 11:04 am
דורך שטילע אינגערמאן
האלט דע סעלל אונעם קינות אין שאקל דיך אריין אין מאך מיט די ליפן, סארבייט פיין יאר יערליך

Re: איך האב נישט קיין געדולד צו זאגן קינות

הודעהפורסם: זונטאג יולי 26, 2015 11:51 am
דורך הויזן טראגער
חחח אויב די האלטסט שוין די קינות אין די שאקלסט דיך מיט די ליפן קענסטעך שוין טאקע זאגן קינות.....