קעמפ אפיס טראומא..

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

קעמפ אפיס טראומא..

שליחה דורך קפנדריא »

אגוטן אווענד קעניגן, אגוטן אווענד טייערע זיסע פרינצעלעך און פרינצעסן...
-טאטי!! האסט שוין געטשעקט די פאסט היינט?
-וואס איז רייזעלע? וואס ערווארטסטו שוין ווייטער אין די פאסט, נישט געקומען היינט קיין קאטאלאג פון העלאו קיטי, פון דיזני, אפילו נישט פון פון טאממי הילפיגער..
-מיין "קעמפ קארד" טאטי! ביסט שאור אז ס'נישט געווען אין די מעיל?
-ניין שעפעלע, "פערצופאל" איז עס נישט געווען אין די מעיל היינט (און - קלער איך מיר אין הארצן - ווייס איך דען נישט פארוואס? ווייל איך האב נאכנישט געהאט די "גאטס" אראפצולייגן די אסטראנאמישע סכום וואס נויטיגט זיך ענק איינצושרייבן..)..
- Woe, אונז האבן באקריגן היינט א מעסעדזש אז מאנטאג איז די לעצטע טאג צו קענען ווערן אנגענומען אין קעמפ, אונז זענען שוין עכט שפעט, איך וויל נישט זיי זאלן מיך נישט ארויפלאזן אויפ'ן באס, טאטי..
די ווערטער האבן אפגעהילעכט איבער'ן צימער מיט א זעלטענער ווידער-קול, מיין הארץ ווערט פארקלעמט, איז זי דען נישט גערעכט? איך קען נישט פארשאפן קיין צער פאר מיינע נשמה'לעך, איך מוז מארגן אראפגיין אין ביידע קעמפ אפיסעס און זיכער מאכן אז די עופה'לעך מיינע פארבלייבן נישט ארונטער מיט די רחמנות'לעך - נעבעך, אין די הייסע שטאט .. מיט א פעסטע קבלה נעם איך זיך אונטער אראפצוגיין פערזענליך און אהיימקומען מיט די קארטלעך אין די הענט, איי ווי נעמט מען דאס אינמיטן א גרינעם דינסטאג נאכט אזא גרויסן "נדן"? ספעציעל נאך וואס די "ליבע קאנטרי" האט שוין אויסגעשעפט דעם האלבן קוואל.. ס'איז אבער נישט דא קיין ברירה, מ'וועט אראפגיין פנים אל פנים, כ'וועל רעדן, טענה'ן, זיך בעטן און האנדלען, און דער פון אויבן וועט העלפן אז איך זאל אפקומען מיט כאטש א העלפט די געפאדערטע פרייז, אמווייניגסטנס..

-אנטשולדיגט! איז דאס די אפיס פון די קעמפ?
-יעס, וואטס נעים אוו טשיילד? ענטפערט די קאלטע "מיס שמאלקאפ" וואס זיצט ביים קליינעם פענסטער,
-(העי, -טראכט איך מיר אין הארצן, אבער מחמת פחד און געמאכטע רעספעקט ברענג איך עס נישט ארויס מיט די צונג- איך פארשטיי אידיש אויך, און איך מיין אז ביי דיר געשעצטער מע'עם איז אויך אידיש דער ערשטער שפראך, סטאפ וויט די פארמעליטי רייט נאו! אידיש פליז)
רעיזי קאפאנדריע!
-האום פאון נאמבער? עדרעס? די או בי? פאדער'ס ענד מאדער'ס עמפלוימענט, סעל נאמבערס, און נאך א טוץ מיט שאלות כאילו איך אפליי דא פאר מעות חטים אדער ווידער-גוט-מאכונג.. וואו זי פרעגט אויף אנגלית און איך ענטפער אויף אידיש, ביז זי איז געווארן איבערצייגט אז ס'איז כדאי זיך אליין גרינגער צו מאכן און רעדן מאמע לשון.
-אוקעי, ווי איר ווייסט שוין פראבעבלי איז די פרייז דריי טויזנט דאלער, און א דעפאזיט פון....
איך האב שוין ווייטער נישט געהערט מער קיין קלארע ווערטער, בלויז איבערגעהאקטע אותיות ווי אומקלארע קלאנגען, ס'איז מיר פשוט שלעכט און שווארץ געווארן..
-אנטשולדיגט מיס, אבער איר מאכט געוויס א טעות, מיין טאכטער איז נישט מער ווי 6'טע קלאס, און איך בין נאך דערווייל נישט קיין ראטשילד, ביטע קוקט איבער וויפיל איך דארף צאלן..
-איים ריעללי סארי טו טעל יו מר. קאפאנדריע, אבער דאס איז די פרייז וואס יעדער צאלט, ריגארדלעס די עידזש אדער אינקאם, ס'איז א שאד צו טרייען אראפרוקן ווייל קיינער באקומט נישט קיין דיסקאונט, דאס איז א פיקסד פריייס..
-איך פארשטיי נישט, איך האב נאך קיינמאל נישט געצאלט אזא פרייז! וויאזוי דארף דאס א דורכשניטליכער מענטש קענען באצאלן?
-וועל, איי אנדערסטענד איט מעי נאט בי סאו קאנוויניענט פאר עוורי וואן, אבער די קעמפ בלייבט יעדע יאר מיט א גרויסע דעפיציט, אונז קענען מער נישט עפפארדן צו געבן קעמפ בחינם, עניוועי זעמיר איבערגעפולט, אונז האמיר שוין באלד א פראבלעם וועמען אפצוזאגן, (מיי פוט..) סאו, איר דארפט עקטען שנעל, און געבן א דעפאזיט העלפט פון די פרייז שוין, נאר אזוי רעזערווט איר א פלאץ פאר רעיזי..
און זי איז שוין דערווייל אויפ'ן פאון מיט א צווייטן ווען איך שטיי און וואקל זיך צו האלטן מיין באלאנס גראד, דריי טויזנט דא, באלד ווארט מיך נאך א ווארעמע קבלת פנים ביי מיין יאסעלע'ס קעמפ אפיס, ווער ווייס וואסארא משוגעת זיי איז אריין דאס יאר? דאס איז זיכער איך צאל זיי נישט קיין דריי טויזנט דאללער, זאלן זיי זיך איבערקערן אויף אידיש און אויף ענגליש..
-אנטשולדיגט מיס שמאלקאפ, איך קען געבן צוויי טויזנט דאללער, איך וועל עס העכסטנס אויסצאלן ביז א וואך אפ-פראנט..
-סאררי, דיס עינ'ט גאננע העפפען! "ראביי שטיינהארץ" שטייט איבער יעדע נאמען און פייל, ער מאכט שור אז יעדער צאלט פול פרייס טו די לעסט פעני, נישט דא וואס צו פארהאנדלען..
-קען איך פליז רעדן צו ראביי שטיינהארץ?
-סאררי, ער איז ביזי, איך קען נעמען אייער סעל נאמבער, אפשר וועט ער האבן צייט נעקסטע וואך נאך די ראש און אייך צוריקקאלן..
-אנטשולדיגט, אבער איך גיי נישט אוועק פון דא ביז איך רעד צו ראביי שטיינהארץ, פליז טשעקט ווען ער וועט זיין עוועילבעל..
זעענדיג מ'האט צו טון מיט א הארטע קוה וואס לאזט זיך נישט אזוי לייכט מעלקן, האט מען מיר פארשאפט דעם ביזי ראביי שטיינהארץ, ביז צוויי מינוט האב איך מיך געזען אין זיין אפיס.. אויף א באקוועמע ארם טשעיר מיט א הויכן אחור זיצט דער שטאלצער פארנומענער שטיינהארץ..

-אגוטן ר' בערל, מיט וואס קען איך אייך העלפן?
-המממ.. איר פארשטייט דאך, די קעמפ איז גאר א גוטער, זייער א גוטער נאמען, אבער די פרייז וואס מ'בעט דאס יאר איז אביסל איבערגעטריבן..
-זייט נישט ברוגז ר' בערל, אבער איר ווילט נישט איך זאל אייך ווייזן די ביכער.. (גראדע קען איך יא באשטיין צו זען, כ'האב פשוט נישט קיין צייט יעצט..) ביז דאס יאר האבן מיר אלע יארן צוגעצאלט באלד טויזנט דאללער פאר יעדן קינד! (איך פאל שיעור אראפ פון מיין שמאלע הארטע בענקל, אזא גראבע ליגנט שוין לאנג נישט געהערט!) ס'איז געקומען דערצו אז קיינ ער איז שוין נישט גרייט ארומלויפן שנארן פאר אלע קינדער, ס'איז העכסט צייט אז די עלטערן זאלן ארויסנעמען זייער שעיר..
-וואס הייסט, וואס איז מיט לאנטש פראגראם אד"ג?
-מאכסט מיך לאכן, מיט דיין אינקאם איז דיין טאכטער עליזשיבל אפשר פאר א 2-3 גלעזלעך מילך א טאג, דעטס איט! אונז דארף מיר שוויצן צו דעקן די שרעקליכע אווערהעד!
ס'ווערט מיר קאלעמוטנע אויפ'ן הארצן, איך געב אויף.. ניין, איך געב נישט אזוי שנעל אויף, מיין צייט איז אויך געלט, איך גיי מאכן דא א דיעל..
-שוין, איך הער, נו וויפיל קען מען עס מאכן?
-פאר דיר בערל דריי טויזנט דאלער דאס בעט מען פון דורכשניט מענטשן, אזא גאטונג ווי דיר..
שיעור וואס איך פאל אין חלשות, זיין נאמען הייבט אים אן שטיין גאר גוט, ווי געגאסן, אזא שטיינהארץ, וואס טוה איך? איך דארף פון דא אהיים מיט א קארטל, אויב וויל איך מיינע קינדער זאלן מיך אריין לאזן..
-הרב שטיינהארץ, איך מיין איר ווייסט אז איך הייס נישט קורץ אדער שארף, איך בין נישט קיין זיכערמאן אדער שרייבער, איך בין א פשוט'ער באלעבאס, ס'וואקסט נישט סתם אזוי אין מיין הויף אויפ'ן בוים, איך דארף דאך דאס געלט צאמקראצן, ביטע זייט יושר'דיג..
-האהא.. ווען דו הייסט שארף רייכמאן אדער זיכערמאן צאלסטו נישט ווייניגער ווי פיר פינף טויזנט, דו באקומסט דא א הנחה..
-איך בעט אייך, עפעס..
-איר ווייסט וואס, איך בין גרייט דיר צו גיבן א דיסקאונט, אויב גיט איר 2750 אפ-פראנט האט איר א דיעל, פלאס טריפ געלט, טראנספארטעישאן און קענטין, דאס איז אויסדרוקליך נאר בתנאי כפול ומכופל כתנאי בני גד ובני ראובן אז דאס בלייבט צווישן אונז, ס'איז בבל תגיד!...
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר