0 סעקונדן פון רום

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8163 מאל

0 סעקונדן פון רום

שליחה דורך ונבנתה העיר »

השמש יצאה מנרתיקה, אף סיהרא באשלמותא,
אך נפשי עלי שפל, רוחי בתוכי נופל,
פתאום יד עלי היתה, בציציות ראשי הוציאני החוצה,
נים ולא נים, הנה אחרון הבתים,
תיר ולא תיר, יצאתי את העיר.

הניחני בתוך הבקעה, ואני שכולה וגלמודה,
אך את דלת נפשי אתי, ואעש אותו לאיש שיחי,

שלום עליך נפשי היקרה, מה תוגך – למה זה רוחך עכורה,
האם ממקרי הגוף יפגעוך, כי תאמר הנה השיגני יגון או אנחה,
הלא כנפי נפש לך, באיוויך יוליכוך למחוז חפצך,
תרצה תסתכל בגרמי מעלה, תואיל תטייל בנוקבת תהום רבה.

עולמות אהבוך – שמות ופרצופים, עקודים נקודים וברודים – לפניך פרוסים,
גם נובלות חכמה אשר בנו להם בני האדם, הכר נא – ראה ועשה כתבניתם,
אם לפיזיקה אם למוזיקה, לאסטרונומיה או לגיאוגרפיה,
הלא הכל לפניך, ואיך זה רוחך עכורה עליך.

דעמם... דע העק מיט די שיינע פראזן... אידיש פארשטייט איהר?! אן אויסגעקלאפטע זעהל דערשפירט איהר?! איהרע זידיגע טרערן זאמלט איהר?! נעה... דאס לאזט פאר איהר שאפער, כי כוס ביד ה', עפעס וועט ער שוין מאכן דערמיט, אפשר איהרע בלוט-וואונדן אפשווענקן? אפשר גאר איהר צו דערקנעטן א טרייסט וועט ער זיך דערקראצן... שוין, דערווייל היט ער איהר אין זיין אומאנפילבארע קריגל, יהא מונח עד שיבוא אליהו.

אבער אז ער היט איז געהיטן, איהר זעהט? ווען ער נעמט עפעס אונטער זיינע פליגל ווערן זיי א וועזן, איך – פון די אנדערע זייט - מוטשע זיך, טראכט און טראכט, טראכט און דערטראכט זיך נישט.

צדיק ורע לו? בחירה? עוועלוציע? קופערניקעס? רבי ז"ל? רמב"ם? יידל, געפילטע פיש, יאיר, לעיקוואד, בערל בעל עגלה, טאמבל סאס, מוח שליט, אתא קלילא, כוכב? אפשר גאר שמעקעדיג? נעה... איך בין צו דאר פארדעם.

יוסיף דעת יוסיף מכאוב! שרייעט א קול פון ווייבער שול.

נו, שוין געהערט אזעלעכס... כ'האף אז ברכת התורה האט איהר שוין געזאגט, כ'וואלט אייך אפשר צוריקגעשריגן חכמים המה להרע, וואלט איהר מסתמא געשאפן עפעס א קאצקע ווארט, להרע! אבער א חכם זיין!

איהר פארשטייט וואס איך מיין? אז מיר וועלן זאגן אז – פאר קיין איד געדאכט – איך אטעם אפ אלע מיינע גאט-געשאנקענע יאהרן זיך ווייקענדיג אין יסורי איוב, כבר הי' לעולמים, נו? איז עס דען א פאקט? היש יסורים בלא זכרון? א רגע נאכ'ן פארמאכן די אויגן ווייסט נישט קיינער, שפירט נישט קיינער און געדענקט נישט קיינער אז איינער האט זיך דא געמוטשעט אכציג יאהר, ווי ער טרעפט זיך אין קבר איז דער דמיון פארטיג, עס איז קיינער נישט קאנטשעס אז עפעס א גרעי מעטטער פון א געמויזעכטס פון פלייש, ביין און בלוט האט באקומען סיגנאלן אז עס גייט איהם נישט גוט.

אט האט איהר געציל, קיין חכמה אין די וועלט האט ער נישט אויסגעלאזט, ויחכם מכל האדם, יעדע סייענס און פילאזאפיע, מוזיק און ארט, צו גאט און צו לייט, אבער איז עס דען עפעס? פון אין סוף זמן האט ער אראפגעציפט אכציג יאהר אוו פעים, איהר ווייסט וואס 80 איז לגבי אין סוף?

איז ער מער ווי א ראבאטישע קאמפיוטער וואס פאלט צו די מיסט ווען זיין צייט קומט? לא ידע בשכבו ובקומו, וואס איז? ער האט געפיהלן? גייט גיבט א בליק אינעם קבר זיינעם, לך אל הנמלה, איך פארזיכער אייך אז זיי דערקוויקן זיך מיט זיין הארץ, הגם אין שטאט האט מען געשמועסט אז זי איז פון גאלד געגאסן.

זייט אייך משתטח אויף קופערניקס' קבר, וואס מיינט איהר ליגט דארט מתחת פני האדמה, א סקעלעטאן, וואס איז דאס א סקעלעטאן, פרעגט איהר? עה, גארניט, עס איז אזא שיינע נאמען וואס די לעבעדיגע האבן געגעבן פאר אפאר ביינער וואס האבן אמאל געהאט די מעגליכקייט זיך צו רירן א סענטימעטער אינעם אין-סוף'דיגן אונעווערס דורך זיך ציען אביסל עצם אל עצמו.

אה! ביינער! דאס איז דאך שוין עפעס א דבר מסויים, אט דאס זענען די ביינער פון קופערניקעס, ניין, מיינע פריינט, אל תנחמוני הבל, 'ביינער' איז אזא סארט ראשי תיבות פאר א געמישעכטס פון פראטין און קאלסיום, יא, דאס וואס די יעניגע פארקויפן אייך אלס ווייטאמינען, איז דאס מער מציאות ווי די שטויב אויף אייער ספרים שאפע? גראדע זענען די שטויבעלך אפגעשטארבענע הויט-צעלן - אייער געשינדענע הויט, וואו ווייט דארף מען שינדען אנצוקומען צו אייך אליין? אדער זענט איהר גאר בסך הכל נאכנישט-געשטארבענע שטויב?

ווייסט ער דען, דער קופערניקעס, אז עס דרייעט זיך א וועלט איבער א געדאנק וואס זיין מוח האט געטראגן און זיין קול געבוירן? גרייכען איהם בלאך'ס קללות – קאפקע'ס יללות?

אז מען רעדט שוין, וואס מאכט גרעגאר?

און אז איהר האט יא א בליציגע השגה אין גרעגאר וועט דער ראווער אויף מאדים אנדערש גראבן אין זיין בעל אכסניא?

וועט א אינגערמאן אין אשדוד מקדים זיין זיין עדות'שאפט אז גאט האט די אומגרייפבארע אונעווערס באשאפן אין זעקס טאג – ויש גורסין 14 ביליאן יאהר – און די זיבעטע טאג האט ער גערוהט?

איין מינוט... די זיבעטע טאג? און וואס האט ער געטוהן אויפן אכט'ן? קיינע שידוכים האט ער דאן נישט אויסגעפיהרט, אפשר האט ער באוואונדערט ווי איין ברודער ווייסט אזוי גוט וואו דער צווייטער געהערט?

איהר כאפט? דורכאויס אין סוף זמן האט ער געמאכט א געפ פון 14 ביליאן יאהר, עפעס אזא טיאטער וואו עס שפילט א ראמאנטישע-קאמעדיע, קומט א דראמאטישע ענדע? אדער וועט איין שיינעם טאג אנהייבן לויפן די קרעדיטס אויף א 'די ענדע' הונטערגרונד?

שא! שא! דער רב"י קומט... דער רב"י קומט...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר