סעיל!!! כעס, בלויז 151 תענתים, ליצנות, בלויז 120, נטילת.....

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1547 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

סעיל!!! כעס, בלויז 151 תענתים, ליצנות, בלויז 120, נטילת.....

שליחה דורך ישראל קאפקע »

איינע פון די גרויסע בענעפיטן פון הערן טעגליך קול מבשר, איז אז מען הערט פון אלע סעילס און ספעשילס,

אויב האט איר געהערט היינט #111 זענט איר לאקי!

"די נייעס היינט איז געספאנסערט דורך חבורת מהרח''ו
אויף די נאמען פון רבי חיים ויטאל זי''ע, וואס גרייטן זיך אפצורעכטן א תיקון גדול ונוראה, וואס עס האט מגלה געווען גי ארי הקודש, וויאזוי דער מענטש קען זיך אויסלייזן פון אלע עבירות, וואס מען האט ח''ו עובר געווען דורכאויס דעם גאנצן לעבן,
דעם גילוי גייט מיט ספעציעלע ציפערן, פון תענתים פאר יעדן חטא באזונדער,
פאר כעס, 151 תענתים,
ליצנות, 120 תענתים,
עסן אן נטילת ידיים, 27 תענתים,
און אזוי ווייטער,
מער וועגן דעם דרוקט יעצט סטאר דערנאך זיראו,"

אויב האט איר געזינדיגט ח''ו רופט 1917-471-0000
(מיר וועלן גערן נעמען אייער געלט און קעיר נעמען פון אלע אייערע עבירות)

איך האלט אז עס איז א געפערליכע ליצנות זיך צו אנאנסירן אזוי אויף קול מבשר,
סאיז א בושה און א חרפה אז אזא 'חבורה/ביזנעס' זאל ספאנסערן נייעס, נאך מיט פונקטליכע פרייזן פאר יעדע עבירה!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר