וואס טראכט יענער?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אויסלייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 07, 2014 2:58 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

וואס טראכט יענער?

שליחה דורך אויסלייזער »

וואס טראכט יענער?

א גוטן ערב שבת "ותאמר", מנחם אב תשע"ד.

בעוה"ר איז מיר פארמעקט געווארן א לאנגע אפהאנדלונג מיט עטליכע וואכן צוריק, פון די אנדערע זייט האבן מיר מקובל פון רבין הלכה למעשה אז "אין שום יאוש בעולם כלל", וועל איך דעריבער פראבירן א צווייט מאל, although אביסל אין קורצען.

אין די פאלגענדע שורות/אשכול וויל איך אויסשמועסן דעם ענין פון אריינקריכן אין א צווייטענס מוח אויף צו פארשטיין יענעמ'ס – לכאורה אומפארשטענדליכען – לאגיק. עס איז ווייט פון א זיכערע אנאליז, ווייל ווען אונז קריכען אריין אין יענעמס מוח, נוצען מיר אונזער אייגענע לאגיק, און סאיז שטארק יתכן אז יענעמס לאגיק איז ווייט ווייט אנדערשט – ווי מ'זאגט – גע'ווייערט.
לאמיר אנהייבן מיט אזא סצענע. איך קוק ארויס פון פענצטער און איך זעה מיין שכן קומט ארויס פון זיין הויז, און זיין קאר איז געווען די איינציגסטע אויפן גאס וואס איז געבליבן שטיין אויף די זייט וואס מ'האט יענעם טאג גערייניגט. עס איז שוין געווען א האלבע שעה אריין אינעם שעת-איסור, און די פאליציי האבן שוין אריינגעשטעקט זייער עונש'ל כנהוג. – דער אינגערמאן שפאצירט אזוי מיט א קאווע "מיט א דעקל", דערנענטערט זיך צו זיין קאר, און באמערקט דעם טיקעט.
וואס איך וואלט געטוהן אין אזא מצב, איך וואלט מן הסתם געזאגט א מיאוסע ווארט, א שין אדער א פ, און אראפ גענומען דעם טיקעט פונעם פענצטער, און – ווי מ'זאגט – איינגעמאכט. אריינגעלייגט דעם טיקעט אין טאש, וכדומה. דער אינגערמאן אבער האט יא געלאזט דעם טיקעט במקומו מונח, און זיך אריינגעזעצט אין קאר כאילו לא היה. – פופצען מינוט שפעטער, ווען איך בין געווען אויפן גאס, זעה איך אים דורכפארן אן אנדערע גאס, און זיין טיקעט איז נאך אלץ דארט.
עד כאן המעשה שהיה.
וואס איך פראביר צו פארשטיין איז: פארוואס האט ער נישט אראפגענומען זיין טיקעט פונעם פענצטער?

    1 צו וויל ער ווייסען אז עס גייט אים נישט אן די 45 דאללער, און עס פאסט אים נישט זיך אפילו וואוסענדיג מאכן דערפון?

    2 צו פלאנט ער עס צו fight אין געריכט, און ער איז זיכער אז ער גייט געווינען ווייל זיין VIN איז אביסל צוקראצעט, און דאס וויל ער ווייזען פאר יעדעם, אז ער איז העכער דעם געזעץ (און מענטשליכקייט)?

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר