בלאט 1 פון 1

גירוש וויליאמסבורג

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 16, 2014 11:13 pm
דורך פליקער
גירש וויליאמסבורג

מיינע ליבע פריינט, עס קימט א גירוש וויליאמסבורג, מען גייט בקרוב נישט מער קענען וואוינען דא נאר גאר גרויסע עשירים, איר קיקט אלע אן די נייע הייזער וואס ווערט היינט געבויט, איר מיינט אז איר גייט זיי קענען עפארדן, איר האט א ביטערען טעות, רוב פון די אלע נייע הייזער קומען מיט א טעקס ביל וואס איז געפעפערט ווי עס ברויך זיין, לאמיר עס צינעמען אביסל פאר די חשובע ליינער, איך וועל דא געיבן דיגמאות וויפיל עס לאזט זיך אויפן מאמענט.

די פראבלעים פון וואס איך ווידמע די ארטיקל איז אויפן ווייטאגליכע טעקס ביל וואס מען באקימט, און מען האט זיך בכלל נישט גערעכנט דערויף ווען מען האט געקויפט דאס הויז, למשל אויב איינער קען עפארדען צוויי טויזענט דולר א חודש פאר א וואוינונג, און ער קויפט אויף דעים חשבון א הויז מיט א מארגידש פון א האלב מיליאן, נאכן אנבארגען ביי די האלבע שטאט פאר די דאון פעימענט, ווען ער באקימט נאך א ביל פון טויזענט טולר א חודש אויב ער איז מזל'דיג, וואס פאסירט, ער איז און צרות, פשוט ער קען נישט באצאלן די חודש'ליכע אויסגאבע'ן, דאס ריפ איך א גירש, ווייל ער ווערט פארטריבן פון זיין וואוין ארט.

ווען מען קויפט א הויז היינט וואס איז ניי, לאמיר זאגן למשל פיפצן הינדערט ס"פ, מיט א טעקס עבעיטמענט, איר צאלט פיר הינדערט פינף און צוואנציג א ס"פ, באלד העלפט די פרייז ווי ביי די ארטיסטן וואס שלינגען אינז איין, וואס עס פאסירט איז שטוינענד, די טעקס דיפארטמענט לייגט ארויף א מארקעט וועליו לויט די רענטעל עוורידש פון די ארימיגע שכנים, און שיקן אייך א טעקס ביל.

ווי אזוי ארבייט א טעקס ביל, איך וועל אביסל דערין אריין גיין דער עולם זאל אביסל פארשטיין פון וואס איך רעד.

עס איז דא א מארקעט וועליו,

א עסעסמענט וועליו

א טעקס רעיט ברעקעט

מיינעס א קרעדיט פאר טעקס עבעיטמענט אויב פארהאן

די פיינעל טעקס וואס מען ברויך צאלען

די אויבן דערמאנטע פוינט'ס זענען ווי אזוי א ביל ווערט אויסגערעכנט, ס'טייטש קודם איז דא די מארקעט וועליו, די ציפער ווערט אויסגערעכנט דורך די רענטעל אינקאם עוורידש מיינעס די עקספענסעס, וואס ביי אינז אין וויליאמסבורג קומט עס אויס צווישן הינדערט צעין ביז הינדערט פינף און זיבעציג פער ס"פ, אויך ווענדט עס זיך, אויב איז עס אינטער צעין יונט'ס אין די בילדינג דאן איז עס צי די מער, אויב איז עס א מער ווי צעין אפארטמענט'ס דאן לויפט עס ביי די נידריגע ציפער, קומט אויס אז 1,500 טיימס לאמיר זאגן 110 ווייל רוב נייע הייזער זענען גרעסער, איז די מארקעט וועליו 165,000 האבן מיר שוין די מארקעט וועליו, נישט פארגעסן אז די נומער טוישט זיך פון יאר צי יאר, און עס שטייגט שוידערלעך די לעצטע עטליכע יאר, כאטש עס האט געטראסקט דראסטיש אין 2012 ביים ריל עסטעיט קראך, האט עס שוין איבער געשפרינגען מיט א שמיץ אריבער.

אינטער צעין דירות פלעיג מען בויען כדי מען זאל נישט ברויכן קיין פארקינג אינעם בילדינג, דאן זענען די ציפערן פארשטייט זיך פיל מער שוידערלעך, ווייל די עסעט וועליו איז 1500 טיימס 175 = 260,000.

די עסעסט וועליו,

ציציקומען צי די ציפער, נעמט מען די מארקעט וועליו, און מען מאלטיפלייט עס ביי א געוויסע פערצענט, וועלכע פראצענט?, ביי א קליינע הויז ביז פיר אפארטמענט'ס איז די פראצענט 6% און פון 4 יונעט'ס און העכער, איז עס א שוידערליכע 45%, יא איר הערט גיט, על כן די 165,000 מארקעט וועליו טיימס 0.45 איז, 75,000 בערך. אויב איז עס א קליינע הויז ווי אויבן דערמאנט איז עס נאר 10,000 די עסעסמענט וועליו.

די טעקס ברעקעט, גרויסע הייזער פון פיר און העכער איז די יאר 13.45%, קליינע הייזלעך, 19.50%, בערך.

די טעקס ביל איז שוין איצט פארשטענדליך, נעם די 165,000 טיימס 0.1345 = 22,200 פער יאר, און א קליינע איז 10,000 טיימס 19.50% = 1,950.00 די טאטעל טעקס ביל פער יאר.

ביז א יאר ציריק ווען מען האט געהאט א טעקס עבעיטמענט איז עס געוועין א נאן קעפ, ס'טייטש אז עס האט עבעיטעט די גאנצע טעקס אויפן בילדינג, דעיס ביסל וואס מען האט געצאלט איז געוועין די טעקס אויפן לאט, דאס האט זיך געטוישט צי א קעפט טעקס עבעיטמענט, זיי נעמען נאר אראפ די טעקס ביז א געוויסע סומע פינעם עסעסט וועליו, אויב איז דער סומע מער ווי די קעפ, אויף יענע חלק קומט א העיפליכער ביל.

פאקט 1, אלע נייע טעקס עבעיטמענט'ס האבן א קעפ פון בערך 65,000 פון די עסעסט וועליו, ממילא א אפארטמענטס וואס זענען אביסל גרעסער ווי די קליינע נעיז לעכער האבן א עסעסט וועליו מער ווי 65,000.00 און דעריבער וועלן זיי קריגען א ביל, אפילו עס איז פארהאן א אבעיטמענט, ממילא לויטן אויבן דערמאנטען משל גייט מען צאלן טעקס אויפ 100,000 ווייל דעיס איז איבער די קעפט עבעיטמענט.

פאקט 2 אינזערע שכנים וואס בויען טייער, און די אלע שיינע הויכע געביידעס מיט אסאך גלאז אויפן בילדינג זענען גאר קליינע דירות, און האבן גאר טייערע רענטל'ס, געוועינטלעך א איין שלאף צימער סטודיא, פאר מינימום צוויי א האלב טויזענט טולער חודש, פיל מער ווי אינז צאלן דא אין וויליאמסבורג.

פאקט דריי, די געזעץ איז אז די מארקעט וועליו וואס די שטאט טאטע'ס רעכענען אויס פאר א קאנדא אדער סתם הויז, גייט לויט א געיגנט עוורעדש רענטעל אינקאם, עס איז ציטיילט איסט וויליאמסבורג, סענטראל וויליאמסבורג, נארט, און סאוט וויליאמסבורג, יעדע געיגענט האט זייער נומער וואס דאס טיט דיקטירן די עוורידש מארקעט וועליו פער ס"פ,

טעות אז קאנדא איז דער פראבלעים, עס איז כמעט און ערגעץ נישט קיין חיליק צי די הויז איז א קאנדא אדער נישט, עס גייט לויט די סכום אפארטמענט'ס אויפן CO.

שגץ שטיק, פארוואס רעכענט מען פער ס"פ, יעדער פארשטייט אז עס איז דא דירות וואס זענען גאר טייער געבויט מיט אלע אמעניטי'ס, ווי שווים באסיינען, טיר מענער, איבונג צימערן, שיינע הויעכע דעכער, די שיינע גרויסע וואלקען קראצער ווי שעיפער לענדינג, און אנדערע פענצי הייזער אויף בראדוועי, אדער די נייע גויאישע פראדזעקט פון די געוועיזענע דאמזי, וואס גייט הייסן, די אוסטין קאנדא, וואס גייט אגב פארקויפן פאר 1,400 פער ס"פ, די זעלבע געביידע וואס גרעינעצט יענע פראדזעקט וואס הייסט דאמזי, וואס איז פארקויפט פאר אידן, איז א דריטל די פרייז, ווייל זיי גיבן אייך א פייג, חוץ די דירה, אבער ווען עס גייט קומען צים טעקס ביל זענען מיר אייניגע מחותנים.

די אלע לאטס אויף בראדוועי וואס זענען נאך ליידיג, צווישן דאמינא, רויז פלאזא, קדם בילדינג, און נאך ארימיגע, די אלע לאט'ס ווערן איצט געפליפט פון פארקויפט פאר הינדערטער מילאנען דולר, למשל די קדם לאט איז זאגאר פארקויפט געווארן פאר איבער הינדערט פיפציג מיליאן טולר, רויז פלאזא איז נאך פאר סעיל פאר צוויי הינדערט מיליאן און העכער, דאמינא איז שוין שאוועל רעדי, דארט קומט ממש א הימל שרייענדיגע פראיעקט כדרך די בילדינג'ס פון דארט און ווייטער ארויפ צי די נארט'ס, נאך פיל טייערער ווי שעיפער לענדינג, לאמיר נישט פארגעסען וואס עס קימט פאר אויף בראדוועי, די הערליכע הייזער איינס שענער פון צווייטען, אלע די הייזער גייען האבן א דירעקט אפעקט אויף די הייזלעך אויף יוז סטריט, פען סטריט, און אזוי ווייטער.

על כן, זעי איך נאך אלע חשבונות, אז עס גייט נישט מעיגליך זיין צי קויפן דירות, ווייל די מארקעט וועליו גייט ווייטער שטייגן, נאך לויפן'דיג די שנעל שטייגענדיגע עוורידש רענטל פרייזן פון אינזערע גויאישע שכנים'ס רענטל פרייזן, וועט די מארקעט וועליו ארויף רייסן, און אז די מארקעט פרייז איז הויך נעמט נישט קיין סך ביז די טעקס ביל ווערט העכער, בערך פינף יאר, ווייל זיי ברויכן ציטיילן יעדע נייע העכערינג אויף פינף יאר.

ממילא איז מיין מיינינג, אז אלע דירות אין אינזער וויליאמסבורגע אימגעיגענד, גייט זייער טעקס ביל שרעקליך שטייגן, פשוט כמשמו, יעדע הייזל וואס איז פארהאן און וויליאמסבורג וועט זייער מארקעט וועליו שטייגן, די גאר קליינע וועלן עס אפשר קענען איבערטראגן, א שטייגער ווי ברוקלין ווילאס דירות, אדער די קלענערע בראון סטאון'ס, וועלכע ווערן אגב אנגעריפן קלאס 1, און זיי צאלן די זעקס פערצענט פון די עסעסט וועליו ווי אויבן דערמאנט, אבער ווידערים אלע וועס זענען קלאס 2, און די וואס האבן בכלל נישט קיין עבעיטמענט'ס, זאלן זיין געראכטן אז זייערע טעקס בילס גייט און די קומענדיגע עטליכע יאר שטייגן שרעקליך, עד כדי כך, אז עס וועלן זיין וואס וועלן עס נישט קענען איבערטראגן און פארקויפן פאר גוים, וואס שטייען גרייט מיט די טשעקן אויס געשטעלט אויף ריזיגע סומעס, און עס וועט נישט נעמען לאנג און וויליאמסבורג וועט אויסזעין ווי די לואער איסט סייד, ווי חוץ די פראדזשעקס איז נישטא קיין שריד ופליט פון אידישקייט, טראץ וואס דארט האט געווירבלט אידישקייט עני טיים ווי וויליאמסבורג.

די אלע אנדערע חלקים פינם גירוש אז עס איז נישטא קיין דירות בכלל, און אז די דירות וואס זענען יא דא זענען שרעקליך טייער, די פילע הייזער מיט מעכטיגע מארקעט וועליו'ס וואס זייער טעקס ביל לויפט אפ בקרוב, די פילע הייזער וואס זענען פיל מער ווי די קליינע פיפצן הינדערט ס"פ, וואס באקריגן שוין העפטיגע בילס, דעיס איז שוין וואויל באוויסט, און פון די חלק האב איך שוין גערעדט מערערע מאל, און נישט אינטערעסט מער מוסף זיין און איבערקייען, נאר די חלק פינעם טעקס ביל'ס לכאורה ווייסן ווייניג, דעריבער האב איך געשפירט פאר וויכטיג צי מגלה זיין.

עז א דיסקלעימער, אז איך האב נאר מגלה געוועין די בעיסיק'ס, עס איז זייער א קאמפלעצירטע חשבון, און עס איז שווער זיך צי דערגרינדען ביזן סוף דעת פינעם דראג אדיקטעד אסעסער וואס שרייבן די אסעסמענט פאר די מיליאן מיט הינדערט טויזענט הייזער בערך און די סיטי, ממילא איז דא פילע דקות'דיגע חשבונות וואס האבן תירוצים, און פילע וואס זענען אימפארשטענדליך און סתירה'דיג צי די אויבן'דיגע חשבונות, אבער אלעס אויבן דערמאנט איז וואס איז פאבליצירט ביי די אסעסמענט דעפארטמענט.

עני קוועסטשענס ?, ניין, אקעי, גיטע וואך.