אביסעל מענטשליכקייט!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 759 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 568 מאל

אביסעל מענטשליכקייט!

שליחה דורך Kool man »

איך ווייס נישט אויב ס'שוין דא אזא אשכול, אבער כ'באגעגען זיך שטענדיג מיט אזעלעכע אינצידענטען וואס מאכט מיין הארץ ארויסשרייען א ווייטאגליכע שטילע געשריי, וואו איז אביסעל מענטשליכקייט?

אין שוהל
ווען דו גיבסט א האפטשא [סניז בלע"ז] לייג ארויף דיין האנט אויפ'ן שפריצענדיגען פיסקעל, קיינער ארום דיר עקספעקט נישט יעצט קיין שאוער פון דיין באקטעריע שליים!
ווען דו ענדיגסט אויסבלאזען דיין נייזעל און דו האסט אנגעזאמעלט א שפאר ביסעל גרויליגע שמוציגע טישאס אויפ'ן טיש, לאז עס נישט בירושה פאר דעם נעקסטען מתפלל, זיי מוחל לייג עס אין מיסט קעסטעל!
אז דו האלטסט דו האסט א שיינע שטימע, מוזטו זיך פארט נישט אויסדרייען אריינזינגען, גארגלען און אריינשרייען גראד אין מיין אויער אריין, איך גלויב דיר פון צען פיס אוועק אויכעט!
ווען נעבען דיין שכן ליגט א ספר אנגעגרייט, פארשטיי'זשע אז די ספרים האבען נישט אהערגעווואקט פון זיך כדי דו זאלסט זיך מכבד זיין דערמיט ביים ליינען, דיין שכן האט זיך מטריח און זיי אויפגעזוכט און אהערגעברענגט, אפילו אויב ער האט צוויי, לאז זיי ווי זיי זענען און הייב אויף דיינע פיסעלעך זיך צו טרעפען דעם ספר וואס דו זוכסט!
ווען דו נעמסט ארויס א ספר, חומש אד"ג, זייזשע מוחל שטרענג אן דיינע טייערע הענטעלעך און לייג צוריק דעם ספר אין שאנק!
לייג נישט אריין דיינע גראבע האר פון דיין בארדע אין די גמרא, שו"ע אדער ספר, נישט קיין חילוק צו ס'יז שווארץ, ברוין, רויט אדער ווייס, ס'איז א גועל נפש!
טייערער שלאך, לייג נישט אראפ דיין קאוט אויפען טיש אין ביהמ"ד אויכעט נישט אויפען באנק, יעדעס ביהמ"ד האט הענגערס אדער הוקס פאר די מאנטלעך!
ווען דו ווילסט פארזיכען פון די קעיק ביי תיקון, טאפ נישט אויס און קוועטש נישט אויס אלע שטיקלעך מזונות ביז דו שפירסט מיט ביידע הענט וועלכע איז די מערסטע/ווייניגסטע אויסגעבאקען אדער ראפאגאש! [די זעלבע מיט שאלעשידעס בילקעלעך]
ווען דו באשליסט וועלכע שטיקעל מזונות שמייכעלט צו דיר, נעם אים אינגאנצען אראפ פון טאץ, ברעך נישט אפ דעם האלבען און לאז איבער דעם אנדערען האלבען ווי א יתום אן א קאפ אין'ם טאץ!
ביי'ן קידוש אדער שאלעשידעס, לייג נישט צוריק דיין געביסענע חלה/אייער קיכעל אין די דיפ/הערינג/טונא אדער פיש טעלער, פוי!
איבעריג צו זאגען, פוץ נישט דיין נאז אין ביהמ"ד אדער סיי ווי צווישען מענטשען, גראבען אוצרות זאלסטו אין ביהכ"ס אדער אין דיין דיינונג רום!

אין קאווע שטיבעל
ווען דו מאכסט דיין קאווע, לייג נאר אזויפיל וואסער ווי דו דארפסט, לאז גענוג פלאץ, ס'קומט נאך מילך, נישט פול אן ביז אויבן, און נעם דיך גיסען אויף אלע זייטען ווען די רעסעפי הייבט נישט אן צו שטימען בשעת'ן לייגען די מילך!
פול נישט איבער דעם כוס קאווע ווי יום הששי, נוץ אביסעל שכל!
די פלאץ פון שמוציגע גענוצטע קאווע גלעזלעך איז אין מיסטקאסטען, נישט אויפן טיש און נישט אין קאווע שטיבל!
ווען ס'איז דיר פארבליבען רעשטע אין די קאווע גלעזל, פארגיס נישט די פליסיגקייט אין מיסט, אין דעם ליידיגען קאפ אין די סינק, לייג דאס גלעזעל אין מיסט קאסטען, אין די פליסיגקייט אין סינק!
דיין האלב פארבליבענע געביסענע קאצקע צוקער ווארף אין מיסט אריין, לאז אים נישט אויפען טיש און נישט אין ק"ש!

המשך יבא

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר