די סיבה פון אנטיסעמיטיזם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 847 מאל

די סיבה פון אנטיסעמיטיזם

שליחה דורך מצטמק ויפה »

[justify]אנטיסעמעטיזם איז ווי א וועקער זייגער פאר אונז אידן. אויב פארגעסן מיר אמאל ווער מיר זענען און אז מיר זענען אין גלות וועט דער אנטיסעמעטיזם אונז ביטער דערמאנען ווער מיר זענען און וואו מיר זענען.

זינט די חורבן פונעם צווייטן בית המקדש זענען מיר אוחסגעשטאנען כל מני רדופות, רוב זענען פאר אונז אלע באקאנט, א שטייגער ווי קרייציגלער, ת"ח ות"ת, גירוש שפניע, צווייט וועלט מלחמה, און אזוי ווייטער. און דערנאך איז דא נישט אזעלכע באקאנטע געשיכטעס פון כלל ישראל, פשוט ווייל עס האט נישט אפעקטירט צו א גרויסע חלק פון כלל ישראל. אבער הצד השווה שבהן איז אז עס כמעט נישט דורך קיין זיביציג יאר און א ציה אן דעם וואס כלל ישראל זאל מיט מאכן א גירוש וכדו'

נו, שטעלט זיך די גרויסע לאנג יעריגע פראגע "פארוואס פארוואס פארוואס???" וואס האבן מיר חוטא געווען אז דער גוי האט אונז אזויפיל פיינט? וואס האבן מיר איהם געטוען?

דורך די יארן זענען היסטוריקער אפירגעקומען מיט עטליכע סיבות פארן אורזאך פון אנטי סעמעטיזם און לאמיר עס צו לייגן און זען אם יש רגליהם לדבר און איז ריכטיג וואס זיי זאגן.

1) אקענאמיע = אידן זענען אלעמאל געווען רייך אלעמאל בעזעסן די הויכע פאזיציעס אין לאנד וכו'

2) אויסדערוועלטע מענטשען = אידן האבן זיך אלס געהאלטן העכער און בעסער ווי סתם גוים.

3) די אידן האבן גהארגט יוזל ימ"ש.

4) ראסע טעאריע = אידן האבן א שוואכע קלאס ראסע.

ווען מיר טראכטן אריין אין די טענות דארפן מיר וויסן, איז דאס געווען א סיבה פאר אנטי סענעטיזם אדער גאר א תירוץ פאר אנטי-סעמעטיזם?  דהיינו אז אויב זאל איך אויפווייזן אז איינע פון די סיבות איז נישט ריכטיג וואלט דאן אנטיסעמעטיזם זיך גדארפט אויפהערן, און אויב נישט דאן איז קלאר אז די אויבערדערמאנטע סיבות זענען תירוצים און נישט קיין סיבות.

איז לאמיר עס צולייגן:

אקענאמיע – און זיבענצענטע, אכטצענטע יאר הונדערט האט אין פוילאנד דייטשלאנד געהערשט א שרעקליכע ארומקייט ציווישן די אידן. ווי אויך האבן זיי אן נישט געהאט קיין שום צוטרוי און די מלוכות.

אויסדערוועלטע מענטשען – א) פאר די צווייטע וועלט מלחמה האבן די דייטשע אידן געלייקענט זייער אויסדערוועלטקייט, נאר גאר פארקערט געארבעט אויף ציווילעזאציע. ( און געהאלפן האט עס זיי א מכה ) ב) קריסטן און מוסלעמענר האלטן זיך פונקט אזוי אויסדערוועלט און אנטי - סעמעטיזם קען זיי דערליידן.

געהארגט יוזל – די בייבל אליין פארציילט אז רוים האט געהארגט יוזל (דאס אז אידן האבן איהם געהארגט איז הערשט געווארן יארן שפעטער) נו פארוואס איז נישטא קיין אנטי - רוים מאוומענט דורך היסטאריע?

ראסע טעאריע – די טעאריע הייבט פשוט נישט אן צו שטימען, פשוט ווייל יעדער איינער קען ווערן א איד אן קיין אויסנאם, און קיין איינער פון א אנדער קולטור, קאליר, איז נישט אויסגעשלאסן צו ווערן א איד.

איז, זעמיר וויפיל אמת עס ליגט אין די אלע ווערטער און גארנישט וועט אונז נישט העלפן עס איז א גזירה מן השמים און פארטיג.

למעשה האב איך געטראפן ווערטער און די טאג בוך פון אנא פראנק וואס איז פאר מיר די מערסטע צום הארצן, זי שרייבט אזוי:

“Who has made us Jews different from all other people?  Who has allowed us to suffer so terribly up until now?  It is G-d who has created us as we are, and it will be G-d, too, who will raise us up again.  Who knows, it might even be our religion from which the world and all people learn good, and for that reason and only that reason do we suffer.  We can never become just Netherlanders, or just English or representatives of any country for that matter.  We will always remain Jews." (Diary of Anne Frank, April 11, 1944)

אין אונזער מאמע לשון זאגט זי אזוי, דער גוי האט אונז פיינט פאר די איינע סיבה ווייל ער ווייסט און שפירט אז מיר האבן פליכטן און מיר האבן א ריטיגע ציל און לעבן. איי וואס גייט איהם אן וואס איך טוה? עס גייט איהם שוין איינמאל אן, ער וויל זיך לעבן א געשמאקע פרייע לעבן טוען וואס זיין הארץ גליסט אן דעם וואס עפעס זאל איהם צירוק האלטן, און מיר זענען די וואס לאזן איהם נישט, מיר זענען די וואס געבן איהם די געפיל אז האללא קוק וויאזוי מען דארף זיך פירן, קוק וואס מיינט לעבן מיט נארמלקייט. און דאס וויל ער בכל כוחו אויסרייסן.

 [/justify]

נ"ב. א דאנק פאר ידיד נפשי ..... פאר מיר געבן די חיזוק ועידוד צו שרייבן דעם ארטיקל.

דער אשכול פארמאגט 137 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר