די סיבה פון אנטיסעמיטיזם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך קדש הילולים » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:57 pm

אתא קלילא האט געשריבן:http://bshch.blogspot.com/2014/07/blog-post_2908.html?m=0
יעצט נאדיר א פאקערטע קליפ פון א צווייטען שייך אין דיל זיך דעם של ראש וי וועם די ״פאתווא״ איז (דע ארבישע הלכה,שארייעע געזעץ)
די ריכטיגע הלכה איז אבער די ביטערע פאקט אז עשיו וישמעאל שונאים ליעקב,
אין סאיז נישט קיין חילוק צו דער ישראל איז א אהרוני צו זאלוני, באבוב 48 /45 ליטויש געשטימט צו די ביסט א פשוטער פרענק פון גאס אונז זענען מיר אלע אין איין שיפל צוזאמען מיט די נטו״ק מיטגליגד גלייך!

בעסער געזאגט, אויב דער ארבער ווייזט ארויס סימפאטיק פאר נטו״ק איז א סימן אז זיי זענען נישט מזרע ישראל נאר א שורש נשמה פון מוחמד
ווייל די הלכה אז עשיו (אין ישמעאל) איז א שונא מובהק ליעקב גייט זיך נישט טוישען בשום אופן דוק והבן

לאמיר קלארשטעלן: ס׳זענען אודאי דא שונאי ישראל בזמנינו פינקט ווי אייביג, ס׳איז נישט מעגליך צו אנטלויפן פונם ביישעפער, וואס ער האט אזוי אוועקגעשטעלט דו גלות, ווי אויבן געשריבן אז ס׳איז א שטעקן פונעם אייברשטן,(דו גמ׳ זאגט דאך גדולה הסרת טבעת וכו׳ אויף המן הרשע).
נאר דו רעדע איז דא, צו מ׳קען נישט זאגן אז ציונות ברענגט און פלאקערט אויף אנטיסעמטיזם, אזוי האט געשריבן בערל בעל עגלה.(נאר אז נטרינא מאכט אנטיסעמטיזם קען מען זאגן..). ברענג איך ארויס אז ס׳איז לגמרי נישט ריכטיג. ווי ס׳איז פשוט שייך בדרך הטבע. און אודאי וויס׳שטייט אין די גמ׳ ווי אויבן דערמאנט.
אבער אז אן אראבער רעדט אנטסעמיטיש, איז עס טאקע דאס מ׳האמיר געשריבן, אז ציוניזם פלאקערט אויף אנטיסעמטיזם.
און נטרינא טענה׳ט דאך כסדר דאס, אז דו ציונים גיבן פאר דו אנטסעמיטן אין מויל אריין דו אלטע אנטסעמיטישע טענות. און אודאי איז נישט קיין ווינדער נאכדעם פארוואס שפראצט ליידער אנטיסעמטיזם?
איז דו ארבעט פון נטרינא צו פארשפרייטן אז יודן זענען נישט קיין ציונים, במילא נעמט מען אוועק דו תירוץ פון דו אנטסעמיטן. און אודאי דארף מען אלץ האבן א השגחה עליונה, אבער פשוטע השתדלות דארף מען טוהן.
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך ווייט פיש » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 6:03 pm

@בערל בעל עגלה אויב דיר גייט נישט אהן און סשטערט דיר נישט וואס נטרונא טוט און די ביסט נאר ביזי מסביר זיין פארוואס עס איז אומנויטיג
נו וואס באדערט דיר אזוי ווען יענער טוט אומנויטיגע זאכן? זיי דיר בעסער מטפל מיט זאכליכערע זאכן
ווייט פיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 6:09 pm

מען פארזעהט א פשוטע נקודה.

פונקט אזויווי אסאך דא האבען פיינט אנדערע פאקציעס פין כלל ישראל, האבען אסאך גוים פיינט אנדערע פאקציעס פין אמונה.

דאס אז אז עס גייט עד כדי להמית דאס איז שוין ווייל דער מענטש איז א רוצח.

אראבער האבען פונקט אזוי פיינט קריסטען, אייסיס הרג'ט אויס גאנצע שטעט מיט קריסטען אין עיראק, כ'בין זיכער אז זיי זאגען אויך אז עס איז א גזירה מן השמים...
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1617 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 6:15 pm

ר' בערל אויב דו געדענקסט האב איך דיר געפרעגט א פראגע עטליכע טעג צוריק (דאכט זיך אז סאיז געווען דיר ס'קען זיין אז איך בין זיך טועה) אויב דו ביסט מודא אז אנטיסעמיטיזם איז ביז זיבעציג יאר צוריק געווען קאנצענטרירט אין אייראפע אן איז היינט צוטאגס די שטארקסטע אין די אראבישע וועלט, דו האסט זיך ארויסגעדרייט פון געבן א קלארע קורצע ענטפער,

פאקטיש איז היינט די געפארפולסטע האס קעגן אידן קאנצענטרירט אין די אראבישע וועלט, נאך די חורבן אייראפע איז אייראפעאישע אנטיסעמיטיזם געווארן אלטמאדיש און 'אנקול', מצד שני האט אנטיסעמיטיזם פון די אראבישע וועלט עקספלאדירט נאך תש'ז-תש'ח, און ניין איך זאג 'נישט' אז ס'האט זיך אנגעהויבן דאן, און סאיז נישט געווען אזא זאך ווי אנטיסעמיטיזם פארדעם, סאו קום מיר נישט מיט דיין אויסגעדראשענע טענה איבער די פאגראם אין חברון אין תרפ"ט, אדער די דמשק בלוט בילבול,

פאקט בלייבט פאקט אז די גרעסטע גורם פון שנאת ישראל כהיום איז מדינת ישראל, נאר א שוטה קען זאגן אנדערש,
פאקט בלייבט פאקט אז צוליב מדינת ישראל קענען אידן נישט לעבן רואיג אין א גרויסן חלק פון אייראפע,
פאקט בלייבט פאקט אז א גרויסע חלק (ווארשיינליך רוב רובו) פון איבערפעלער אויף אידן איבער די וועלט איז צוליב מדינת ישראל,
פאקט בלייבט פאקט אז איבער א מיליאן אראבישע אידן זענען צוליב מדינת ישראל געווארן אזוי אומזיכער אין זייער היימלענדער וואו זיי האבן געוואוינט איבער צוויי טויזנט יאר (תימן) פופצן הונדערט יאר (איראק איראן סיריע וכו') און ווייניגסטנס פינף הונדערט יאר (טערקיי מאראקא וכו') אז זיי האבן געמוזט עמיגרירן/אנטלויפן,

צו לייקענען די פשוטע פאקטן דארף מען זיין אדער מוראדיג נאריש און קליינקעפיג, אדער גאר איגנאראנט אין היסטאריע און אין די מצב אין די וועלט היינט צוטאגס, אדער אזוי פארקוועטשט אין ציוניסטישע פראפאגאנדע, דעמאגאגיע און מיטאלאגיע אז מען איז בלינד צו זען וואס איז קלאר ווי די טאג,
און אזויווי די שונאים אויף קאווע שטיבל זענען על פי רוב סיי נישט קיין נארנים, און סיי נישט קיין איגנאראנטס, מוז מען אננעמען די דריטע אפציע אז זיי זענען בלינד פון זייער ציוניזם!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ישראל קאפקע אום דינסטאג אוגוסט 19, 2014 6:25 pm, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2295 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 6:16 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:קודש הילולים: דו פרעיגסט (רעטאריש) וואו איז די פראף. אז די אראבערס און אנדערע אנטיסעמיטן און שונאי ישראל זענען נישט מבחין צווישן איין איד און דעם אנדער'ן איידער זיי גיען ארויס מיט האס און רציחה אקעיגן אידן. 'על איך ענטפערן, "משם ראיה". פון דיין מעשה אליינס וואס דו פארציילסט פון אן ערשטהאנטיגע ידיעה. אז דער אראבישער טעקסי דרייווער איז געווארן ווילד און מלא רציחה אויף דעים איד (זיין פאסאזשיר.) ביז דער איד האט איהם געזאגט די דיבורים. האט ער זיך בארואיגט. אבער אין אלע אנדערע פעלער וואו אראבערס או9ן סתם אנטיסעמיטן למיניהם האבן פאגראמירט, גערצח'ט און באראבעוועט אידן און אידישע געשעפטן און זיי האבן נישט מבחין געוועין בין דם לדם.. נאר מזיק געוועין א יעדן איד וואס איז זיי אינטערגעקומען אינטער די הענט. ס'איז פונקט אזוי ווי עטץ זאגטס אז די מדינת ישראל סאלדאטן זענען רוצחים ווייל זיי באמבארדירן די "ציווילע" באפעלקערונג אין עזה און אנדערע פלעצער. אן מבחין צו זיין צווישן פאלעסטינער טאטעס און פעטערס, און מאמעס און קליינע קינדער (גמולי חלב שלא פשעו?). איך האב נאכנישט געליינט אין ענקער חשוב'ן ניו יארק טיימס אז די אראבישע דעמאנסטראנטן און פאגראמיסטן אין פאריז זאללן האבן פארהערט די אידן אויב זיי זענען בקי אין ויואל משה און על הגאולה ועל התמורה, איידער זיי האבן זיך אריינגעריסן אין שול. די זעלבע אין די פארשאלטענע מדינה דייטשלאנד. וואו מ'פראדוצירט די וואוילע און גוטע קארס בי.עם. דאבליו. און מערסעידעס, וואס די (ב"ה) פארמעיגליכע אידן פון קהילתנו הקדושה האבן אזוי ליעב צו קויפן און ליעסן. דארט האבן אויכעט די דייטשע און פאלעסטינער רוצחים נישט געשריגן "טויט צו די פארשאלטענע ציונים און זייער מדינה" נאר זיי האבן געשריגן און געטון "טויט צו די אידן". איים עם סארי. איך בין טאקע נישט קיין ציוני. אבער א איד ביניך ב"ה יא. איז, פארוואס (לשיטתכם) האבן זיי געשריגן אז זיי ווילן מיך אויכעט (ח"ו) הרג'נען?!
לאמיר שוין נישט רעדן פון היסטאריע. אז די נאציס , ימ"ש האבן נישט געפרעיגט קיין איינציגן איד ביי די סעלעקציעס אויב זיי זענען ציונים, אדער געהערן צום קנאי'שן לאגער. נאר זיי האבן זיי אלע געשיקט אין דעם זעלבן גאז קאמער און קרעמאטאריום (פי', אויוון.(. דעם גרעסטן קנאי און ערליכער איד צוזאמען מיט דעם גרעסטן ציוני און מזרחי'סט. צו ער האט טיא געלערנט דעם דף היומי אדער געשפיגן דערויף... :? 8-) :roll: :evil: :twisted: :evil: :twisted: :x :P :oops: :cry: :( על אלה אני בוכייה :cry: :( ;) :o

הוא אשר דיברתי!
ליין וואס איך שרייב פאר אתא קלילא. יעצט דער טעקסי דרייוער האט נישט מבחן געווען צווישן יידישקייט און ציונות, איז ער געווען ברוגז אויף ״יודן״, איינמאל ער ווערט געוואר אז ער האט מיט ציונות נישט קיין שייכות, איז אראפ דו שנאה.
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 6:25 pm

עס איז שוין צייט צו אויפהערן מיט די הלכה בידוע, דאס איז נישט קיין הלכה און ווערט נישט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך. אויב איז טאקע ריכטיג אז עס איז דא עפעס א הימלישע גזירה אז מען זאל אונז פיינט האבן, דאן וואלט דאס געווען א ראיה אז מען האט אונז אויך פיינט פון הימל ח"ו. און די קריסטן האבן טאקע גענוצט די אידישע צרות אלס א ראיה כאילו גאט אהאט אונז פארלאזט, מען דארף זיין א נאר צו איבער'חזר'ן די זעלבע שטותים.
לעצם הענין איז ווירקליך גאנץ קלאר אז די מדינה האט גורם געווען א ריזיגע שנאת ישראל אין די מוסלעמענער וועלט. אבער ווי איך בין מחולק מיט נטרונא איז אין דעם וואס זיי מאכן די מדינה א נארישע זאך, כאילו עס איז געווען סתם א תאוה און משוגעת פון אפאר ציונימ'לעך און א דאנק דעם ליידן אלע אידן. דאס איז דורכאויס פאלש. די סיבה פארוואס די מדינה איז צושטאנד געקומען איז טאקע צוליב די שנאת ישראל בעיקר אין אייראפע, און אויך אין אנדערע פלעצער, ווען מען האט געזען אז דער איד איז אין ערגעץ נישט זיכער האט מען אפגעמאכט אז מען מוז האבן אן אייגן לאנד מיט אייגענע וואפן זיך צו קענען באשיצן. דאס איז די מערסטע שכל'דיגע זאך געווען, און מעגליך אפילו היינט אויך. למעשה האבן אידן געליטן ביטערע צרות איבער די גאנצע וועלט, און די מערסטע שכל'דיגע זאך איז זיך צו צוזאמענעמען מיט אן ארמיי און זיך נעמען אין די הענט אריין. ווען מען וואלט דאס געטון מיט הונדערט יאר צוריק וואלט קיין האלאקאוסט קיינמאל נישט פארגעקומען, טראץ די שנאת ישראל פון די מוסלעמענער וואס דאס וואלט גורם געווען. און פארגעסט נישט אז נאך די צוויי וועלט מלחמה איז פשוט נישט געווען וואו צו גיין הונדערטער טויזנטער אידן זענען געבליבן שטעקן אויף אדמת אייראפע און קיינער האט זיי נישט געוואלט ארייננעמען. וואס האט מען געדארפט טון? נאכאמאל אויפשטעלן קהילות אין אייראפע כדי מען זאל אונז נאכאמאל קענען אויס'הרג'ען דארט פופציג יאר שפעטער?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7776 מאל

הודעהדורך קפנדריא » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 7:20 pm

למה נקרא שמה "סיני", שמשם ירדה שנאה לאומות העולם...

אבער די וואס צובלאזן עס און העצן עס מער און מער האבן בלוט אויף זייערע הענט..
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 7:29 pm

בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז מר. קודש איז 'אותה גברת בשינוי אדרת'?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7608 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2521 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 7:52 pm

ווייט פיש האט געשריבן:@בערל בעל עגלה אויב דיר גייט נישט אהן און סשטערט דיר נישט וואס נטרונא טוט און די ביסט נאר ביזי מסביר זיין פארוואס עס איז אומנויטיג
נו וואס באדערט דיר אזוי ווען יענער טוט אומנויטיגע זאכן? זיי דיר בעסער מטפל מיט זאכליכערע זאכן

ר' ווייט פיש: לויט ווי איך זעה האסטו נאכנישט געכאפט די נקודה העיקרית פון מיין פזמון. איך זאג נישט (און האב קיימאל נישט געזאגט) אז די ארבעט פון נטרונא איז אומנויטיג. אדרבה. טעארעטיש (לכאורה) איז עס זייער שטארק נויטיג און וויכטיג. די נקודה איז אז ס'טוט (ליידער) גארנישט אויף. ווייל קיין איין אנטיסעמיט און רוצח האטזיך נאכנישט צוריקגעהאלטן פון זיינע מעשי רציחה, ווייל ס'איז דא א הסבר אז ערליכע אידן זענען נישט קיין ציונים. ווייל וואס ס'טרייבט זיי איז נישט אנטי-ציוניזם. נאר פשוט אנטיסעמיטיזם. און דאס אנטי-ציוניזם איז נאר א תירוץ, א כסות-עיניים פאר זייערע מעשים תעתועים.
אדרבה. ווען מ'וועט הערן אז די ארבעט פון נטרונא האט עושה פירות געוועין, און גויים וועלן אפן זאגן און ארויסווייזן בפועל אז זיי טשעפען נישט קיין אידן ווייל אינז זענען נישט זייערע שונאים, וועל איך זיין, בלי"נ פון די ערשטע און העכסטע שרייערס וואס וועלן אויסשרייען בקרית חוצות אז נטרונא איז גערעכט. (נישט אז זיי דארפן מיין הסכמה.( :lol: . אבער דערווייל ליידער איז די מציאות פארקערט. סוף פסוק. :? 8-) :lol: :roll: :evil: :twisted: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12976
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8284 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 8:00 pm

שמעקעדיג: ייש"כ. דו האסט געפרעיגט און געזאגט זייער שיין בטוב טעם ודעת. אבער דער שמועס איז די זעלבע. פארוואס זאלל א גוי אין ברוקלין, בערלין אדער סידני, זיין אויפגערעיגט אויף זיין שכן דער איד וועלכער איז משכים ומעריב לביהמ"ד, און גייט זיך זיין וועיג, ווייל די ציונים באמבארדירן אין עזה? פון ווי און פארוואס נעמט דער גוי אן אז די אידן תושבי ארצות הגויים זענען ציונים? האבן די חסיד'ישע אידן פון ברוקלין אדער לאנדאן זיך משתתף געוועין אין אן אנטי-פאלעסטינער פאראד?... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12976
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8284 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:34 pm

יאיא האט געשריבן:די סיבה פארוואס די מדינה איז צושטאנד געקומען איז טאקע צוליב די שנאת ישראל בעיקר אין אייראפע, און אויך אין אנדערע פלעצער, ווען מען האט געזען אז דער איד איז אין ערגעץ נישט זיכער האט מען אפגעמאכט אז מען מוז האבן אן אייגן לאנד מיט אייגענע וואפן זיך צו קענען באשיצן. דאס איז די מערסטע שכל'דיגע זאך געווען, און מעגליך אפילו היינט אויך. למעשה האבן אידן געליטן ביטערע צרות איבער די גאנצע וועלט, און די מערסטע שכל'דיגע זאך איז זיך צו צוזאמענעמען מיט אן ארמיי און זיך נעמען אין די הענט אריין. ווען מען וואלט דאס געטון מיט הונדערט יאר צוריק וואלט קיין האלאקאוסט קיינמאל נישט פארגעקומען, טראץ די שנאת ישראל פון די מוסלעמענער וואס דאס וואלט גורם געווען.


הגם ס׳איז בכלל נישט מן הענין פון וואס מ׳רעדט דא יעצט, דאך בין איך מוחה אויף דברי כפירה ממש וואס זענען דא געשריבן געווארן.
מיר זאגן יו״ט ביים דאווענען, ומפני חטאינו גלינו מארצינו, נישט ווייל מיר האבן נישט דאן געהאט א גוטע מיליטער זיך צו ״דעפענדן״ זענען מיר געגאנגן אין גלות אריין,ח״ו, נאר צוליב אונזערע עונות ופשעים מוזן מיר זיין אין גלות, און אפקומען און מתקן זיין דאס אלעס. יא, מיר דארפן זיין כשה א׳ בין שבעים זאבים, דאס איז די רצון ה׳, און נישט אלץ פארשטייען מיר פארוואס, פארווען, פארווי, אבער מיר זענען מאמינים בני מאמינים און מיר גלייבן אז אלעס איז זיכער פאר אונזער אמתדיגע טובה לעתיד, ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין(האפנטלעך בקרוב) צום ״כי אתה ה׳ באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה״, דורוך הקב״ה, דורוך משיח צדקינו.
אויך איז ממש כפירה צו זאגן אויף א גזירה וואס ס׳איז געקומן מן השמים, און מ׳האט ממש געזעהן אז ס׳איז געווען א גזירה אפי׳ שלא כדרך הטבע אין געוויסע זאכן, אז ״ווען מ׳וואלט ווען געהאט א מיליטער וואלט א האליקאסט קיינמאל נישט פארגעקומן״.
וכל זה הוא אהן דו טיפשות וועליכע ליגט אין דו ווערטער, היינט איז יא דא א מיליטער, נו, היינט וועט בדרך הטבע נישט פארקומען א האליקאויסט?! עס איז דא איינער היינט וואס זאגט אזוי?! ס׳איז דאך א געלעכטער, ווען נישט אמעריקע זאל שטיצן דו מדינה וואלט זי בדרך הטבע שוין לאנג איינגעשלינגען געווארן, נו וואס האט מען אויפגעטון מיטן מיליטער, מען מוז דאך סייווי צוקומען צו דעם גוי׳ס חסדים?..
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:47 pm

אויך איז ממש כפירה צו זאגן אז נאך די עקזיסטענץ פון די מדינה פאר פינף און זעכציג יאר אין א צי, וואס מ'האט ממש געזען אז דאס איז א גזירה מן השמים שלא כדרך הטבע צו פארזיכערן א היים פאר די אידן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה אם יהיה נדחך בקצה השמים משם יקבצך השם אלקיך, צו זאגן אז מיר זענען מחוייב צו בלייבן אין גלות און גיין ווי שאף צו דער שחיטה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7776 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:01 pm

יאיר האט געשריבן:אויך איז ממש כפירה צו זאגן אז נאך די עקזיסטענץ פון די מדינה פאר פינף און זעכציג יאר אין א צי, וואס מ'האט ממש געזען אז דאס איז א גזירה מן השמים שלא כדרך הטבע צו פארזיכערן א היים פאר די אידן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה אם יהיה נדחך בקצה השמים משם יקבצך השם אלקיך, צו זאגן אז מיר זענען מחוייב צו בלייבן אין גלות און גיין ווי שאף צו דער שחיטה.

כ'פארשטיי נישט פארוואס סאיז ממש כפירה? און וואס האט עס מיט פינף אין זעכציג יאר?
און וואס איז שלא כדרך הטבע? סאיז אפשר שלא כדרך העולם, אבער וויבאלד סאיז מע'ן מעי'ד איז עס נישט חוץ לדרך הטבע.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2295 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:07 pm

יאיר האט געשריבן:אויך איז ממש כפירה צו זאגן אז נאך די עקזיסטענץ פון די מדינה פאר פינף און זעכציג יאר אין א צי, וואס מ'האט ממש געזען אז דאס איז א גזירה מן השמים שלא כדרך הטבע צו פארזיכערן א היים פאר די אידן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה אם יהיה נדחך בקצה השמים משם יקבצך השם אלקיך, צו זאגן אז מיר זענען מחוייב צו בלייבן אין גלות און גיין ווי שאף צו דער שחיטה.

דו האלטסט טאקע אז דער פסוק מיינט דו מדינה?!
דאס מיינט טאקע דו גאולה?! און דאס מיינט אז אידן האבן א ״היים״?!
אך און וויי צו אזא גאולה! איז דאס דו גאולה וואס מיר ווארטן שוין כמעט צוויי טויזענט יאהר?! א גאולה צו א לאנד ווי ס׳ווערן נעבעך געהרגעט דו מערסטע יודן א יאר פון אלע אנדערע לענדער?! א גאולה צו א לאנד ווי ס׳קומען ארויס דו גרעסטע רדיפות על הדת פון אלע אנדערע לענדער?! א גאולה צו א לאנד ווי ס׳גייט אן א ״שמד סיסטעם״ ווי אין קיין איין לאנד היינט?!
טאקע דאס מיינט ״יקבצך ה׳ אלקיך״?!
דו האלטסט טאקע אז אוזער נחמה אינם לאנגן גלות איז אט דו ״גאולה״?!
עד כדי כך אז ס׳איז שוין פשוט כפירה צו זאגן אז דאס איז נישט דו גאולה?....
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:33 pm

ישראל קאפקע האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:אויך איז ממש כפירה צו זאגן אז נאך די עקזיסטענץ פון די מדינה פאר פינף און זעכציג יאר אין א צי, וואס מ'האט ממש געזען אז דאס איז א גזירה מן השמים שלא כדרך הטבע צו פארזיכערן א היים פאר די אידן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה אם יהיה נדחך בקצה השמים משם יקבצך השם אלקיך, צו זאגן אז מיר זענען מחוייב צו בלייבן אין גלות און גיין ווי שאף צו דער שחיטה.

כ'פארשטיי נישט פארוואס סאיז ממש כפירה? און וואס האט עס מיט פינף אין זעכציג יאר?
און וואס איז שלא כדרך הטבע? סאיז אפשר שלא כדרך העולם, אבער וויבאלד סאיז מע'ן מעי'ד איז עס נישט חוץ לדרך הטבע.

איך רעד לשיטת מר. קודש'ס פארקרומטע אידעאלאגיע אז איינער וואס גלייבט נישט אין דעם "גזירת הגלות" פון די האלאקאוסט איז א כופר, ווייל מ'האט ממש געזען אז ס'איז געווען שלא כדרך הטבע, קען מען אסאך ענדערש זאגן אז איינער וואס גלייבט נישט אין די ניסים פון הקמת המדינה און שיבת ציון איז א כופר. אדרבה, על צד אז די האלאקאוסט איז מן השמים און איינער זאגט אז ס'איז בדרך הטבע איז ער העכסטנס עובר אויף א רמב"ם הלכות תענית, אבער על צד אז די מדינה איז אן אתחלתא דגאולה איז דאך לייקענען דערין ממש כפירה בביאת המשיח ר"ל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7776 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:36 pm

קדש הילולים האט געשריבן: א גאולה צו א לאנד ווי ס׳ווערן נעבעך געהרגעט דו מערסטע יודן א יאר פון אלע אנדערע לענדער?! א גאולה צו א לאנד ווי ס׳קומען ארויס דו גרעסטע רדיפות על הדת פון אלע אנדערע לענדער?! א גאולה צו א לאנד ווי ס׳גייט אן א ״שמד סיסטעם״ ווי אין קיין איין לאנד היינט?!

נישט אמת, אין אמעריקע איז אסאך ארגער. אין די מדינה לאזט מען מאכן מציצה בפה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7776 מאל

הודעהדורך Big Boy » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 11:27 pm

יאיר האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן: א גאולה צו א לאנד ווי ס׳ווערן נעבעך געהרגעט דו מערסטע יודן א יאר פון אלע אנדערע לענדער?! א גאולה צו א לאנד ווי ס׳קומען ארויס דו גרעסטע רדיפות על הדת פון אלע אנדערע לענדער?! א גאולה צו א לאנד ווי ס׳גייט אן א ״שמד סיסטעם״ ווי אין קיין איין לאנד היינט?!

נישט אמת, אין אמעריקע איז אסאך ארגער. אין די מדינה לאזט מען מאכן מציצה בפה.



MBP is not the only issue that matters. Believe it or not there are other important issues besides MBP
Big Boy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 475
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל

הודעהדורך diff » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 11:46 pm

like KY Annex, brothers fighting in court and at the governor's office, mesirot, forcing and suing politicians Etc.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

הודעהדורך diff » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 7:51 am

There is a new meaning to the word soneh
It does not mean those who take to the streets against us. Also not the group that made sure to damage all the tzadikim that were in wmb"g

Its those who criticize Kopka in Kava Shtieble
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:01 am

diff האט געשריבן:There is a new meaning to the word soneh
It does not mean those who take to the streets against us. Also not the group that made sure to damage all the tzadikim that were in wmb"g

Its those who criticize Kopka in Kava Shtieble

And I call them sonim on kaveh shtiebl for good reason,
קוק זיך גוט ארום, וועסטו זען אז קיין שום זאך אדער גרופע ווערט נישט קריטיקירט אויף קאווע שטיבל אפילו א צענטל וויפיל נטרונא און ניטורי קרתא ווערן קריטיקירט, באוואשן און אפילו געשאלטן, סאו שונאים אויף קאווע שטיבל = די וואס האסן נטרונא/ניטורי קרתא.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2295 מאל

הודעהדורך מצטמק ויפה » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:47 am

לאמיר אביסל צירוק דרייען די אשכול אויף די רעלסן.
מיר זענען ברוך השם נישט אויפגעוואקסן אין דזונגעל, מיר זענען נישט קיין גרים, ממילא לאמיר זעהן וואס היסטאריע ווייזט, וויאזוי איז מען זיך אומגעגאנגען ווען כלל ישראל איז באטראפן געווארן מיט א גירוש וכדומה? צו האבן עס די תנאים, גדולים, צדיקים, באשולדיגט אויף דעם הלכה בידוע ( וואס ווי געשריבן אויבן האט עס נישט קיין שום מקור אויף שנאה בין ישראל לעמים נאר דירעקט בין יעקב לעשו) אדער אויף די שוואכקייט פון די אידישע פאלק, וכד' אדער מען האט עס אנגעלייגט אויף עפעס א חטא וואס כלל ישראל איז באגאנגען אין יענע תקופה?

די תירוץ איז זייער פשוט; מען האט זיך קיינמאל ארויס געדרייט מיט'ן תירוץ פון הלכה בידוע כאטש וואס עס איז די גרינגסטע וועג ארויס.

לאמיר מקדים זיין וואס די חוות דעת שרייבט אין זיין הקדמה אויף מגילת איכה: סתם צו לערנען און ליינען היסטאריע און טראגעדיאס וואס כלל ישראל איז אדורך, אן דעם וואס מען זאל פארציילן די סיבה פארוואס עס איז געקומען, איז סתם פארברענגט צייט און האט נישט קיין פשט. פארציילן היסטאריע מוז קומען מיטן חטא פארוואס דאס איז געשעהן און נאר דאן האט מען אויפגעטוען מיט'ן ליינען, הערן, פארציילן, היסטאריע.

איז לאמיר צירוק גיין א צוויי טויזענט יאר. עס איז געשעהן דעם ביטערן חורבן פון בית ראשון, כלל ישראל איז פארטריבן געווארן אין גלות צום ערשטן מאל נאכן אנערקענען אונעם גרויסן באשעפער. זענען געקומען די סאטמערע תנאים און זיך גלייך אנגעלייגט אויף עפעס, שפיכת דמים, גילו עריות, עבודה זרה. העי? פארוואס? וואס איז שלעכט מיט הלכה בידוע, אדער א פראבלעם מיט די מיליטער?

ביים צווייטען בית המקדש, אודך, דאסמאל וועגן שנאת חינם אבער עס איז דא סאך א גרינגערע ווע"י אוי"ט אבער ניין.

גזירת ת"ח ות"ת איז ידוע די מי שברך פונעם תוס' יו"ט אויף ווער עס רעד נישט ביים דאווענען, ווייל ער האט געהאלטן אז די גזירה איז געקומען וועגן דעם. (האללא ער איז אויך געווען א סאטמערער?!?!)

גירוש שפאניע, די יעב"ץ האט ארויסגעגעבן א גאנצע חיבור מעריך צו זיין צילוב וועלכע חטא דאס איז געקומען.

און אפילו יעצט ביים צווייטען וועלט מלחמה איז געווען די וואס האבן זיך חולק געווען מיטן שיטה פון סאטמער רב און עס אנגעלייגט אוף סימעליזאציע און די נירעמבערג געזעצן איז געווען מדה כנגד מדה וכו' אבער ווייטער נישט הלכה.

ממילא אפצופרעגן סאטמער רב מיטן טענה אז עס איז פשוט געקומען מכח הלכה אדער וכדומה איז נישט אידישלעך און תורה'דיג. סך הכל האט ער געטוען די האום ווארק פאר וועלכע חטא עס איז געקומען.
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:31 pm
האט שוין געלייקט: 975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1027 מאל

הודעהדורך diff » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 9:02 am

דאסמאל וועגן שנאת חינם
Well said . Many Jews helped the Nazis destroy us. And everybody was busy only with himself. Only in Israel we work together
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 10:29 am

יאיר האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן: א גאולה צו א לאנד ווי ס׳ווערן נעבעך געהרגעט דו מערסטע יודן א יאר פון אלע אנדערע לענדער?! א גאולה צו א לאנד ווי ס׳קומען ארויס דו גרעסטע רדיפות על הדת פון אלע אנדערע לענדער?! א גאולה צו א לאנד ווי ס׳גייט אן א ״שמד סיסטעם״ ווי אין קיין איין לאנד היינט?!

נישט אמת, אין אמעריקע איז אסאך ארגער. אין די מדינה לאזט מען מאכן מציצה בפה.

נאכאמאל, אונז זעמיר אין גלות, כשה א׳ בין ע׳ זאבים, און אין אלע דורות איז געווען גזירות אויף אונז יודן, און אפילו אין היינטיגן פרייע גלות שיקט אונז הקב״ה דערמאנינגען אז מיר זענען נאך אין גלות. אבער טאקע דערפאר רעדט זיך קיינער נישט איין אז מ׳איז שוין אויסגעלייזט! ס׳פאלט פאר קיינעם נישט ביי! איז דעריבער גאר ווינדערלעך אז מ׳קען זיך איינרעדן אז דוקא אין דו לאנד וואס אידן זענען דארט אנגעוויזן אויף דו מערסטע רחמי שמים ברוחניות ובגשמיות, אז דאס זאל טאקע מיינן דו פסוק ״יקבצך ה׳ אלקיך״, חס מלהזכיר.
מיר זאגן אין דו וואכן דו הפטורות פון ז׳ דנחמתא, און אויף אזא גאולה און אזא נחמה ווארטן מיר, קוק אריין אין דו פסוקים אביסל, דארט זעט מען וואס הייסט א גאולה. דאס זענען דו פשוטע אלף בית פון א איד, א מאמין בה׳ קען נישט אנדערש טראכטן.
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך I'm back » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 10:38 am

ישראל קאפקע האט געשריבן:
diff האט געשריבן:There is a new meaning to the word soneh
It does not mean those who take to the streets against us. Also not the group that made sure to damage all the tzadikim that were in wmb"g

Its those who criticize Kopka in Kava Shtieble

And I call them sonim on kaveh shtiebl for good reason,
קוק זיך גוט ארום, וועסטו זען אז קיין שום זאך אדער גרופע ווערט נישט קריטיקירט אויף קאווע שטיבל אפילו א צענטל וויפיל נטרונא און ניטורי קרתא ווערן קריטיקירט, באוואשן און אפילו געשאלטן, סאו שונאים אויף קאווע שטיבל = די וואס האסן נטרונא/ניטורי קרתא.


און אזוי אויך ווערט קיינער נישט געשאלטן אזוי פיל ווי די נאציס.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 824
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2408 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:08 am

ישראל קאפקע האט געשריבן:
diff האט געשריבן:There is a new meaning to the word soneh
It does not mean those who take to the streets against us. Also not the group that made sure to damage all the tzadikim that were in wmb"g

Its those who criticize Kopka in Kava Shtieble

And I call them sonim on kaveh shtiebl for good reason,
קוק זיך גוט ארום, וועסטו זען אז קיין שום זאך אדער גרופע ווערט נישט קריטיקירט אויף קאווע שטיבל אפילו א צענטל וויפיל נטרונא און ניטורי קרתא ווערן קריטיקירט, באוואשן און אפילו געשאלטן, סאו שונאים אויף קאווע שטיבל = די וואס האסן נטרונא/ניטורי קרתא.

ווען פנחס האט געטון דו מעשה מיט זמרי, און דו תוה״ק האט געזאגט הננו נותן לו את בריתי שלום, וואס טראכט איר האבן אידן געהאלטן פון פנחס׳ן? מן הסתם האט מען אים געקושט דו פיס, ניין? זאגט אונז רש״י, לפי שהיו השבטים מבזים אותו, הראיתם בן פוטי זה שפטם אבי אמו עגלים לע״ז וכו׳.
נו, לכאורה איז דאך נישט צום פארשטיין, ער האט דאך פשוט געטון דעם רצון השם, און מיט דעם האט ער אראפגענוען דעם חרון אף פון כלל ישראל, ולא כיליתי את בני ישראל, נו פארוואס איז מען אזוי מבזה?!
נאר ווען עס קומט צו טון פאר כבוד שמים (ואפי׳ צו העלפן יודן פון א חרון אף!) קאסט עס א פרייז פון השבטים מבזים אותם...
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט