די סיבה פון אנטיסעמיטיזם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 10:09 pm

רביה"ק זי"ע: איך וועלל דיר נאר פארציילן א קליינע מעשה'לע וואס דער גרויסער שרייבער חיים גראדע פארציילט...!

ווען ס'האטציך שוין אנגעהויבן די עכט אנטיסעמיטישע צייטן אין פאר מלחמה'דיגן פוילן. (דאס האט גארנישט צו טון מיט דעם פאקט אז די דייטשע נאציס האבן אינוואדירט פוילן אין יאר 1939) זענען געווען אידן האלב פרייע פויגלען, וועלכע האבן ביז דאמאלס געהאט א גאר נאנטן שייכות מיט די גויים. איינער אזא פארשוין איז געווען וועם מ'האט גערופן ..."דער סאלדאט מיט איין פוס"...ער איז געווען א וועטעראן פון די ערשטע וועלט מלחמה וואו ער האט פארלוירן א פוס. ער האט אבער ארומגעוואנדערט איבער א גרויסן טייל פון פוילן. סיי צווישן אידן און סיי צווישן גויים. ווען ער איז געקומען צווישן גויים האט איהם נישט געשטערט אז דאס עסן איז נישט כשר. אבער ווען ער האט שוין דערשפירט די שטארקע שנאה פון די גוי'אישע באפעלקערונג צו די אידן, האט ער זיך איינגעצויגן. און זיך געסעטלט און באזעצט אין די אידישע געגנט פון ווילנא (דאמאלס א טייל פון פוילן). איז אבער געווען דארט אן אנדער סארט כאראקטער, וועם מ'האט גערופן דער איד'ל מיט'ן פידל. ער האט נאכאלץ ארומגעוואנדערט צווישן די גויים און זיי אונטערגעהאלטן מיט זיין פידעלע. ער פלעגט גיין צו די גוי'אישע פריצים און שפילן ביי זייערע הוליאנקעס. און ווען ער האט באקומען א שטיק ברויט מיט חזיר איז ער געווען גליקליך...! איין טאג האבן די גויים פון א געוויסן שטעטל גערופן די ראשי הקהילה און געזאגט אז זיי זאללן קומען אפנעמען זייער טויטן זשיד...די גויים האבן איהם געהרג'עט. כאטש ער איז געווען אויסגעקאכט מיט זיי. און קיינער האט נישט גערופן פאליציי. און קיינער האט נישט געמאכט קיין שום אויספארשונג. איבער ווער ס'האט איהם געהרג'עט...! עד כאן סיפור המעשה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 12:04 am

באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2514
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 1:10 am

אט דא זאגט ער קלאר ארויס וואס דער מצב איז געווען אין דייטשלאנד אין יענע תקופה. אז די מציאות איז געווען אז דער המון עם האט אקטיוו געמאכט היטלער'ס כאראקטער. ד.מ. אז דער המון עם אין דייטשלאנד האט אקטיוו מיטגעהאלטן די אלע העצערייען אקעגן די אידן...!

דאס קומט אונז צו לערנען נישט אזוי ווי א סאך סאטמאר-ערצויגענע מענטשן וועלכע וועללן פארענטפערן דעם דייטשן המון. און אייביג בלעימען די אידן. קרי די..."ציונים"...! זיי באשולדיגן די..."ציונים".. אין האלקאוסט. אבער דאס דייטשע פאלק איז גוט. און זיי וועללן ענדערש פארן מיט די דייטשע עירליין לופטהאנזא ווי מיט אל על. ס'נישט אז פארן מיט אל על איז אזא גרויסע מציאה. איך האב אזא פאנטאזיע אז ווען איינער פון די גאר גרויסע און חשוב'ע רבנים ואדמורים וועלכער האט זייער ליעב געהאט צו פארן מיט לופטהאנזא האט ציך אויפגעוועקט פון זיין נאכמיטאג דרימל, האט איהם די דייטשקע. די פלייט אטענדאנט געזאגט...."הערר ראבינער. וויר זינט אנגעקאממען נאך אוישוויץ"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

Re: די סיבה פון אנטיסעמיטיזם

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג אפריל 25, 2019 11:32 am

לגבי אן אפהאנדלונג איבער די סיבה פאר אנטיסעמיטיזם וואלט איך רעקאמענדירט דעם ביך Why the Jews דורך הרב יוסף טעלושקין (און דענניס פרעגער). ער רעדט דארט אויך ארום בנוגע אנטיסעמיטיזם ווס. אנטי-ציוניזים (פון די אוה״ע).


Sent from my iPhone using Tapatalk
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2420 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 25, 2019 11:40 am

די טענה אז ציונות ברענגט אנטיסעמיטיזם איז טפשוטתדיג ביז גאר, פונקט קאפויער, אנטיסעמיטיזם האט געברענגט ציונות. די גאנצע עצם רעיון הציונות האט זיך אנגעפאנגען אלץ אן ענטפער צו אנטיסעמיטיזם, כידוע.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2514
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג אפריל 25, 2019 11:52 am

berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: איך וועלל דיר נאר פארציילן א קליינע מעשה'לע וואס דער גרויסער שרייבער חיים גראדע פארציילט...!

ווען ס'האטציך שוין אנגעהויבן די עכט אנטיסעמיטישע צייטן אין פאר מלחמה'דיגן פוילן. (דאס האט גארנישט צו טון מיט דעם פאקט אז די דייטשע נאציס האבן אינוואדירט פוילן אין יאר 1939) זענען געווען אידן האלב פרייע פויגלען, וועלכע האבן ביז דאמאלס געהאט א גאר נאנטן שייכות מיט די גויים. איינער אזא פארשוין איז געווען וועם מ'האט גערופן ..."דער סאלדאט מיט איין פוס"...ער איז געווען א וועטעראן פון די ערשטע וועלט מלחמה וואו ער האט פארלוירן א פוס. ער האט אבער ארומגעוואנדערט איבער א גרויסן טייל פון פוילן. סיי צווישן אידן און סיי צווישן גויים. ווען ער איז געקומען צווישן גויים האט איהם נישט געשטערט אז דאס עסן איז נישט כשר. אבער ווען ער האט שוין דערשפירט די שטארקע שנאה פון די גוי'אישע באפעלקערונג צו די אידן, האט ער זיך איינגעצויגן. און זיך געסעטלט און באזעצט אין די אידישע געגנט פון ווילנא (דאמאלס א טייל פון פוילן). איז אבער געווען דארט אן אנדער סארט כאראקטער, וועם מ'האט גערופן דער איד'ל מיט'ן פידל. ער האט נאכאלץ ארומגעוואנדערט צווישן די גויים און זיי אונטערגעהאלטן מיט זיין פידעלע. ער פלעגט גיין צו די גוי'אישע פריצים און שפילן ביי זייערע הוליאנקעס. און ווען ער האט באקומען א שטיק ברויט מיט חזיר איז ער געווען גליקליך...! איין טאג האבן די גויים פון א געוויסן שטעטל גערופן די ראשי הקהילה און געזאגט אז זיי זאללן קומען אפנעמען זייער טויטן זשיד...די גויים האבן איהם געהרג'עט. כאטש ער איז געווען אויסגעקאכט מיט זיי. און קיינער האט נישט גערופן פאליציי. און קיינער האט נישט געמאכט קיין שום אויספארשונג. איבער ווער ס'האט איהם געהרג'עט...! עד כאן סיפור המעשה...!


יודל מיטען פידל איז א מאווי פין פאר די קריג געכאפט אין ווארשע. מען קען עס לכאורה זעהן אויף יוטוב.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 939 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 25, 2019 12:04 pm

קדש הילולים האט געשריבן:אפשר זאגסטו מיר פון ווי דו נעמסט אז דו אראבער האבן סתם אזוי פיינט יודן, און נישט דו מדינה איז דו גורם פון דו פיינטשאפט?
האסט אפשר באווייזן דערויף? דו ווייסט אפשר דו מצב מיט דו אראבער בעפאר דו מדינה?

עיין באגרת תימן לרמב"ם לקראת סופו וז"ל: "ואתם אחינו ידוע לכם שהקדוש ברוך הוא הפילנו במהמרות עונותינו בתוך אומה זו שהיא אומת ישמעאל שרעתם חזקה עלינו והם מתחכמים להרע ולמאוס אותנו כמו שגזר עלינו יתברך "ואויבינו פלילים" ושלא תעמוד על ישראל אומה יותר אויבת ממנה ולא אומה שהרעה בתכלית הרעה לדלדל אותנו ולהקטין אותנו ולמאוס אותנו כמוהם שאפילו דוד המלך עליו השלום כשראה ברוח הקודש כל הצרות העתידות לישראל התחיל לצעוק ולקונן בלשון האומה מרעת בני ישמעאל ואמר (תהלים ק"כ ה') "אויה לי כי גרתי משך שכנתי עם אהלי קדר" וראו איך זכר קדר משאר בני ישמעאל לפי שהמשוגע [מוחאמד] הוא מבני קדר כמו שהוא מפורסם מיחוסו ועוד דניאל לא ספר קטנותינו ודלדולנו אלא במלכות ישמעאל שתכנע במהרה שכן אמר (דניאל ח' י') "ותפל ארצה מן הצבא ומן הכוכבים ותרמס" ואנחנו בעודנו סובלים שעבודם וכזביהם ושקרותם למעלה מיכולתנו שאין ביכולת האדם כח לסבול ויהי כמו שאמר דוד ויהי כמו שאמר דוד עליו השלום (תהלים ל"ח י"ח) "ואני כחרש לא אשמע וכאלם לא יפתח פיו" וכמו שהוכיחונו רבותינו לשאת כזבי ישמעאל ושקרו ולשתוק ממנו וסמכו זה לפסוק שכתוב בשם בניו "ומשמע ודומה ומשא" שמע דום ושא וכבר הסכמנו כולנו גדולים וקטנים לסבול שעבודם שכן אמר ישעיהו עליו השלום (ישעיה ג' ו') "גוי נתתי למכים ולחיי למורטים פני לא הסתרתי מכלימות ורוק". ועם כל זה לא נוכל להנצל מרב רעתם ופחזותם בכל זמן וכל זמן שאנו רודפים שלומם הם רודפים אחרינו בחרום ובמלחמה כמו שאמר דוד המלך עליו השלום (תהלים ק"כ ז') "אני שלום וכי אדבר המה למלחמה".

עיין גם בספר צחיח אל-בוכארי וז"ל:
Abu Huraira reported Allah's Messenger (may peace be upon him) as saying: The last day would not come unless the Muslims will fight against the Jews and the Muslims would kill them until the Jews would hide themselves behind a stone or a tree and a stone or a tree would say: Muslim, or the servant of Allah, there is a Jew behind me come and kill him - Sahih Muslim Book 041, Number 6985
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2514
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

Re: די סיבה פון אנטיסעמיטיזם

הודעהדורך אונטער חכם » מיטוואך מאי 01, 2019 12:26 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די טענה אז ציונות ברענגט אנטיסעמיטיזם איז טפשוטתדיג ביז גאר, פונקט קאפויער, אנטיסעמיטיזם האט געברענגט ציונות. די גאנצע עצם רעיון הציונות האט זיך אנגעפאנגען אלץ אן ענטפער צו אנטיסעמיטיזם, כידוע.
איך זעה נישט די טענה דא , איה"נ , אנטיסעמיטיזם האט געברענגט ציונות, אבער אנשטאט צו העלפן האט עס בלויז ערגער געמאכט.

Sent from my AQT80 using Tapatalk
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 593 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 01, 2019 1:00 pm

איינמאל דו ביזט מודה אז אנטיסעמיטיזם איז שוין געווען געפערליך פאר די ציונים אויך, איז שוין נישט דא קיין שום וועג אויפצואווייזן אדער אפצופרעגן די נארישע טענה. ס'בכלל נישט נוגע צו ציונות האט בעסער געמאכט צו ערגער געמאכט, אונז ווילן דאך וואוסן די שורש דערפון.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2514
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

הודעהדורך גאלד » מיטוואך מאי 01, 2019 5:56 pm

אנטיסמטיזם איז אין נאטור. דאס קען מען נישט היילן דאס קען מען נאר מענעדשן. אונזער פליכט איז צו עס האלטן אין די ראמען אז סזאל נישט ברענגען קען בייזע קאנצקווענצן.
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך גאלד » מיטוואך מאי 01, 2019 6:00 pm

https://youtu.be/-F3c7ppcfHw

איזרעאל איז זיכער א שעדליכע צוגאב וואס איז מעורר די אנטיסמטיזם. סעט זיין סאך געזונטער אז כלל ישראל האקט גענצליך אפ פון זיי.
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך זאפטיג » מיטוואך מאי 01, 2019 6:06 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן:אפשר זאגסטו מיר פון ווי דו נעמסט אז דו אראבער האבן סתם אזוי פיינט יודן, און נישט דו מדינה איז דו גורם פון דו פיינטשאפט?
האסט אפשר באווייזן דערויף? דו ווייסט אפשר דו מצב מיט דו אראבער בעפאר דו מדינה?

עיין באגרת תימן לרמב"ם לקראת סופו וז"ל: "ואתם אחינו ידוע לכם שהקדוש ברוך הוא הפילנו במהמרות עונותינו בתוך אומה זו שהיא אומת ישמעאל שרעתם חזקה עלינו והם מתחכמים להרע ולמאוס אותנו כמו שגזר עלינו יתברך "ואויבינו פלילים" ושלא תעמוד על ישראל אומה יותר אויבת ממנה ולא אומה שהרעה בתכלית הרעה לדלדל אותנו ולהקטין אותנו ולמאוס אותנו כמוהם שאפילו דוד המלך עליו השלום כשראה ברוח הקודש כל הצרות העתידות לישראל התחיל לצעוק ולקונן בלשון האומה מרעת בני ישמעאל ואמר (תהלים ק"כ ה') "אויה לי כי גרתי משך שכנתי עם אהלי קדר" וראו איך זכר קדר משאר בני ישמעאל לפי שהמשוגע [מוחאמד] הוא מבני קדר כמו שהוא מפורסם מיחוסו ועוד דניאל לא ספר קטנותינו ודלדולנו אלא במלכות ישמעאל שתכנע במהרה שכן אמר (דניאל ח' י') "ותפל ארצה מן הצבא ומן הכוכבים ותרמס" ואנחנו בעודנו סובלים שעבודם וכזביהם ושקרותם למעלה מיכולתנו שאין ביכולת האדם כח לסבול ויהי כמו שאמר דוד ויהי כמו שאמר דוד עליו השלום (תהלים ל"ח י"ח) "ואני כחרש לא אשמע וכאלם לא יפתח פיו" וכמו שהוכיחונו רבותינו לשאת כזבי ישמעאל ושקרו ולשתוק ממנו וסמכו זה לפסוק שכתוב בשם בניו "ומשמע ודומה ומשא" שמע דום ושא וכבר הסכמנו כולנו גדולים וקטנים לסבול שעבודם שכן אמר ישעיהו עליו השלום (ישעיה ג' ו') "גוי נתתי למכים ולחיי למורטים פני לא הסתרתי מכלימות ורוק". ועם כל זה לא נוכל להנצל מרב רעתם ופחזותם בכל זמן וכל זמן שאנו רודפים שלומם הם רודפים אחרינו בחרום ובמלחמה כמו שאמר דוד המלך עליו השלום (תהלים ק"כ ז') "אני שלום וכי אדבר המה למלחמה".

עיין גם בספר צחיח אל-בוכארי וז"ל:
Abu Huraira reported Allah's Messenger (may peace be upon him) as saying: The last day would not come unless the Muslims will fight against the Jews and the Muslims would kill them until the Jews would hide themselves behind a stone or a tree and a stone or a tree would say: Muslim, or the servant of Allah, there is a Jew behind me come and kill him - Sahih Muslim Book 041, Number 6985


עי' גם בספר עץ הדעת טוב מר' חיים וויטאל פירוש על תהילים על הפסוק בקום עלינו אדם שהכוונה פרא אדם ישמעאל לפני ביאת המשיח שזה יה הגלות כי קשה ע''ש לשונו
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

הודעהדורך זאפטיג » מיטוואך מאי 01, 2019 6:08 pm

גאלד האט געשריבן:https://youtu.be/-F3c7ppcfHw

איזרעאל איז זיכער א שעדליכע צוגאב וואס איז מעורר די אנטיסמטיזם. סעט זיין סאך געזונטער אז כלל ישראל האקט גענצליך אפ פון זיי.


זיי זענען נישט א חלק פון כלל ישראל?
איבאנקא טראמפ איז יא א חלק פון כלל ישראל?
אפשר וועט זיין געזונטער אז כלל ישראל האקט גענצליך אפ פון סאקמער
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 01, 2019 6:10 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך סדרן אום זונטאג מאי 05, 2019 10:55 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: דיסריספעקטפול
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2514
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

הודעהדורך גאלד » מיטוואך מאי 01, 2019 7:16 pm

זאפטיג האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:https://youtu.be/-F3c7ppcfHw

איזרעאל איז זיכער א שעדליכע צוגאב וואס איז מעורר די אנטיסמטיזם. סעט זיין סאך געזונטער אז כלל ישראל האקט גענצליך אפ פון זיי.




זיי זענען נישט א חלק פון כלל ישראל?
איבאנקא טראמפ איז יא א חלק פון כלל ישראל?
אפשר וועט זיין געזונטער אז כלל ישראל האקט גענצליך אפ פון סאקמער


כאדאך נישט גיזאגט איזראליס. ליידער איז געווארן אזוי אז איזרעאל איז געווארן דער אידישער פראיעקט. דער גאנצער עם ישראל בכל כדור העולם איז ציגיטשעפעט צו איזראעל. יעדע משוגעת זייערע דארף איך פארענטפערן.
למה??
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 01, 2019 7:40 pm

It's all in you head

האק דיך ארויס פון קאפ אז דו דארפסט זיי פארענטפערן, ווילאנג זיי האבן דיך נישט אויפגענומען אלץ ווארטזאגער האסטו גארנישט מיט זיי, דו דארפסט קיינעם נישט פארענטפערן נאר זיך אליינס.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2514
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך מאי 01, 2019 9:24 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די טענה אז ציונות ברענגט אנטיסעמיטיזם איז טפשוטתדיג ביז גאר, פונקט קאפויער, אנטיסעמיטיזם האט געברענגט ציונות. די גאנצע עצם רעיון הציונות האט זיך אנגעפאנגען אלץ אן ענטפער צו אנטיסעמיטיזם, כידוע.

און הרב סענדער דייטש זכותו יגון עלינו, אלס שרייבער און פראפאגאנדיסט האט ארויסגעלייגט אלערלי שקרים און בילבולים, וואס האט נאכמער צובלאזן די פלאמען פון שנאה. אין די מערסטע טייל שנאת חינם. וואס דער נאאיווער און אומוויסנדער המון האט אויפגעכאפט. ר' סענדער'ס מזל איז געווען אז אין יענע צייט איז נאכנישט געווען אזא געבענטשטע זאך ווי דער אינטערנעט. וואס מיט איין דריק אויף א קנעפל וואלט מען געקענט אויסגעפונען איבער אלע זיינע שקרים און בילבולים וואס ער האט געניצט פאר זיין אגענדא...!

מ'קען נאך מיינען אז איך בין א סימפאטיקער פון די (אמאליגע) ציונים. בכלל נישט. ס'איז דא גענוג אמת'ע טענות וואס מ'האט צו זיי. אבער די נקודה דא איז. אז ער האטציך נישט צוריקגעהאלטן פון ניצן אפענע שקרים און בילבולים...!

און דאס וואס סאטמאר היינט אלס קהילה איז אבסעסס'ד מיט ..."ציונות"... דאס איז סתם א שטות און א צייט פארברענג. אדער א דיווערסיע. וואס מ'נוצט פאר א תירוץ כדי נישט צו דארפן באהאנדלען די אקטועלע פראבלעמען פון חינוך וכדומה. זיי שמייסן א געפגר'טן פערד, אזוי צו זאגן...! ווייל אין די היינטיגע צייטן איז שוין מער נישטא קיין ציונים. ארץ ישראל איז איינגעטיילט אין 2 חלקים. אידן און גויים. פונקט אזוי ווי אין א יעדן אנדער'ן לאנד זענען דא אידן און, להבדיל, גוים. און קיין איין ערליכן איד אינטרעסירט נישט וואס די גויים טוען. אויב זיי פארן אום שבת מיט די קארס אדער נישט. די זעלבע מציאות (רעאליטעט) איז אין ארץ ישראל...!

איך וועלל נאר ברענגען א קליינעם משל. איבער ר' סענדער'ס שיטה. וואס איך רוף אן דעמאגאגיש'קייט. ס'איז דא דער בארימטער מימרא וואס איינער פון די ציוניס'טישע פיהרערס אין ארץ ישראל האט געזאגט ווען ער האט זיך אפגעזאגט פון העלפן ראטעווען אידן פון די נאציס. ..."רק בדם תהיה לנו הארץ"...! ס'איז אמת אז איינער פון די ציוניסט'ישע פיהרערס האט עס געזאגט. אבער אין אנ'אנדערע צייט און קאנטעקסט. ווען ביי די ערשטע וועלט מלחמה האט ענגלאנד אגיטירט אז די אידן וועלכע האבן דאן געוואוינט אין ארץ ישראל זאללן אריינגיין דינען אין בריטישן מיליטער אקעגן די טערקן. האט איינער פון די ציוניסט'ישע פיהרערס צוגערעדט זיינע חברים מיט דעם סלאגאן..."רק בדם תהיה לנו הארץ"...מיינענדיג צו זאגן אז אויב די אידן וועללן נישט אריינגיין אין די מלחמה העלפן פאר ענגלאנד. מיט וואספארא טענה וועללן זיי קענען קומען צו האבן די הערשאפט איבער ארץ ישראל...!

אין די היינטיגע צייטן ווען ס'איז דא גוגל און אינטערנעט וואלט ער נישט געקענט פארציילן אזא גראבן ליגנט, און בילבול...! ווייל מ'וואלט אויפגעדעקט זיין שקר און שווינדל אין א מינוט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך זאפטיג » דאנערשטאג מאי 02, 2019 8:27 am

דאכצעך מעך אז רביה''ק האט געשוואירען אז עס וואלט געדארפט זיין ביאת המשיח נאר די ציוניסטן האבן אפגעהאלטן. ניין?
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

הודעהדורך גאלד » דאנערשטאג מאי 02, 2019 8:36 am

דער חורבן איז נעבעך אז מיטאמאל כאפסטו אז דער סלאגאן "רק בדם תהיה לנו הארץ" איז פארפוילט און בניגוד יהדות אין סיי וועלכער קאנטעקסט.

און דאס אז די ציונים האבן סאבאטאזשירט רעטונג אקציע'ס פון די האלאקאסט ווייל ס'האט נישט געשטימט מיט זייערע פלענער פאר א מדינה איז לגמרי נישט קיין סענדר דייטש טעאריע, אדער א סאטמארע המצאה.
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

Re: די סיבה פון אנטיסעמיטיזם

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 02, 2019 9:13 am

עס איז געווען מענטשן וואס האבען סאבאטאזשירט רעטונגס אקטיוויטעטן, און מאנכע זענען געווען ציונים. אנדערע זענען געווען חסידישע רביס און רבנים. עס זענען אויך געווען מענטשן וואס האבען געהאלפען און געשטופט רעטונגס אקאיוויטעטן, און מאנכע זענען געווען ציונים. אנדערע זענען געווען חסידישע רביס און רבנים.

עס איז נישט קיין כלל.

און דער זאץ ׳רק בדם׳ איז פונקט אזוי אין קעגענזאץ צו תורה ווי דער פיטש פון א לייף אינשוראנס סעילסמאן וואס פרעגט דיר "וואס וועלן דיין ווייב און קינדער טון?" פאר עפעס א סבה איז כחי ועוצם ידי אויך ממצוות התלויות בארץ.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8599
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8061 מאל

הודעהדורך גאלד » דאנערשטאג מאי 02, 2019 12:34 pm

ציונית איז בשיטה געבויט אויף אנזייען חרבונות ביי כלל ישראל, בתקופות השואה יעדעס מאל עס האט נאר אויסגעקוקט אז כלל ישראל גייט טרעפן א רוח והצלה ממקום אחר, האבן זיי געשפרינגן פון די הויט אן געטאן כל טצדקי בעולם צו סאבאטאזשירן. ווי למשל ווען די מערב לענדער זענען גרייט געווען צו נעמען גרעסערע קוואנטום פליטים האבן די ציונים שישקעס פארפירט אז דאס מאכט חרוב זייער צוקנופטיגער מדינה.

דאס גייט נאך אן אזוי עד היום הזה. איזראעל געמבלט אויפן חשבון אויף נאך א האלאקאסט רח"ל, אז די וועלט זאל ווערן יודן-ריין און כלל ישראל זאל ווערן געקארנערט קיין איזראעל. סהאט נאך קיינמאל פאסירט אזאנס אז די צינים זאלן טאהן דאס מינדעסטע אז דער איד אויסער איזראעל זאל זיין מער פארזיכערט און באקוועמער. זיי ווילן דאס נישט.
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

Re: די סיבה פון אנטיסעמיטיזם

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 02, 2019 12:39 pm

יא, עס איז געווען ציונים וואס האבען געארבעט אז נאר ארץ ישראל זאל זיין די אפציע. אנדערע ציונים האבען זיך געשלאגען מיט זיי, א שטייגער ווי זרח וורהפטיג.

און די אלע רביס און פרומע מנהיגים וואס האבען געזאגט ׳נאר נישט ארץ ישראל׳ זענען נישט ווייניגער שולדיג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8599
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8061 מאל

הודעהדורך גאלד » דאנערשטאג מאי 02, 2019 12:50 pm

כווייס נישט פון וועמען דו רעדסט וואס זאל האבן געזאגט אז 'נאר נישט ארץ ישראל'.
ווייל פאלעסטינע איז לעולם נישט געווען קיין אפציע בשעת די האלאקאסט, די ענגלענדער האבן הערמעטיש פארשלאסן די טויערן, אויך צו פארדאנקען די ציונים 'מצילי ישראל'
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

Re: די סיבה פון אנטיסעמיטיזם

הודעהדורך שיטה הקדושה » דאנערשטאג מאי 02, 2019 2:06 pm

אנטיסעמטיזם קומט פון יעדע איד וואס טרייט צו הייבן די קאפ,
ווי למשל מען קען זעהן אז לעצטענס זענען אויכט דא אנטי מאזלים זייער שטארק,די סיבה איז אילען אמאר, זי פארפירט אין וואשינגטאן באקומן מענשן א עקל צו מאזליםס די זעלבע איז מיט אידען,
עס איז געווען א שוסעריי, אונז דארפען עס פארדאמן אבער נישט מער,
נאכמער, דעס וואס אונז האבען א פרעזידענט יר"ה
וואס נעמט זיך אן פאר אונז דעס שטיפט מער אנטיסעמטיזם און די אנדערע פארטיי.
נאך א סיבה וואס איך טראכט,
יעדע אידישע קאמפעני דארף וויסן אז ביי די גוי
רעפעזענט ער דעם איד,
למשל ווען א מאנסי טרעילס באס פארט אויף די לינקע לעין שטייט אין בלאקט טרעפיק
בויט ער אנטיסעמטיזם,
די זעלבע ווען א חדר באס בלאקט ראדס ,
איך וויל אויך מיטיילן א אונטערסאנטע זאך,
איך האב א מנהג צו שמייכלען צו יעדע מענטש וואס איך טרעף,
איין טאג בין איך געפארן אין א Uber און איך האב
געפאלגט מיין מנהג, אין עהם געזאגט א ברייטע גוט מארגען,
ווען ער האט מיך אראפ געלאזט האט ער מיך געזאגט אז ער האט אייביג געמיינט אז אלע אידען זענען משוגה יעצט האט ער געטוישט זיין mind,
וואס א שמייכעל קען אויףטוהן,



Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk
שיטה הקדושה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 28, 2019 8:35 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 02, 2019 2:21 pm

גאלד האט געשריבן:https://youtu.be/-F3c7ppcfHw

איזרעאל איז זיכער א שעדליכע צוגאב וואס איז מעורר די אנטיסמטיזם. סעט זיין סאך געזונטער אז כלל ישראל האקט גענצליך אפ פון זיי.

גאלד: ביטע זיי נישט אזוי נאאיוו. פאר ס'איז געווען א מדינת ישראל האבן די פוילשע גויים נאכגעשריגן פאר די אידן..."זשידזשי דא פאלעסטינא"...אידן גייטס קיין פאלעסטינא. די זעלבע די אונגארישע גויים...!

דו און די אנדערע אידן דכוותך וויללן נישט אריינטראכטן וואספארא מצב ס'קען ח"ו ווערן ווען די פארשאלטענע שמוציגע און שטינקעדיגע (עיין רש"י הק' אצל מכירת יוסף) נואפים און גנבים, די אראבערס זאללן באקומען די שליטה אויף ארץ ישראל. זיי וועללן ח"ו, היל"ת אויסשעכטן און רעיפן יונג און אלט. און ס'וועט נישט זיין קיין פוצה פה ומצפצף...! די יו.ען, ווען זיי וועללן צוריקקומען פון זייער וואקאציע וועללן זיך אויסקראצן און פארדאמען רציחה אויף א פארווען אופן. און דער היפאקריטישער פויפסט וועט שאקלען מיט זיין טמא'נעם פינגער און זאגן מוסר, אז ס'פאסט נישט אז ארנטליכע מענטשן זאללן אפטון מעשים תעתועים. און אז אונז אלע זעמיר ברודערס. און ער וועט אריבערגיין צו זיין סדר היום...! און די לאקאלע אנטיסעמיטן ווי פארראכאן, ימש"ו וועט זאגן אז מ'דארף די זעלבע טון צו די אמעריקאנער אידן. און זיינע נאכפאלגערס וועלן עס מקיים זיין מיט גרויס התלהבות...! און אונז אידעלעך עמיר זיך ארומקריגן ווער פון אונז איז געווען גערעכט. און פאר וועלכע חטאים ס'איז אונז געקומען דער עונש...!

יא. איך האב (ליידער) די טונקלע, שווארצע חזיונות...ה' ירחם...!

נ.ב.: איך וועיס שוין פון פאראויס די תגובה פון הרב...... שליט"א...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 4 געסט