אנשיקעניש: ספרים גנבים..

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

אנשיקעניש: ספרים גנבים..

שליחה דורך קפנדריא »

עס איז ליידער א פאקט, מיר ליידן פון אן אנשיקעניש פון מענטשן וואס זענען קראנק אויף גנב'ענען ספרים, נעבעך, זיי רוקן זיך אריין אין ספרים געשעפטן און שולן, און גייען ארויס מיט פולע זעק, ס'איז א יצר הרע געפלאכטן מיט א מחלה ל"ע, איך געדענק אין אמונת ישראל איין שטילן זונטאג האט א תמימות'דיגער "מאני" געכאפט איינעם אזא קלעבעדיגע-הענט ביי די מעשה, ער האט אים גוט אנגעוואשן ווי א סוטה, און אים פארשטעלט די וועג ביז ער האט מיט גרויס בושה אראפגעלאזט דעם זעקל מיט זיין גאנצע "שאפינג ארדער" דערינען, און בשעת די ספרים גיסן זיך פון די זאק אויף דער ערד, איז ער זעלבסט אנטרינען מיט די נשמה ביי די האנט..

ס'איז דא א צווייטע ראנג גנבים'לעך, אשטייגער ווי ישיבה בחורים אדער חדר אינגלעך, דער טאטע גיט אים די אלטע אפגעברוינטע בבא מציעא פון "אשכול" פאבלישינג געדרוקט על נייר שאין בו חשש חילול שבת וחילול קברים, תשכ"ה לפ"ק, וואס ער האט נאך אליינס געלערנט דערין אלס קינד אלו מציאות, דעריבער האט דאס (ביים טאטן, נישט ביים אינגל..) א ספעציעלע סענטימענטאלע ווערט, אדער גיט ער אים זיין גרויסע "טייערע" MP חתן ש"ס וואס איז באלד אזוי גרויס ווי דעם קינד, אבער דער צדיק'ל וויל נאר האבן א "נארמאלע" גמרא, די זעלבע ווי די "ריכטיגע" אינגלעך און בחורים, די "חברה" וואס האבן אייביג די הארטע גלאנציגע דיפעטי-דו פיאות, און זייער וועש שמעקט איבער'ן גאנצן קלאס פון די פרישע פעבריק סאפטענער פון דרייער.. און זיי האבן די נייע בלויע, אדער גאר די דיקע רויטע "עוז והדר" גמרות, די "טויגליכע" וועלן גיין נאך געלט א טאג אדער צוויי און אפשאפן דאס געלט און זיך איינהאנדלען אזא שיינע עוז והדר, די פוילערע וועלן ליבערשט צוגיין מיט א גרויסן שאפינג בעג צום ביהמ"ד ספרים שראנק, און אריינרוקן א גמרא אין זאק אריין, און ער גנב'עט נישט ח"ו, ער "בארגט" דאס בלויז פאר איין יאר, און נאר צום לערנען, אויף דעם איז עס דאך געמאכט.. דערנאך אויב ווערט עס נישט פארלוירן אין קעמפ, דאן ברענגט ער אים צוריק א' סליחות אין ביהמ"ד אפגעריסן, צוקנייטש און פארגעלט, און אנגעפירקלט פון דעקל צו דעקל פערפעקטלי גרייט פאר'ן שמות טראק.. אבער ער קלאפט זיך נישט "על חטא" דערויף, ווארום דאס "באלאנגט" דאך פאר'ן ציבור, ער איז דאך אויך עפעס א שטיקל חלק פון ציבור, און ער האט עס בלויז "געבארגט", נישט חלילה גע'גנב'עט..

דער דריטער ראנג גנב איז גאר א "וואוילער איד", זאגאר א מתמיד אויך, ער קומט אן אין קאנטרי, ער האט נישט פארגעסן זיין שווים הויזן, געזונט פאר אלעם! אויך זיין טאבלעט און לעפ טאפ האט ער נישט פארגעסן, וויפיל ביזנעס ער קען נאך דא פארפאסן פרייטאג און זונטאג אויב ער ברענגט עס נישט מיט.. אפילו די וויין און ביר וואס מ'קען נישט אזוי טרעפן אין קאנטרי האט ער אויך אינזין געהאט און מיטגעשלעפט פון שטאט, אבער ספרים, דאס וועט ער זיך שוין געבן אן עצה, שוין די ערשטע נאכט,
אינדרויסן איז קיל,
ס'איז שא שטיל,
מ'הערט נישט קיין טריל.. (קרעדיט יו"ט ערליך),
ער גייט אין שול,
און נעמט וואס ער וויל,
הויפנט זיך אן ספרים פיל,
פאקט זיך אן מן הבא בידו ספרים פון ביהמ"ד, און שטאפירט זיך שיין אויס אין זיין באנגעלוי מיט די גניבה וגזילה ספרים, אבער ער קלאפט זיך אין רוקן, שלום עלי נפשי, קוק וואסערע צדיק איך בין, די ערשטע נאכט האב איך שוין אינזין אז איך זאל נישט קומען צו קיין ביטול תורה אין די גאנצע ניין וואכן, נאכ'ן זומער וועט ער אוודאי "אלעס" צוריק טראגן (סטארעדזשן ביז נעקסטע יאר) ווי זיי באלאנגען, ער בארגט עס בלויז פאר אפאר וואכן, און ווער דען וועט האבן עפעס דערפון אויב נישט די קאנטרי מענטשן - וואס מיינט זיכער אים (און נאר אים..), דאס הארץ גיט אים ניטאמאל איין קלאפ, ער איז נאך א צדיק אויך, איי די צענדליגער אנדערע אידן וואס דו בארויבסט זיי, די אידן וואס ווילן טאקע אויך די מסכתא און די חומש און שיינע ספר על התורה, און ס'איז נישט דא, ווייל דו עגאאיסט און גנב האט עס אוועק גערויבט..

חברה גנבים, ס'קומט חודש אלול, זייט מוחל לייגט שוין צוריק די גניבות וואס ליגן אונטער אייערע הענט, וועט איר קענען זאגן אין הייליגן טאג ביי נעילה "למען נחדל מעושק ידינו"..
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר