שפארזאם און אנגעצויגען אדער חובות מיט מנוחה?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 848 מאל

שפארזאם און אנגעצויגען אדער חובות מיט מנוחה?

שליחה דורך מצטמק ויפה »

[justify]נעכטען ביי מנחה מעריב קלאפט מיר מיינס א אלטע ידיד אויפן פלייצע, און ווייזט מיר איך זאל ארויסקומען. נאכן זיך באקוועם מאכן מיט א ציגערעטל, זאגט ער מיר: מצטמק, הער מיך אויס, איך האב א שטיקל קוווענקעלניש, איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן דיינע צוויי צענט.

דו ווייסט דאך זאגט ער מיר, אז איך זיץ נאך און כולל ברוך השם . מיין אשת חיל איז דער וואס ברענגט אריין די עיקר געהאלט אין שטוב, און ברוך השם מ'קען זיך נישט אפרעדן. אבער דו ווייסט דאך יא, למען השם דארף מען זיך קווארטירן דייקא דא אינעם רייכן שטעטל בארא פארק, און צאלן צוויי אלפים דירה קנס. און פשוט די חשבון מיינע שטומט נישט, די מאגערע געהאלט פון מיין ווייב קען דאס נישט דעקן, נאכדערצו צאלן שכר לימוד מיט פלעי גראפ, בעבי סיטינג וכו', פשוט און גראב "אין לי" עס איז נישט דא די געלט. נאר וואס דען? עס איז נישט עק וועלט מ'קען עס למעשה דורכשטיפן וואו נישט וואו.

אבער מיין שאלה איז אזוי, במקום ווי מ'קען נאך דורכשטיפן די טאג אבער זייער זייער מאגער, ממילא ביז מטרעפט עפעס א פרנסה נקיה קלה ווי אזוי דארף איך מיר אומגיין מיט די מצב? דהיינו, למעשה איך בין דער וואס נעמט קעיר פון די געלט חלק, מיין ווייב האט נישט קיין אהנונג וואס ווען און וואו. איז מיין שאלה צו איך זאל איר זאגן קלאר: מיין ליבלינג קענסט נישט יעצט קויפן די קלייד ווייל אונז האבן נישט קיין געלט, און יענקי קען גיין מיט די קלייד פון פאראיאר און פליז נעקסטע וואך מאך א קלענע גראסערי ארדער, וכו' וכו' און דאן ווערט זי אנגעצויגן און די גטנצע אטמאספער טויג נישט. אדער ניין, איך זאל עס לאזן לויפן, און איר לאזן האקן א לעבן און זיך קויפן וואס איר הארץ באגערט. איי כסף מנלן? נו מ'וועט זיך אן עצה געבן מ'וועט נעמען אפאר 0 APR קרעדיט קארדס און מוועט זיך שוין א עצה געבן.

די ערשטע מינוט האב איך נישט געכאפט די שטארקייט פון די שאלה און אנגענומען פאר א פשטות אז מען טאר זיך נישט אנ-חובות'ן נאר לעבן וויפיהל מ'קען און פארטיג. אבער נאכן געבן נאך א ציה אונעם האלב פארלאשענעם ציגערעטל האב איך איהם געזאגט אזוי: שלום בית און ראויגקייט אין א שטוב איז די נומער איינס פאקטור וואס זאל מאכן באשלוסן אונעם שטוב, ממילא ווי איך פארשטיי ווערט ביי דיר די מצב אנגעצויגן ווען מ'איז שפארזאם, און עס איז נישטא קיין געלט, נאכדערצו ווען זי איז דער וואס ברענגט אריין די געלט קען איר עס זייער באדערן אז עס איז נישטא קיין געלט, איז איך וואלט דיר געצה'ט טאקע נישט מיטצוטיילן מיט איר ווען די מצב איז אנגעצויגן און פארשטייט זאלסט איר דערמאנען פון צייט צו צייט אז אונז זעמיר נישט אזוי ווע"ל אוי"ף און זי זאל קויפן נאר וואס זי דארף שטארק אבער אן א לחץ.

און דאס דארף פארשטייט זיך גיין מיט צוויי תנאים
א) דו דארפסט וויסן אויב דו קענסט טראגן די פרעישר פון געלט אויף דיר אליין אן האבן איר אלס א שותף אין דעם.
ב) דאס טאר נישט גיין ארויס פון די גבולים דהיינו, צוויי טויזענט דאללער ארויף אראפ קענסטו נאך שפילן אבער אוודאי זיך אנ-חובות'ן מיט שווערע געלטער איז אוודאי נישט כדי.

אזוי ווי איך האלט אז עס קען נוגע זיין פאר אסאך, האב איך עס דא אפגעשריבן, און לאמיר הערן אייער מיינונג.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר